רבי אביגדור מילער זצ"ל

40 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1859189
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
28/3/2006 15:12#1
רבי אביגדור מילער זצ"ל
ר' אביגדור איז איינער וואס האט שטארק משפיע געווען אויף דעם אמעריקאנעם סאטמארן אינגערמאן
וואס איז א מתחיל אין השכלה, איז נישט מער ווי רעכט אז א פארום וואס רעדט צו דעם דאזיגען
קרייז פון חסידישע אינגעלייט וואס שרייבן און רעדן אידיש, זיכענדיג צו טראכטן, זאלן דעבאטירן
און איבערשמועסן זיינע שיטות און השקפה יסודות וואס דער מענטש האט געשאפן און געפרעדיגט.
28/3/2006 15:30#2
רבי אביגדור מילער זצ"ל
איך בין נישט זייער באקאנט אין די תורות פון ר' אביגדור ז"ל, אבער א שטיקעל א רושם האב איך און איך וויל דאס פראבירען דא צו באשמוזען און אויך הערען פון די וואס קענען בעסער דעם עניין.

לפי מיין פארשטאנד ["לענ"ד" בלשון בהמ"ד] איז ער עהנליך צו רב דסלר ז"ל אין דעם דאס זיי האבען אויפגיטהוען אין מחשבה וואס ר' חיים סאלאבייציק ז"ל פון איין זייט און ר' שמעון שקאפ ז"ל פון אנדערען זייט האבען גיטועהן, צו באווייזען אז די אבסטראקטע באגריפען פון חז"ל זיינען נישט כפשוטם און זיי קומען ארויסברענגען טיפערע רעיונות.

דאס וואס אין חז"ל שטייט דאס אין א מעהר קאנקרייט שפראך, מוז נישט זיין ווייל חז"ל האבען גיוואלט באהאלטען סודות, נאר דאס די שפראך איז נאך נישט גיווען ענטוויקעלט דאמאלס אזוי ווי היינט. ממילא איז די נייע שפראך פאר די וואס באנוצען זיך מיט די אלטע, נאך א סוד. מו"ר האט מיר גיזאגט בשם ר"ג ז"ל, אז "סוד" מיינט נישט דווקא א זאך וואס מען האט מורא אז מען וועט עס ווייטער דערציילען, נאר דאס דער וואס וועט דאס הערען וועט נישט וויסען דאס צו שעטצען [אפרישייטען בלע"ז] און דערפאר וועט ער מזלזל זיין און פארפאסען דעם חאשעבען תוכן וואס אין א פאר יאהר שפעטער קען ער שוין זיין ראוי דערצו.

לפי זה איז דאס טאקע א גילונגענע רעיון פאר די וואס הייבען אן ארויפצוגיין ברום עולם המחשבה, אנצוהייבען מיט ספרים פון ר' אביגדור און דער מכתב מאליהו זכרונם לברכה. מיין רעבע [וואס לויט וויפיל איך ווייס איז ער נישט קיין קרוב פון להבחל"ח ר' אביגדור ז"ל טראץ זיי זענען ביידע כהנים] האט מיר גיזאגט אז בתחילת דרכו פאר דעם וואס ער האט גילערנט ביי ר' גדלי' ז"ל, פלעגט ער זיך אסאך פארטיפען בספרי ר"ש שקאפ, רב דסלר וכדומה.
28/3/2006 15:41#3
רבי אביגדור מילער זצ"ל
גייט אריין אין דעם וויקיפעדיע ארטיקל צו ליינען און פארעכטן, צולייגן זאכן וואס איר ווייסט, און מעורר זיין הערות וואס איר האט אויף זיין פרויפייל דארטן. http://tinyurl.com/92hya תוקן על ידי - רעדאקטאר - 28/03/2006 15:45:38
28/3/2006 16:04#4
רבי אביגדור מילער זצ"ל
ס'איז נישט קיין פארגלייך צווישן ר' אביגדור מילער און הרב דעסלער. הרב מילער האט זיך בעיקר אפגעגעבן מיט סעקולערער וויסנשאפט, זיי אפפרעגנדיג אין זיינע ספרים "אז נדברו" (איבערגעטייטשט אויף עברית "לאן"), "רננו צדיקים" און "עורה כבודי". אויך האט ער זיך פיל אפגעגעבן מיט די היסטאריקער וועלכע שטימען נישט איין מיט'ן דרך התורה, ווי גרעץ, ווייס און... יוסיפין.
הרב דעסלער, לעומת זה, האט מער ארויסגעברענגט תורה'דיגע רעיונות אין א פארשטענדליכער און קלוגער שפראך אויף צו כאפן דעם היינטיגן משכיל'ס הארץ.
למשל די טעאריע פון עוואלוציע געפינט אין די ספרים פון הרב מילער אן ארט אין הונדערטער בלעטער, דאקעגן אין "מכתב מאליהו" איז נאר פארהאן איין קליין שטיקל אין חלק ה' איבער דער טעאריע.
28/3/2006 16:28#5
רבי אביגדור מילער זצ"ל
גראדע האב איך געליינט אין עצכח, ווי דער ניק 'באראפארקער' ברענגט ארויף אין דעם הינזיכט א פאקט אז נאר די ספרים זענען פיל מיט חכמת חיצנית ווי אפציווענדן אלע אפיקורסות און עבודה זרה'ס, אבער די טויזענטע טעיפס פון מוסר, און הונדעטע טעיפס פון שיעורים אין גמרא, הערט מען קוים עפעס פון די זאכן.
28/3/2006 16:47#6
רבי אביגדור מילער זצ"ל
שקויעך דוידל!

