2008 קאמפיין (מקעין/אבאמא פליפ-פלאפ?)
אין די פאליטישע וועלט איז איינס פון די ערגסטע זאכן פאר א קאנדידאט א פליפ פלאפער, אויב געלונגט פאר די אנדערע פארטיי ארויף צו לייגן אויך דעם אנדערן קאנדידאט א סטיגמא, אז ער איז א פליפער קען ער געווענטליך פארגעסן פון צו זען דעם אוועל אפיס (ווער געדענקט נישט דזאן קעריס סטעטמענט איבער איראק "איך בין געווען דערפאר פאר איך בין געווען דערקעגן" וואס דאס איז געווען איינס פון די זאכן וואב האבן אים אראפ געברענגט).
פארשטייט זיך איינס פון די זאכן וואס יעדער פראבירט, איז צו באטוטלן יענעם אלץ פליפער אפילו עס האט נישט קיין שמץ אמת אין זיך, אין א גרויס חלק פון די קאמפיינען איז איבער פליפערס, ווי יעדער פראבירט זיך צו פארענטפערן, אז ער איז נישט, אין שרייען אז יענער יא, דא וועל איך ברענגן עטליכע נושאים אויף וואס קאנדידאטן האבן געפליפערט, אין זען צו עס האט אן אמת אין זיך אדער סתם געהאקט א לאטקע מידיא סטייל.
צום ערשטען, מלחמה אין איראק: שרייט יעדער אז יענער האט געפליפט, העמיר ברענגן די דברים כהויתן.
אבאמא: האט געשטימט קעגן קריג ווען מ'איז אריין.
בוש האט צוגלייגט נאך 20,000 טרופן, בעת עס האט געהאלטן ביים ערגסטן מצב, אבאמא האט געשטימט דערקעגן, דאס איז געווען פעברואר 07'
עטליכע חדשים פריער האט אבאמא געשריגן, "אז ברענגן נאך טרופן איז קיין שום קלער אז עס וועט פארבעסערן די סיטואציע".
ינואר 07' "די טרופן שוואונג וועט נאר פארערגערן די מצב.
מערץ 07' די טרופן שוואונג וועט נישט ווירקן אויף א לענגערע צייט.
מאי 07' איך האלט נישט אז עס ווירקט עפעס.
סעפט. 07' (ווען די מצב אין איראק איז שוין געווארן אסאך בעסער) "עס האט נישט געהאט קיין ערפאלג" "עס איז א וועג וואס וועט נישט מצליח זיין".
נאוועמבער 07' עס האט גאר פארערגערט די סיטואציע.
יאנואר 08' די רעדוצירטע געוואלטאטן איז קיין אויפטו, עס האט עס נאר אראפ געברענגט צו די שטאפלן פון 05' ( 06' האט זיך די מצב גאר שטארק פארערגערט, אסאך מער ווי 05').
מאי 08' מ'טרייבט איבער די סוקסעס פון די טרופן שוואונג.
יולי 08', אבאמא'ס אויסלענדישע פאליסי ראטגעבער אין א סטעיטמענט, ליינט אין שטוינט! "אבאמא האט קלאר געזאגט ווען מ'האט געמאלדן די טרופן שוואונג, אז די זיכערהייט וועט פארבעסערט ווערן, ווייל ווער האט דען געקלערט אז ווען מ'ברענגט אריין די פיינע סאלדאטן פון אנעריקא קיין איראק אז זיי וועלן נישט סוקסעסירן, אוודאי וועלן זיי סוקסעסירן!"
נא מאכטס אליינס דעם סך הכל.
דזשאן מקעין: האט געשטימט פאר די קריג ווען מ'איז אריין, פון די איינציגסטע סענאטארן וואס זענען אייביג מיטגעשטאנען מיט בוש צו די רעכטע האנט ווען ס'האט זיך געהאנדלט איבער איראק, בשעת ווען דזשאן מקעין האט אנגעפאנגן צו לויפן אין די פריימעריס אויף די רעפאבליקאנע פארטיי, איז די מלחמה אין איראק געווען זייער אימפאפולער, אפילו בי א גרויסע חלק רעפאבליקאנער, אין ער איז געשטאנען ביי דאס זייניגע, מ'טאר פון דארט נישט ארויס גיין ביז מ'ענדיגט דעם דזאב, איינמאל האט ער זיך אויסגעדריקט "אפילו ס'זאל זיך אויספעלן הינדערט יאר" דארט צו בלייבן העמיר עס מוזן טון, בשעת ווען אנדערע רעפובליקאנע קאנדידאטן האבן געדרייט מיטן צונג איז ער געשטאנען ביי זיין שטעלונג, אין גרייט געווען פאר דעם צו פארלירן די נאמינאציע, שפעטר אונעם קאמפיין ווען יעדער האט שוין געזען אז די מצב אין איראק פארבעסערט זיך, האט ער ביי א דעבאטע פאר די פלארידע פריימעריס טאקע מיט דעם שטארק פארגעהאלטן מיט ראמני, היתכן ער האט אויפגברענגט אזא זאך ווי "טיים טעיבלס".
לעצטענס האט זיך די מידיא צוגעכאפט צו א געבראטענס, מ'האט געכאפט מקעין ביי א פליפ פלאפ, מקעין האט אין א סטעיטמענט געלאזט פאלן ווערטער "די זעכצען מאנאטן פלאן פון אבאמא זיך ארויס צו זען פון איראק איז היבש א גוטע צייט פלאן", מ'האט עס באריכטעט אין אלע העדליינס, אראפ געברענגט ווידיאוס דערפון, אין געמאכט דערפון א געשמאקע צימעס.
יעצט לאמיר זען צו עס האט עפעס האפט אין זיך, בשעת ווען די מצב אין איראק איז געווען אים'דערטרעגליך האט קיינער נישט געגלייבט אז מוועט יעצט שוין האלטן ווי מהאלט, האט מקעין געזאגט איינמאל אן נאכאמאל, ווי לאנג ס'פעלט זיך אויס דארט צו זיין אויף צו סטאביליזירן דעם מצב דארף מען דארט בלייבן, אפילו אויב ס'פעלט זיך אויס הונדערט יאר, יעצט ווען די מצב איז שוין אסאך פארבעסערט געווארן האט ער אנגעגעבן אז זעכצן מאנאטן איז נישט קיין שלעכטע פלאן, אבער אלעס ווענד זיך אין די מצב וויאזוי די גענעראלן פון פראנט געבן איבער, אין אז מ'קען ארויס גיין מארגען העט זיין מארגען, נאר סך הכל וואס ער זאגט אז לויט די איצטיגע מצב איז 16 חדשים א גוטע פלאן, אנדערש ווי אבאמא וואס זאגט 16 חדשים ביי האק ענד ביי קראק.
נעקסט העמיר זיך באציען צו נאפטע, אין טעקס קאטס.