הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » איך דריי מיך דא אזוי ארום...

איך דריי מיך דא אזוי ארום...

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #68
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Sun Aug 03, 2008 9:23 am#1
איך דריי מיך דא אזוי ארום...
יא... און נאכאמאל יא...

איך האב מיך דא אזוי ארומגעדרייט... איי וועסטו פרעגן וויאזוי קען מען זיך דרייען אויף א גראדע סקרין וואס רירט זיך נישט, קודם כל מיין סקרין שאקלט זיך זייער שטארק ממילא רירט ער זיך יא, והשנית אין הכי נמי איך מיין נישט געדרייט במציאות נאר כדאמרי אינשי, עס מיינט אז איך בין דא געווען אין זיך ארומדעקוקט אין אלע אשכולות אין פראפיילס, עכ"פ נחזור לענינינו לאמיר נישט פארקריכן פון דא..., וועסטו ווייטער פרעגן וויאזוי קריכט אויף א קאמפיוטער. די תירוץ איז יא מען קען מיט א מייזל יעדע קאמפיוטער האט דאך א מייזל און א מייזל קריכט, והשנית כנ"ל עיי"ש ודו"ק ותמצא נחת

אקעי לאמיר צוריק קומען צום ענין... איי וועסטו פרעגן וויאזוי קומט מען צו א ענין? א ענין איז עפעס א פלאץ וואס מ'קומט אהין, ואם תמצא לומר אז יא וויאזוי גייט מען צופיס מיט א קאר אדער מיט א שיף מיט א עראפלאן אדער גאר מיט א ספעיס שאטל, וועל איך דיר ענטפערן אויף ביידע איין תירוץ אדער בתנאי אחד אז די פרעגסט מיר מער נישט קיין קשיות די מאכסט מיר שוין נארוועיז מיט אלע דיינע קשיות, די תירוץ איז אז ס'מיינט נישט אז מ'קומט בפועל נאר מען גייט ווייטער רעדן דערפון ממילא וועסטו נישט קענען פרעגן צו מיט א קאר א פערד און וואגן אדער א באן און אלע אנדערע שמות נרדפים כ"א בשמו הטוב יבורך

המשך יבוא...
Sun Aug 03, 2008 11:32 am#2
Re: איך דריי מיך דא אזוי ארום...
לאמיך פראבירן איך גיי מיך דערוואגן נערוועז צו מאכן דעם בער, און כוועל יא פרעגן עטליכא נאיווע קשיות.....
און כוועל דוקא יא קומען צום ענין, נישט מיט א קאר וואגן באן, נאר מיט א פליגער....

דער ענין איז אז א סקרין אפילו ס'שאקעלט זיך איז בכלל נישט פשט אז ס'שאקלט זיך, סיז סך הכל אפאר לעקטערלעך וואס שפרינגן ארום, פרעגסטו דאך וויזוי האטזיך דיין סקרין יא געשאקלעט, מוז מען צוקומען אז די האסטיך אנגעטרינקן מיט אביסעלע "ווינקל" משקה, ממילא איז שוין אלעס על מכונו ודו"ק ותמצא נחת - נוסח פויער.
Sun Aug 03, 2008 3:12 pm#3
Re: איך דריי מיך דא אזוי ארום...
חחחחחחחח

א מין פויער דאס, עסט מיר פרעגן פון וואנעט נעם איך דאס אז איר זענט א פויער, וועל איך כמובן גיבן אנטווארט דערויף, די סארט שפראך וואס איר האט אזוי אקארשט מקיים געווען דער פסוק פון "וידבר פויער אל אנשי הווינקעל לאמר" איז געווען אזא סארט שפראך, וואס אודה ולא אבוש, איך פארשטעה דאס נישט אזוי גענוי, איז איך בין דאך נישט קיין פויער, מיין מוטער איז נישט געווען, פרעגטס אלע, ווער ס'געדענקט איר, זי איז נישט געווען, אויב די תורה וואלט געלאזט שווערן....... איז בין איך דאך נישט קיין פויער קיינמאל געווען און קיינמאל זיין, נו, אז איך בין נישט קיין פויער און איך פארשטעה ניט אייער שפראך, מוז דאך זיין, אז איר רעדט פויער שפראך... הוי אומר אז איר זענט א פויער, ווייל אז נישט פון וואנעט קאנט איר פויער שפראך.????????........
Fri Aug 15, 2008 10:28 am#4
Re: איך דריי מיך דא אזוי ארום...
אז דו רעדסט שוין פון זיך "ארומדרייען" וועלעך דיר פראציילן א אינטערסאנטע עובדא וואס כ'האב געהאט אויף מיין אייגענע בארד...
איך בין געוועהן א קנאפע 14 יעריגע שנאק און זיך ליעב געהאט צו גיין אין גראסערי צו קויפן גאם און טשא טשאס (הא הא מיט דעם בינעך געוועהן די גרעסטע רייסער...) איינמאל האט מיך מיין רבי געפאקט... קוקטס יעדער העט רחמנות אויף מיר... און ווייטער דארפעך שוינישט פראציילן ער האט מיך ארויף גערופן אינמיטן כתה (קוקט אויס אזין זיין חומש שטייט נישט די ווערטער ולא תשא עליו חטא...) און ער פרעגט מיך הויעך אויפן קול "פארוואס דרייסטעך ארום אין גראסעריס???" און איך בין געוועהן אזא תמימותדיגער און געענטפערט "כ'דריי מיר נישט ארום איך וואק נאר ארויף און אראפ..." און אויף דעם האב איך געכאפט קאלטס און ווארעמס אז ס'איז געגאנגען א רויעך און יעצט טאקע קען יעדער רחמנות האבן אויף מיר...
Fri Aug 15, 2008 11:04 am#5
Re: איך דריי מיך דא אזוי ארום...
אה זיידע, דו מיינסט די רויטע פיר עקיגע טשא טשאס וואס איז געקומען זעקס אין א פעקל ?
דאס איז געווען מיין פעיווארעט, שיק מיר ביטע עטליכע.