Re: סייענס: גראוויטי און מאמענטום
הוי האסטו מיך מחפה געווען... שפירסט דעם ריח?...
און ווי האט זי נאר געזאגט דארט? "ואם ממילער אשר החילות לנפול לפניו, לא תוכל לו!" מיינסטע אבער אז ס'איז אים געווען לערן געלט? עךך... "עודם!" - איך בין ווידער דא! איך גיב נישט אויף...
ווי עס הערט זיך אן פון אייערע אינטלעקטואלע ס'שריפטן, זעט זיך מיר דאס פאר ווי אן אסיפה ביים דור הפלגה... עפעס פארשטייען מיר זיך נישט. ס'איז מיר זייער טרויעריג צו קענען לערנען דעם פאקט אז על אף וואס איך האב שוין פארגאסן און אנגעשמירט מיינע לעצטעריגע יארן גאלאנען מיט טינט האלט איך נאך ביי אל"ף. רעדן רעד איך לאנגע דרשות ווי א באבע, און איך קען אבער נישט צוקומען צום ווארט. מיינע שריפטן ליינען זיך נישט און זיי זענען אומפארשטענדלעך. כ'ברים זיך אונטער מיט די מגילה מעלאדיע: ופני זארעך חפוי...
מיינע געערטע פראפעסארן און לעהרער, אל באפכם - זייט נישט ברוגז. עס רעדט דא בלויז אן איינפאכער קליינער סטודענט; א סטודענט אין שריפט און צוגלייך און סייענס. די אידישע תלמודיסטן לערנען אונז "לא הביישן למד". נאך לערנען זיי, טייערע לערער, "ומתלמידי יותר מכולם". דעריבער וועל איך איבערלויפן אייערע לעקציעס און מיינע נאטיצן דערויף.
אין די ערשטע לעקציע איז פראפעסער מיללערזאהן, פון סקרעניסטאון, ארויס מיט זיין גרויסן כח לחלק יוצאות און פרובירט איבערצוצייגן אז דער כח המושך הנקרא "גריוויטי" איז נישט די סיבה וואס טוט צוריק שטעלן דעם שפרינגענדיגן באס פאציענט על מקומו הקבוע. זיין טעאריע האט געזאלט לויטן אז די ריכטיגע סיבה איז צוליב ווייל דער שפרינגער לויפט מיט מיטן גאלאפירנדן באס. מיללערזאהן האט געוואלט אנדייטן, אז די טעאריע זאל אפטיילן דעם באס פאציענט פונעם פיק אפ טראק פאציענט, מיט די סברה אז וויבאלד דער פיק אפ טראק איז גענצלעך אפן דעריבער טוט דרויסנדיגער לופט קראפט פאראורזאכן אז די יושבי קרנות זאלן לאנדן אפגערוקט ממקום עקירתם.
דערויף האט פראפעסער הייקאלא צוגעלייגט אז די סברה איז ריכטיג. ער האט צוגעשטעלט די ריכטיגע טערמינען צו מיללערזאהנ'ס סברה, אנצייגנדיג אז די סברה רופט זיך 'קופערניקס טעאריע' וועלכע לויטעט אז די וועלט דרייט זיך און זי שלעפט מיט איר גאנצע ארום, אלעס פארט מיט. ודא ודא אחת היא.
אויף דעם האב איך אריינגעקעוועטש מיין צעקנייטשע נעזעלעך און געפרעגט. לפי"ז, ווי וועט זיין ביי א באס אין וועלכע די פאציענטן האבן געעפנט די חלונות, באופן אז ס'פרוץ מרובה על העומד. איז דאס דינו כפיק אפ טראק צי נישט? פראפעסער הייקאלא האט געענטפערט זייער אויפריכטיג אז לויט די טעאריע פון קופערניק (מיללערזאהן בלשון קארנער) איז דאס נאר גילטיג בעת אלעס איז פארמאכט, איינמאל ס'איז א מקום פתוח פאלט אוועק די סברה און ס'פאסירט א הנחה שלא ממקום עקירתו.
סטודענט פעפער האט געוואלט דערויף צולייגן א נאטיץ, אז אפילו אין אן אפענער באס זאל אויך כאפן א נפק"מ בין פרוץ מרובה לפתח קטן שפתוח. זיין סברה איז געווען אז א קליין לעכל ברענגט נישט מיט זיך אזא שטארקער כח המנגד פון די דרויסנדיגע לופט, דעריבער קען מעגליך זיין אז דער רוח שבפנים האט דעם אויבערהאנט און די רוחות החיצונים זענען נישט גענוג שטארק אוועק צוטראגן דעם מענטש צו א מקום שאין מכירין אותו, משא"כ אויב ס'פרוץ מרובה דאן איז דאך דינו כפיק-אפ דען די צוויי רוחות פירן גאר א שטארקע מלחמה און פארשטענדליך אז ס'טראגט דעם שפרינגער להרי אררט.