לויט דיינע ווערטער איז דאס פארט אן ענטוויקלונג אין די זעלבע ריכטונג, נאר דאס ר' אביגדור איז א שלב ווייטער. ער איז טאקע גיווען א דור נאך רב דסלרן!
28/3/2006 20:50#7
רבי אביגדור מילער זצ"ל
איך געדעיינק נישט גענוי דעם לינק, האבער העס דאכצעך מיר אז "באראפארקער" האט העם בארימט, און האלט זאך א שטיקל תלמיד. איך וייס גאר נישט ווער איז באראפארקער האבער הער מאכט א רושם פון א יודע ספר.
29/3/2006 01:07#8
רבי אביגדור מילער זצ"ל
יישר כח ר' העניך פאר מאכען שפתותיו דובבות, אפשר טאקע אפילו "בקבר" ווייל דער ניק ניץ איך כמעט נישט. איך אליין ווייס אויך נישט ווי דער אשכול איז, אבער עס איז געווען אן אשכול איבער ר' אביגדור אליין, און דער לינקזעצער פין עצכ"ח קען עס זיכער טרעפען. און יישר כח פאר רעדאקטער פאר מיך מאכען אויף מערקזאם וועגען דעם אשכול אז מען רעדט פין מיין ניק, אפשר קען רעדאקטאר אנווייזען ווי יענער אשכול איז, ווייל ער האט מיך געבעטען רשות מעתיק צו זיין פין דארט צו זיין וויקיפידיא. און אזוי ווי איינער ברענגט טאקע דא ארויס, ר' אביגדור פלעגט נישט מאריך זיין בדרוש וועגען עבולוציע, בעיקר פלעגט ער נאר דערמאנען אז עס איז פאלש, וכו' וכו'. עס איז כדאי צו דערמאנען אז עס דא א חבורה אין ווילי וואס האלטען זיך פאר זיינע תלמידים, און זיי לייקענען כמעט אין קבלה, זאגענדיג אז דאס איז באמת געווען זיין שיטה. איך ווייס נישט צו עס א בחינה פין חכמה אדער תבונה (עיין רש"י תצוה) אבער מיין השערה איז אז עס איז מער תבונה ווי חכמה, ודו"ק.
29/3/2006 02:02#10
רבי אביגדור מילער זצ"ל
באראפארקער, צו מיינסטו דעם קהילה נטעי אביגדור? איך גלייב שווער אז זיי לייקענען אפען דערין. זיי לעבן דאך אין וויליאמסבורג?
29/3/2006 19:34#11
רבי אביגדור מילער זצ"ל

איך פלעג צומאל דארטן א תפלה טוען אין איך פלעג נישט צו הערן אז די וואס זענען דארטען האלטען נישט ח"ו פון קבלה (ווער זענען זיי צו האלטען). מען האט גערעדט צו ר' א"מ האט געהאלטען וועגען קבלה אדער נישט (ח"ו).

30/3/2006 04:27#12
רבי אביגדור מילער זצ"ל

אח אח ממש אמחי' מ'קען זיך צוניופרעדען אין מאמע לשון, שקויעך פארן אהער שטעלען דעם מעדיוים.

