איי איי איי דער אלטער דור! / מי כעמך ישראל
דער קעפל איי איי איי! דער אלטער דור, איז געמאכט געווארן היינט איינקויפענדיג לכבוד שבת, אבער שפעטער האט ער צובאקומען דעם צווייטן העלפט, נייגט צו אן אויג צום סקרין העט איר פארשטיין.
היינט האט מיר די רבנית תליט"א ארויס געשיקט מיט א לאנגען אנגעפירקעלטן צעטל, אין אנגעזאגט ראנעלד זע זאלסט גארנישט פארגעסן, (אזוי שרייבענדיג האב איך מיר דערמאנט, אמאל אין ביהמ"ד זאגט מיר א אלטער לעבעדיג אידל, הערזשע נאר אינגערמאן, לעצטענס ארבייט מיר די זכרון גאר שוואך, אזוי ווייט אז לעצטנס האט מיר די ווייב אנגעהויבן מיט שיקן א צעטעלע יעדעס מאל איך גיי אין גראסעריי, אבער ס'העלפט איר סייווי נישט, ווייל אמאל טרעף איך נישט דעם צעטל און אמאל טרעף איך נישט דעם גראסעריי.) שוין כאב מיך ארויס געלאזט אויף דעם לאנגן רייזע, געזאגט תפלת הדרך אז דער אייבירשטער זאל העלפן איך זאל גארנישט פארגעסן, וייל וויי וויי וועט זיין אויב יא.
איינס פון מיינע סטאפס איז געווען ביי א דריי גודס געשעפטל וואס ווערט געפירט פון אנאלט אידל, נאכן צוריק קלינגן דעם בעל גיי איך אריין אין געשעפט און איך בלייב שטיין געפלעפט, דער איד זיצט ביים טישל איבער געבויגן אויף א גמרה ניטאמאל דרייט ער זיך אויס קוקען ווער ס'איז אריין געקומען, קוקט אויס ער האט נישט געוויסט אז דא קומט דער פרעזידענט אליינס, צוקומענדיג צום טישל מאכט ער צי די גמרה אין פרעגט מיר וואס דארפט איר, ווייזט ער מיר צו ווי עס ליגט און תיכף זיך צוריק געזעצט צו די גמרה.
עס האט מיר געכאפט אזא התפעלות, ווי זעט מען נאך היינט אזאנס אין אונזער קליינער וועלט, ווען מ'האט א איבריגע מינוט ליינט מען אלע טעקסט מעסעזשעס פונעם היינטיגן טאג, מ'קוקט אדער מ'הערט אביסל נייעס, מ'בלאנדזעט אריין אין "ווינקל" אריין, זענדיג דעם בילד האט זיך מיר געגעבן א שריי ארויס פון הארץ, איי איי איי! דער אלטער דור!, דער אלטער דור, וואס ביי זיי איז תורה געווען דער עיקר, פרנסה איז געווען בלית ברירה, אבער ווען די ארבייט שעות האט זיך גענדיגט איז געווען גענדיגט צוריק צו די גמרה, אין דאן האט ראנעלד באשלאסן אז דאס מוז אין וועט מיטגעטיילט ווערן מיט אונזער ווינקעל, טאקע אונטערן קעפל איי איי איי! דער אלטער דור!, פארשטייט זיך אז א לאלי האט מיין קליין טאכטערל אוודאי באקומען.
נו פרעגן דאך ענקערע אויגן ברעמן אין וואס טוט זיך מיטן צווייטן העלפט קעפל?
שפאצירענדיג ווייטער אויפן גאס טראכטענדיג איבער וואס כאב יעצט געזען, האבן מיינע פיס מיך אריין געטראגן אין א צווייט געשעפט וואס ווערט געפירט פון איינעם טאקע פונעם היינטיגן דור, א גאנץ יאר ריט נישט דער געשעפט אבער יעצט זומער איז דאך אביסל שטיל, גיי איך אריין מיטאמאל האב איך געמאכט א שארפן שארט סטאפ, ווי בין איך דא?! טאקע דער אינגערמאן וואס אגאנץ יאר הערט מען אים שרייען אקעי! גיי דא אייל טרי, הענרי טעיק די באקס פוט איט אטסייד, האלא יא 8:00 אזייגער פאר יו"ט ביז 9:00, אין איצט זומער צייט שטייט ער מיט א משניות אין האקט שטיקער, ספאנטאן האט זיך ארויסגעריסן פון מיין הארץ ארויס איי! מי כעמך ישראל!, טאטע אין הימל געב א קוק דיינע אידישע קינדער אפילו אין דעם שווערן גלות קוק וואס זיי טוען אין א ליידיגע מינוט.
נאר צוויי חילוקים קיין לאלי האט מיין טאכטער נישט באקומען, אין דער אינגערמאן האט שוין געהאט די נייע פיצי סאפט קאווער ובלכתך בדרך משניות, און דער אלטער איז געזעצן מיט א גרויסן ריזיגען גמרה גרעסער ווי מיר.