די דינסטאג אשכול

20 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #94
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Tue Aug 05, 2008 9:23 am#1
די דינסטאג אשכול
אין א "גרינעם" דינסטאג איז עס געשען.
אלעס איז געווארן גרין מיט א באפעל פונעם איין איינציגען באשעפער.

נאכן יקוו המים ותראה היבשה אין דינסטאג, האט מען טאקע געזען לאנד, אבער וואספארא יבשה אידאס געווען ?

אפשר סתם ערד מיט שטיינער, מאראסט, גארנישט וואס זאל כאפן א מענטשענס אויג, פוסט און ליידיג.
דער הייליגער באשעפער האט געוואלט מיט זיין גרויס גענאדע אז דער בן אדם זאל הנאה האבן פון זיין בריאה.

און אט איז ארויס א באפעל אין דינסטאג תדשא הארץ דשא !, א הערליכע פאנארמע האט זיך אויסגעפארעמט אין אונזער וועלטל.
הערליכע שיינע גרינע גראז, שמעקעדיגע בלומען, הערליכע קאלירפולע רויזן, אלע מיני ביימער מיט זייערע פרוכטן.

אה די זאפטיגע רויטע מעלאנע, מויל וואסערדיגע גרינע טרויבן, הערליכע אתרוגים, אלעס אלעס ביזן היינטיגן טאג קומט פון יענעם פרייליכן ערשטען דינסטאג, מה רבו מעשיך השם.

איז יעצט, ווען מיר זענען אויף אפרו אין די בערג, און מיר באשיצן זיך אונטערן שאטן פון די ריזיגע ביימער זיצענדיג אויף א סווינגינג בענקל אויף די שיינע גרינע גראז צובייסענדינג א זאפטיגע פלוים, רייסט זיך ארויס פון הארץ:

א פרייליכן דינסטאג, און א דאנק פאר הקב"ה אז מיר קענען הנאה האבן פון זיין וואונדער געזונטערהייט.
Tue Aug 05, 2008 9:36 am#2
Re: די דינסטאג אשכול
א מזל דער זילבענער האט געגרינדעט דעם דינסטאג אשכול, איך האב עס געהאט געפלאנט, איך קום אריין דא, צו מיין ערשטוינונג זע איך ווי זילבער האט מיך געפעדערט, אבער נישט פלעין, נאר אזוי זאפטיג אראפגעלייגט דעם דינסטאג וואס נאר זילבי קען.

זייער שיין זילבי, הערליך, יא, און א פרייליכן דינסטאג.
Tue Aug 05, 2008 4:25 pm#4
Re: די דינסטאג אשכול
זילבי טייערער

ווען איך גיי באלד ארויסגיין אונטערן פערזשעך בוים, פאררויכערען א לולקע, וועט מיר אין קאף עפעס אנדערש נישט אריינגיין, ווי דער פרייליכער דינסטאג וואס דער גוטער באשעפער האט באשאפן, מיט פינף טויזנט און זיבן הונדערט און אכט און זעכציג יאר מיט צען חדשים און פיר טעג צוריק.

איך וועל שטיין מיטן ציגאר צווישן די לעפצן, און דער מח וועט זינקען אין מחשבות, פון פרייליכער דינסטאג, רויטע מעלאנע, יקוו המים, מענטשן זאלן הנאה האבן, זילבערנע בעכער......

יישר כח
Wed Aug 06, 2008 5:10 pm#5
Re: די דינסטאג אשכול
ויהי ערב ויהי בוקר יום?

זעץ איך מיך אריין דא אין קרן זויות בכדי צו כאפן א בליק און בעאבאכטן די געשפערכן. איך זיץ דא אזוי באלכסון בקרן מערבית צפונית און איך פארגלאצט מיך אויף די יושבי קרנות דארט. איך הער ווי די יושבים רעדן און פארברענגען. איך זע ווי בעת איינער באגריסט, טוט דער צווייטער אויסגיסן א פלעשל כעס אויפן באלעבאס. דערויף זע איך ווי דער דריטער שטייט אין דער הייך און גיסט אויס זיינע גראמען טאלאנטן, בעת דער פערדער שטייט מיט ווינדער און פרעגט וואס מיר זוכן דא. אויך זע איך ווי ביי א פיפטן איד איז נאך דער ראש חודש טעם אין מויל, בשעת דעם זעקסטן אידל פארגליסט זיך גאר א וויכוח של טענה. איך איך זע אויך אז ס'געווען 'דינסטאג' אויפן וועלטליכן האריזאנט.

וואס? זע איך גוט? "זליבערנע בעכער" איז מקבל בפנים צהלות דעם דינסטאג? איך מוז גיין זען וואס אזוינס דער דינסטאג האט אים באנומען. איך קען נישט און טאר נישט ארויסלאזן אן אויסגיס פון דעם "זילבערנעם בעכער".

דער איבעראשונג איז געווען ביז גאר! אזוינס אהער צושטעלן?