לפי מיין ארעמען פארשטאנד איז דא א תהוםדיגער חילוק פין רב דסלר ביז הרב מילר. איוף הרב דסלר קען מען כמעט זאגען דעם באקאנטען מאמר וואס סאטמער רב האט אין זיינער צייט געזאגט אויף ר' אהרן קאטלער, 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה'. רב דסלר האט כמעט גארנישט משנה געוועהן פין דעם טראדיציונאלער וועלטאנשאויאנג אין צוגאנג צו אלע יסודות הדת, בו בשעה וואס רב מילער האט דוקא יא משנה געוועהן אין ביידע הינזיכטען.

הרב מילער האט משנה געוועהן פינעם טראדיציונאלער חרדישער וועלטאנשאוינג מיט'ן זיין א קנאפער חסיד פין קבלה אזש ביז ס'זאל זיין א גרויסער טייל פין זיינע חסידים וואס האבן פארשטאנען פין זיינע מימרית וואס אנבעלאנגט קבלה אז ס'איז גאר א פרעמדע שפראצונג אינעם אידישן וווינגארטען, אויך מיטן נישט זיין אזוי איבערצייגט אינעם אמונת הגילגול איז ער היבש אוועק פינעם טראדיציאן, אפילו זיין פאזיטיווער מיינונג איבער ר' משה מענדלסאן איז גאר וויט אוועק פינעם גלייכען וועג לויט'ן חרדישען געדאנקענגאנג,

נאך אסאך שטערקער קען געזאגט ווערן אויף זיין צוגאנג צו עבודת השם, זיין איינזייטיגער כל כולו'דיגער איבערגעגעבענקייט צו די מדה פין 'אנערקענען א טובה' [הכרת הטוב] וואס ער האט געמאכט פארן גרונדשטיין אין עבודת השם, איז לאו דוקא געוועהן דער תל תלפיות פינעם אלגעמיינם מסורה'דיגער צוגאנג צו עבודה, אף על פי אז די חובת הלבבות איז אפשר יא געוועהן ביי דעם זעלבען מיינונג איז דאס דאך נישט אנגענומען אינעם אולטרא פרימער חרדישר וועלטאנשאוינג,

רעדענדיג פין חובת הלבבות ברענגט עס אונז צום צענטראלר מיינונגספארשידענהייט פין אים ביז אנדערע חרדישע דענקערס [ווי רב דסלר ציילט זיך פין זיי], נעמליך זיין מהלך פין זיך קימערן מיט אלא אפיקורסישער מיינונגען אינטערען סלאגאן פין דע מה שתשיב, וואס אולי מיינט דאס טאקע מה שתשיב צום אייגענעם אפיקורוס, צום אפיקורוס אין זיך וואס פרעגט קשיות אזש ביז ס'לאזט טייל מאל נישט מנוחה.

אינדערצייט וואס רוב מנין אין בנין פין חרדישער דענקערס האבען קאטעגארעזירט  אזעלעכע קשיות אינטערן רובריק פין פרעמדע מחשבות [מחשבות זרות] אין טאקע דערפאר זיך באפאסט דערמיט מיט די זעלבע מעטאדאן, וואס דאס איז הויפטזעכליך באשטאנען מיטן אוועקשטופען אין זיך מאכען פארגעסען פין די קשיות, וויאויך זיך באניצין מיטן תהלימעל זיך אויסצובעטען להעביר מחשבת זדון. איז אבער רב מילערס גאנג גאר אן אנדערער אין אפשר אסאך מער מסוכנדיגער.