פראפעסער הייקאלא ענטפערט דערויף אז ס'כאפט נישט קיין גרויסע נפק"מ ווייל די מלחמת הרוחות איז זייער א שטארקע, דעריבער אפילו ביי א קליין לעכל טוען די רוחות החיצונים אייליג מאכן מיט א געדאנק די רוחות הפניים גענוג אויף אזוי פיל אז דער לאנדונג זאל נישט פאסירן פונקטליך ממקום עקירתו. הייקאלא לייגט דערויף צו א נאטיץ, וועלכע טוט מעגליך יא אביסל רעכט געבן פאר פעפער'ן, אז דער חילוק קען כאפן אין דער אונטערשטער טייל פונעם באס. טייטש ער וויל זאגן אז א ביי א קליין לעכל איז די מלחמה בלויז אין יענעם באגרעצטן ארט פון וואו די מעמד העקירה איז אפגעהאלטן געווארן משא"כ ביי א פרוץ מרובה, שדינו כקרנות הפתוחים, וואס דאן קומען די רוחות החיצוניים מיט א מורא'דיגן קראפט וועט די מלחמה זיין ממש פנים אל פנים ויתגברו החיצוניים אוועק צו טראגן דעם פערזאן ממש להרי החושך רח"ל.
מיללערזאהן פרובירט דערויף אויפצוקומען מיט פרישע חילוקים, און פרובירט אפילו באופן א' צו גיין אין פעפערס מהלך. כאטש ער שרייבט דאס נישט ארויס קלאר, ליינט זיך דאס אבער קלאר צווישן זיינע שורות (זע מיללערזאהן דף 2 תגובה 3). הייקאלא מיט זיין פארשטאנד צעלייגט דאס ענין פריש, און מיללערזאהן בייגט זיך כשר כדינו צו הייקאלא'ן.
פעפער לאזט נישט נאך. ער קומט ווידער ארויף אויפן פאדיום און ער וויל פארשיין. ער איז פולשטענדיג מסכים (אזוי? ס'הייסט פעפער איז יא מסכים? פשיהא טאקע א שיינע זאך) סיי צו מיללערזאהנ'ס גראוויטי און סיי צו הייקלאס קופערניק. ס'איז א פאקט, ריכטיג און אמת'דיג. ער וויל אבער פארשטיין:
א צימער מיט א פארמאכט באס דינם שווים, שטימט? יעצט, אן אפענער צימער אין א ווינטיגן טאג איז דינו ווי אן אפענער (פרוץ מרובה) באס/פיק אפ טראק? והשאלה - די שאלה איז אזוי: אין אן אפענער צימער, ווען עס קומט אריין פונדרויסן א רוח פון 65 מפ"ש, טראגט אוועק דעם קופץ ממקום עקירתו צוליב די מלחמת הרוחות, פשוט ס'איז א מלחמה צווישן צוויי שונאים. איז מיין פראגע, צי ביי א אפענער באס, וועלכער פארט 65 מפ"ש, איז דאס אויך בלויז א מלחמה צווישן צוויי שונאים אדער דאן קומט צו גיין א דריטער שונא אויך? כלומר, דער שנעלקייט קראפט פונעם גאלאפירנדן באס ברענגט מיט זיך צוויי זאכן: 1] די פשוטע מלחמה אזוי ווי א שטייגער די מלחמה אין אן אפענעם צימער. 2] די מלחמה פונעם גאלאפינדן קראפט. ווען עס באלזט אריין אין א צימער 65 מפ"ש הייסט דאס אז סבלאזט בלויז 65 מפ"ש, ווען א באס פארט 65 מפ"ש מיט אפענע פענסטערס דאן קומען די ווינטן פונדרויסן אריינצופליען מיט א 150 מפ"ש. די מלחמה איז דאן סאך סאך שטערקער ווי אין א צימער. איז נומער צוויי אויסגעהאלטן?
והנפק"מ, די נפק"מ וועט כאפן ביי א באס מוקף מחיצות וואו עס איז אפן בלויז א קליין לעכל. אויב איז פשט אז ביי א גאלאפינדער קרון קומען די לופטן צופליען דאפלט מפ"ש מער ווי אין א פשוטע צימער, דאן וועט אויסקומען אז דער קליין לעכל פונעם אויבן אן וועט האבן אן השפעה אפי' בתחתונית הבאס.
כאפט איר, אדער דארף איך נאכאמאל איבערפרעגן?
ויצא ביום ההוא שמח וטוב לב... חחח (ווי קען דאס טאקע געמאלט זיין? זאגט דאך שוין דער קדושת לוי ווייל ער איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם מיט די היכלא-מיללער הצדיק, און דאס זעלבסט האט שוין אין אים אריינגעשיינט א שמחה).
*
בני היכלא, אויבן האסטו מיר צוגעצייכנט איך זאל איבערלערנען דעם ספר הברית, מאמר ח' פרק ח'. מאמר ח' איז "מקור מים" און פארמאגט נישט קיין פרק ח', עס גייט ביז פרק ז'. האב איך געקוקט מאמר ט' הנקרא "חוג הארץ", פרק ו' ז', וכמו שציינתי לעיל. מע"כ איז נישט געווען צעפרידן. טא ביטע, אפשר צייכנט איר מיר אן פונקליך צו וועלכן מאמר און צו וועלכן פרק איר זענט מכוון? ויישר כח למפרע.