טוה א קוק, חבר זיסער. צו נעמען א פארשלאפנע טעמע און אריינבלאזן דערין א חיות מיט אזא זאפט איז א טאלאנט שאין דוגמתו. און ווער רעדט נאך ווען דאס חיות איז נישט סתם אזוי א לעבעדיגקייט, נאר ס'איז ממש א חיים חיותו, ס'לעבט אויף אלע באקן. איך האב מיך אין מיין וויסטן חלום נישט געראכטן אז מ'קען פון אזא טריקן שטיקל דינסטאג אשכול מאכן אזא שמאלציגס. דיין רעיון איז צום באוואונדערן און דיין שריפט איז זיך צום באלעקן.

איך מוז דיר זאגן: דער געדאנק מיט וואס דו האסט געעפנט דעם אזוי פארשלאפענעם טריקענעם דינסטאג אשכול, איז א צוזאמענשטעל פון א חידוש נפלא און רעיון עצום, באגלייט מיט א שמאלציגן אויסגיס פון ווערטער, וועלעכע איז ארויס פון א פענע וואס רבים צריכים לה. און אז די אלע דריי קומען זיך צוזאם איז דאך לית טב מיני'...

ס'איז עפעס געוואלדיג אויסטערליש, און ס'איז מיר א פארגעניגן געווען צו ליינען נאך אן ארטיקל ממעשה ידיך.
Wed Aug 06, 2008 5:19 pm#6
Re: די דינסטאג אשכול
אוי זילבי......... האסטו מיר צושפילט די געפילן.

אין א בלויען מיטוואך האט זיך דערהערט דעם יהי מאורות ברקיע.......

אה! ווי א שיינע פאנאראמע האט זיך אנטדעקט דער נעכטיגער דינסטאג מיטן צוגאב פונעם הערליכן בלויען הימל, וואס קיין מעלער אין די וועלט האט נאך נישט געקענט אראפ מאלן אזא שיינע בילד.

די רואיגקיט וואס גיסט זיך אויס איבער א מענטש ווען ער זיצט אינטער די ביימער אין א שיינעם הערליכן שיינענדיגן טאג.

שטעל דיך פאר עס בלייבט ביי תדשא הארץ דשא, און אונזערע אויגן קענען עס נישט זען, מ'קען נאר שפירן די געשמאקע ריחות, אדער ווי טייל שיטות אז די מאורות זענען שוין געווען נאר אן קיין סדר, אוי וואלט מיר צומישט געווארן שווארץ גרין בלוי...........

ווי אנדערש בייסט זיך אריין אין א רויטע מעלאנע, ווען מ'זעט זיין רויטן זאפטיגן קאליר.........

זילבערנע בעכער כתב:
איז יעצט, ווען מיר זענען אויף אפרו אין די בערג, און מיר באשיצן זיך אונטערן שאטן פון די ריזיגע ביימער זיצענדיג אויף א סווינגינג בענקל אויף די שיינע גרינע גראז צובייסענדינג א זאפטיגע פלוים, רייסט זיך ארויס פון הארץ:

א פרייליכן דינסטאג, און א דאנק פאר הקב"ה אז מיר קענען הנאה האבן פון זיין וואונדער געזונטערהייט.
Tue Aug 19, 2008 10:26 am#10
Re: די דינסטאג אשכול
ניין, לעצטע מאל וואס כאב גענוצט א GPS האט ער מיך געטראגן אין כינעווער וואלד אריין.
Tue Aug 19, 2008 10:34 am#12
Re: די דינסטאג אשכול
און איך האב געמיינט א קומזיץ באלאנגט אויפן וואסער, נישט אזוי ?
Tue Aug 19, 2008 10:39 am#13
Re: די דינסטאג אשכול
הער אויס דו שטעל נאר צו דעם GPS, און דאן העט מען שוין דיסיידען ווי דער קומזיץ העט זיין.

בד"וו אין די כינעזע וואלד איז דא א שיינער טייכל ווי הערשן קומען דארט אהין כסדר טרינקן, עס איז א מורעדיגע פלאץ, סיז דא דארט א הערליכע פאנאראמע אנבעליוועביל, סא האמיר דארט, וואסער, וואלד, פאנאראמע, אלעס צוגעשטעלט פארן קומזיץ, יאלא!
Tue Aug 19, 2008 10:54 am#14
Re: די דינסטאג אשכול
סגייט זיין צוגעשטעלט עפעס פרעס אויך?
יעדער באקומט א עקסטערע GPS אדער איינס פאר יעדעם?
מען שטעלט צו א קאר אויך אדער איך וועל דארפן נעמען א טעקסי צו ניצן די GPS?
Tue Aug 26, 2008 12:59 pm#18
Re: די דינסטאג אשכול
אין די מיטוואך אשכול איז נישט דינסטאג ראני, וואטש, גיי נישט אהין דארטן.