המשך יבא גאט וויליג

31/3/2006 21:26#13
רבי אביגדור מילער זצ"ל
עני בפתח
דאס וואס די שרייבסט אז ר' א"מ איז נישט געווען מיטען שניט פון די מסורה ווען עס האט זעך געהאנדעלט פון קבלה, מיט דעם האסטו א נקודה. הגם מען קען עם דן זייך לכף זכות ווייל גדולים וטובים פון עם האבען אויך זיך נישט באצויגען צו דעם, ווי למשל דער רס"ג, רמב"ם וכדומה, אבער א נקודה האסטו אפשר.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז הכרת הטוב איז לאו דוקא געוועהן דער תל תלפיות פינעם אלגעמיינם מסורה'דיגער צוגאנג צו עבודה דאס איז דאך פשוט נישט צום פארשטיין, און וואספארא געהויבענע חסידיש ספר מעקוקט אריין איז דאס פון דאנקבארקייט צום בורא כל עולמים. הייב אויף אן ערבי נחל היינט אויף דערנאכט, ליל דחקל תפוחין קדישין, איך בין זעכער אז די וועסט זען עפעס אויף מכיר זיין דעם חסד השם. דאס איז דאך דער יסוד וואס רבותינו הקדושים תלמידי רישבש"ט זצוקללה"ה האבען אין אונז אריינגעבאקען מכיר צו זיין אז דער בורא כל עולמים געט זעך אפ מיט יעדען בלעטעל וואס פאלט פון בוים און ווי שטארק אונז דארפן מכיר זיין דעם חסד.
31/3/2006 22:02#14
רבי אביגדור מילער זצ"ל

עני בפתח
קודם האב איך געדענקט נישט דאס צו אדרעסירען אבער נאכדעם האב איך זעך איבער געטראכט אז די האסט דאס אויפגעברענגט וועל איך דאס שוין אנמערקען.
די שרייבסט אז אויך מיטן נישט זיין אזוי איבערצייגט אינעם אמונת הגילגול איז ער היבש אוועק פינעם טראדיציאן.
וואו סעשיינט איר ר' א"מ געווען א גרויסער תלמיד חכם אין געווען באקאנט בספרי הראשונים. סאיז דאך באקאנט וואס דער רס"ג האט געהאלטען וועגען גילגול (און צוליב דעם האב איך דאס נישט געוואלט אויפבענגען). דער רס"ג האט דאך געהאלטען אז דאס איז א שטות (ח"ו) און געהערט האב איז אין די  מהדורה פון דעם נייעם איבערזעצער צייכענט ער גאר אן אז דאס קומט פון די קראים (אוי לאזנים כך שומעות). קען זיין אז זייענדיג א מלומד בספרים של ראשונים האט ער נישט געוואלט זיך אריין מישען צווישען די גרויסע לייבען.

31/3/2006 22:20#15
רבי אביגדור מילער זצ"ל
עני, Nice to see you again!

איך האב קיינמאל נישט געזעהן הרב מיללער'ס ספרים אבער אפאר פין זיין טעיפס האב איך געהערט אין מיין יונגע יארן. בכל אופן, עס וועט מיר זיין א גרויסע חידוש דאס וואס די זאגסט אז ער האט געהאט א פאזאטיווען אויסקוק אויף מענדעלסאן.

ווי איז די מקור פין דעם?

1/4/2006 01:57#16
רבי אביגדור מילער זצ"ל

טייערער 'גלייבער אין קלוגע'

האב איך דען געזאגט אז ר' א"מ האט געזאגט זאכען קעגן דעם עכטן אידישער גלויבונג?
איך האב דאך אויסשליסלעך גערעדט וויאזוי ער איז מ'קצה על קצע'דיג אנדערש פין אלע היינטציטיגע אולטרא ארטאדאקסישע דענקערס. אוודע געוויס האט ער באזירט זיינע ווערטער אויף אידישע ספרים אין סופרים.

אנערקענען א טובה איז אן אינטערנאציונאלער עטיק אין ס'חידושט מיר גארניט אז איר טרעפט דאס אין פארשידענע מוסר ספרים פין חסידישע ביז מיסנאגדישע פין ריין אידישע ביז צו ספרים פין אלע בני נח. אבער צו מאכען דאס פארען הויפט טעמע פארען תל תלפיות, דאס איז שוין אן אייגענארטיגייט [וואס מיט דעם זעלבסט האט ער שויו אוועקגענויגט פין טראדיציאן, כלומר צו זאגען, צו האנען אייגענארטיקייט אין פראקטיק אדער אין טראכטונג, איז ניט אויסגעהאלטען מיט אינזער מסורה]

חסיד'ל חסיד'ל אוי ווי מיר דארפיען זיך נאך אסאך צונויפרעדען אבער........
יא, איך מיט מיין ארימקייט [אני בעניי] האב געהערט פין פה קדשו ווי ער זאגט מען זאל לערנען ר' מענדעלסאן'ס ספר 'ירושלים'. אויך האבען כמה פין מיינע חברים דאס געהערט איוף א קאסעטט.
קאן זיין אז איר וויסט ניט אז ר' שמשון רפאל הירש רעדט פין אים מיט גרויס כבוד אין זיינע 'ניינצען בריוו'.

2/4/2006 06:54#17
רבי אביגדור מילער זצ"ל

Ooni Bpesach

You say that RA"M made graditude the main thing in judaism for his listeners- and you say that with this he defied tradition- which didnt list hakors hatov as #1

First: you admit that in Chovos Halvovos hakoras hatov is the main thing. so RA"M simply made Chovos halvovos the main thing for his talmidim- any problem with that? let me hear

Next: you say that gratitude was not a traditional number one.. What was? what is your main thing? your zeideh- what was his ikar haikrim? do you know? did he know? does your rebbe know? please respond

2/4/2006 21:54#18
רבי אביגדור מילער זצ"ל

עני_בפתח
בילבא האט שוין גענטפערט אנשטאט מיר. (יאשער כוחכם, בילבא)

דרך אגב, איז חסידות "אליינס" דען נישט קיין אייגענארטיגקייט פון טראכטען ??? אוודאי אז יא. דער סאטמער רבי זיעואכי"א האט געזאגט איז גאנץ חסידות ליגט אין חובת הלבבות. איך זעה נישט וואו אזוי ר' א"מ זאל דא האבן געגאנגען אנדערשט וואט די מסורה.

2/4/2006 22:10#19
רבי אביגדור מילער זצ"ל
בילבא, אמונת חכמים, און חסיד-אמת, קיין איין מוסר ספר, און קיין איין רב בישראל, האט נישט אזויפיל פארברענגט אויף "הכרת הטוב" ווי ראביי מילער. אפילו דער חובת הלבבות איז נאר איין קליינער טייל איבער הכרת הטוב, ווי שער הבחינה, אויב האט איר אמאל אויסגעהערט ראביי מילער, איז כמעט שווער צו טרעפן איין איינציגען טעיפ וואס ער זאל זיך נישט קאכן אין דעם. ער האט נישט מסיח דעת געווען פון דעם ענין קיין איין דרשה נישט. דאס איז א פאקט. איז ער מיט דעם פארקראכן פון די מסורה? דאס איז שוין אן אנדער פרשה.
2/4/2006 23:22#20
רבי אביגדור מילער זצ"ל

עני בפתח
גראדע האב איך געהערט אז דער הייליגער חת"ס האט אויך געזאגט אז ער האט נאר געזען "איין ווארט" וואס מען קען אויסטייטשען אויף שלעכט און ער, דער היילגער חת"ס, האט דאס אויסגעטייטש אויף שלעכט ווייל ער האט געהאלטען אז ער האט אנגעמאכט א חורבן.

תוקן על ידי - אמונתחכמים - 02/04/2006 23:28:27
2/4/2006 23:30#21
רבי אביגדור מילער זצ"ל
מען רעדט דא פון אזעלכע האקעלע זאכן ווי מענדלזאן *, דארף מען אביסל מער נזהר זיין.

כל שכן נישט צו שרייבן אזא גראבן לשון הרע אויף א גדול בישראל, אז ער זאל זיך ווען ח"ו האבן אויסגעדרוקט לטובת **. איך בין זיכער אז הרב מיללער האט נישט געזאגט אזעלכע ווערטער (הגם איך האב אים נישט געקענט פערזענליך, אבער איך הער אז ער איז געווען אן ערליכער איד, און אויך א קנאי).

הוי זהיר בגחלתן

דיא הנהלה האט ערזעצט געוויסע פארען פארום אונפאסיגע אויסדריקע, מיט שטערנס. תוקן על ידי - עצור_כאן - 03/04/2006 9:44:39
2/4/2006 23:50#22
רבי אביגדור מילער זצ"ל
שילעפיק (וואס מיינט דאס?)

די שרייבסט אפילו דער חובת הלבבות איז נאר איין קליינער טייל איבער הכרת הטוב, ווי שער
הבחינה.
אנטשולדיגט מיר אבער דער חובת הלבבות איז פול מיט הכרת הטוב אין דעם גאנצען ספר. אין שער עבודת אלוקים זאגט דער שכל פאר דעם נפש אז ער זאל נישט גיין ווייטער נאר אויב ער איז קלאר אז ער פארשטייט די הכרת הטוב וואס ער קומט פארען אייבירשטען. און אזוי אויך דורעך דעם גאנצען ספר אין אלע שערים. ביטע נעם אביסעל צייט דורעכצולערנען דעם ספר עס וועט דיר אסאך העלפען.

לפי זה קומט אויס אז עסאיז יא געווען א רב בישראל וואס האט אזויפול עוסק געווען אין דעם, און דאס איז דער חובת הלבבות.

דרך אגב, איז געווען א רבי וואס האט כסדר גערעדט פון חטא הידוע (רחמנא לשיזבן) אין קיינער אטאקירט איהם נישט פארען אוועקקריכען פון די מסורה. תוקן על ידי - אמונתחכמים - 02/04/2006 23:58:51
3/4/2006 00:03#23
רבי אביגדור מילער זצ"ל

SHILEPIC MY DEAR

FACTS? FACTS

You said something about chovos halvovos. I did not study CH"L alotbut i did a little so -facts

Shaar habitochon is based on graditude- if hashem is so good to us until now we must trust him. Shaar Avoidas Heloikim is also based on it- if hashem is so good to us, better than  a father, better than a freind..... we must serve him. Shaar haknioh, too- if hashem is so good to us for free we must  be humble and shrink before him- and thats what i said to ooni bpeasach- that RA"M made CH"L the main thing
 
So much for the facts

Lets go into something else- you daven every day? fact? ok. you begin with modeh ani. then you thank hashem for giving you the mitzva of netilas yaddaim, then you thank him for the nashama,then for the torah- and you throw in a tfilah on torah- than you make another twenty brochos on your clothing, that you are a man, that you are not a slave, that hahsem made earth on water and so many LITTLE things- and thats only the  first few minuts of your day.

Let me make a statement: The greatest part of  the siddur is thanking hashem and graditude

just the facts, my freind. what do you think? cant wait

3/4/2006 07:27#24
רבי אביגדור מילער זצ"ל

I stand here and observe how such a wise talmid chochom like rabbi miller is being torn into pieces by some tipush whose only worry is whether rabbi miller's shito is new or old and people bother to talk about it*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

It is beyond belief that you can do that in front of chareidi Jews nowadays and nobody says stop- or: ''watch your mouth'' as they say in the other places

 

If you told me you disagree with him on his slabodka shitoh that am yisroel never sinned- fine. We find in other places that the Jews were not so refined

 

If you told me you disagree that we need to thank hashem every time we see a funeral that we are alive- and you say that it is cruel- I can see

 

If you told me you disagree with him on the meaning of tzelem elokim- fine

 

If you told me you disagree with him evolution, I would hear you out

 

If you told me you disagree in g. marriage or abortion- fine

 

If you had other interpretations of the thousands of agadata gmoros he interpreted so beautifully- fine

 

If you disagreed with any point of his 13 thick wise sforim or 1500 lectures- fine

 

If you told me you disagree with the ten commandments of marriage fine

 

Disagree with The ten steps to greatness- fine

 

But, in a page opened on the subject ''Rabbi Miller'' the main subject matter should be whether he goes in usual ways? Not any ideas? All of you, both pro and con rabbi miller, should be so ashamed

 

What's the chochmo in that? Fools.

 

 I feel like crying. It is as crazy as it goes

 

 

 

 

3/4/2006 10:08#25
רבי אביגדור מילער זצ"ל
amz1750,

פון איין זייט זעהט זיך אויס אז דו ביסט טאקע גירעכט דאס דער גישפרעך דארף זיין צו דער זאך און נישט אויף דעם מענטש [לגופו של עניין ולא לגופו של איש] און אזוי פאסט פאר עצור בדרך כלל. אבער מצד שני ליגט דא  אנאדערע נקודה וואס צוליב איהר קען מען פארשטייען די ויכוחים אויף דעם מענטשען.

אזוי ווי עס ווערט באשמועזט באריכות אין דעם העבראישען עצור, איז פארהאנדען א דינאמישע ענטוויקלונג פון די תורה שבעל פה. טראטץ חתימת התלמוד [וחתימת המוחות] איז נאך אייביג דא א מינימאלע ענטוויקלונג במחשבה ובמעשה וואס לא יימלט אפילו פון אויסגישפראכענע פונדמטליסטישע "קנאים". דערפאר האט דער נעמען פון ר' אביגדורען ז"ל אלס איינער וואס איז גיווען אפענער ווי דיא סטנדרטישע גדוילים און בו בזמן אויך "אנגענומען" בתוכם, א באדייטונג אין די ענטוויקלונג.
3/4/2006 17:52#26
רבי אביגדור מילער זצ"ל
amz1250,
דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דו דארפסט פארשטיין אז די וואס טראכטן שוין יא פונעם אולטרא-ארטאדאקסישן ציבור, איז דער חתם סופר'ס מליצה "חדש אסור מן התורה" נר לרגליהם, און די ראמען ווי ווייט זייערע מחשבות לויפן, זענען ערגעץ וואו ביי די גרעניצן פון חדש און ישן. וויבאלד אזוי, איז וויכטיג ביי יעדן שמועס איבער סיי וועלכן ענין פון השקפה וכדומה, עס איינצואוויקלען אין א דורכדרינגענליכער חקירה וואו אויף דער וועלט דער שמועס שטייט - ביים אלטן חדר, די אזוי-גערופענע "מסורה", אדער עפעס חדש'דיג און טריף.

איך ווארט שוין א שטיק צייט אז ס'זאל דא אפיר קומען איינער וועלכער האט אדורכגעטאן די ספרים פון הרב מילער כדי איך זאל מיך קענען אביסל צעשמועסן מיט אים, אבער דערווייל האבן די גרויסע חכמים פון דעם פארום און די אזוי-גערופענע "תלמידים" פון רבי אביגדור'ן, נאכנישט געפונען די פאסיגע צייט זיי אדורכצולייענען. אבער צו דעבאטירן ווי זיינע שיטות שטייען זענען זיי יא דא.    גיי פארשטיי...
4/4/2006 03:33#27
רבי אביגדור מילער זצ"ל

Dovidel my dear

 *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

If you have any opinion of RA''M which you would like to discuss please bring it up. I will try to take care of it. Fire away.

 

Although I know little about rabbi miller I did learn other sifry mussar and hashkofo . So I can try- I am sure there are others that can help too

 

I heared that rabbi miller took questions after every shiur (yes??) so it shouldn't be a problem for his neshomo boilom hoelyon if we will discuss, verify, and challenge his divry chachumim

 

But, again, I don't know of any subject from which to begin

 

 so what bothers you? Thank you

 
4/4/2006 04:05#28
רבי אביגדור מילער זצ"ל

Sweetest Amz

You write in English and I'll respond likewise.
Sure there is room for discussion about each and every one of his Shitos in detail but if we will start discussing the pros and the cons of say, is there any evidence for evolution or is it a total farce, I would humbly suggest that we shouldn't name the Eshkol 'Rabbi Miller'. I think that an Eshkol by this name is meant to be a discussion about who and what HE was and not so much on philosphising the pros and cons of individual ideas of his.

Please understand that my observation on his not being 'in line' with the other Gedolim wasnt meant to criticise nor condone, it was a pure objective observation of fact. An observation that i still think is one of his main characteristics.

Some other commentators here argue that Hakaros Hatov is a trait that is accepted and preached the world over so that i shouldn't see it as unique to Rav Miller.

Let me answer by an analogy, Take R' Shlomo Carlebachand his preaching of love for a fellow jew. (no no I'm not trying to compare these two i'm just using it as an analogy)
Will you agree that we can charaterize R' Shlomo as unique in his preaching such? Although Ahavas Yisroel is something that all the Seforim will write about and somehting that R' Akiva set as the foundation of the Torah there was still something different the way R' Shlomo made it the cornerstone of his philosophy of life and of yiddishkeit.

But by far the most iconoclastic and conterevrsial aspect of his approach was his debate with the Kofrim. Instead of just cajoling his listeners to simply push away such 'bad' thoughts, he took on the issue in its face by debating it on its merits and trying to prove rationally how utterly it fails logically (emphasis on 'trying')

 .

4/4/2006 04:23#29
רבי אביגדור מילער זצ"ל

טייערער גלייבער אין חכמים

אוודאי געוווס איז חסידות אייגענארטיק אוודאי געוווס האט חסידות געטוישט פינעם ביז דעמאלסדיגען מסורה.
נאכאמאל וויל איך ארויסברענגען אז איך האב נישט געמיינט דורש צו זיין לגנאי אדער לשבח ס'איז נישט מער ווי את המציאות אני דורש
ביטע פארענטפערט אים ניט במקום ס'איז קיין מקשן נישט פארהאן.

איר זאגט אז דער חת"ס האט געזאגט אז ער האט געמאכט חורבנות, אעפ"כ האט רב מילר געהייסען לערנען זיינע ספרים. אין איר זעהט אין דעהם איין ליניע? איך העט געזאגט אז אייער ליבשאפט צו רב מילער האט מקלקל געווען אט דעם ליניע אייערער.

4/4/2006 05:32#30
רבי אביגדור מילער זצ"ל
עני בפתח

א) איך האב אייך נישט קריטיקירט אז איר זענט א דורש לגנאי ר' א"מ. ס'איז נאר את המציאות אני מקיים.
 די סיבה פארוואס מען איידענטיפייט ר' א"מ מיט הכרת הטוב איז ווייל ר' א"מ לויט זיין שטייגער האט ערקלערט די טאג טעגליכע געניצטע ווערטער, וואס % 100 פונעם עולם טראכט נישט אריין דערין פאר קיין איין סעקונדע, אז מען זאל דאס פארשטיין. אז איינער האט געלערענט אין חובת הלבבות אז מעדארף מכיר טוב זיין האט ער נאר געדענקט די ווערטער אבער עס האט ביי עם גארנישט געמיינט, ווייל ער האט לכתחלה נישט געטראכט וואס די ווערטער מיינען. ר' א"מ האט דאס מסביר און ערוועקט דעם עולם אז מעזאל אריין טראכטען אין די ווערטער.
אין קורצען -
1) הכרת הטוב איז אייביג געווען א עיקר און יא געווען אנגענומען אינעם אולטרא פרימער חרדישר וועלטאנשאוינג.
2) ר' א"מ האט דאס שיין מסביר געווען און צעלייגט פארען עולם.

ב)  1) ביטע זא קלאר איז איך גלייב אייך נישט אז ר' א"מ האט געזאגט אז מען זאל לערנען זיינע ספרים. לויט וויפיל איך האב געהערט האט ער נישט רעקאמענדירט צו פיל ספרים, דעריבער שטימט נישט צוזאגען אז ר' א"מ האט געהייסען אז מען זאל לערנען זיין ספר. אויב קענט איר, ביטע אינפארמירט מיך וועלעכעס נאמבער טעיפ דאס איז. (אויב עס איז דא אזא טעיפ)
     2) איך האב נישט צוזאמען געשטעלט די ווערטער וואס איך געשריבען וועגען דעם הייליגען חת"ס אונטערען זעלבען ענטפער וואס איך האב געגעבען קודם, טאקע וועגען דעם אז איר זאלט נישט ארויס טייטשען וואס איר האט יא ארויסגעטייטשט. איך האב נאר צוגעלייגט, אז בדוחק, אויב איינער האט יא געליינט זיינע ספרים, איז לויט דעם דערמאנטען חת"ס נישט דאס ערגעסטע ווייל דער חת"ס האט דאך אויך נישט געזען געפערליכס אונעם ספר.
עס קוקט מיר ענדערשט אויס אז די ווילסט דא אהער שטעלען עפעס א געוויסען בליק וויאזוי מען זאל קוקען אויף ר' א"מ, (ודי בזה). און טאקע וועגען דעם האב איך גענטפערט אויף דיין ערשטען קאמאנטאר. 
דער לעצטער שורה זאל אויך דינען אלס אן ענטפער אויף amz1750.
4/4/2006 05:45#31
רבי אביגדור מילער זצ"ל
עני בפתח
און דיין ערשטען ענטפער צו מיר, רופסטו מיך טייערער 'גלייבער אין קלוגע'.
דעם לעצטען מאל דריקסטו דיך אויס
טייערער גלייבער אין חכמים.
מה נשתנה?
דער חילוק איז אזוי.
צום אנטפאנג האסטו דיך ארויסגעגעבען אז די ביסט נישט פון די וואס באזיצען
אמונת חכמים, (און דאס איז דאך דער אמתער בליק וואס די האטס געוואלט ארויפווארפען אויף ר' א"מ)  האסטו דיך באנוצט מיט לשונות של לצון, אבער לכאורה האסטו דערשפירט אביסל היץ, האסטו געטוישט.
4/4/2006 05:53#32
רבי אביגדור מילער זצ"ל

אויב איינער זוכט צו פארשטיין דעם ענגליש וואס עני_בפתח נוצט, קען ער דרוקען אויף דעם לינק, וועבסטער דיקשאנערי, דארטען ווערט עס צולייגט אויף פשוטע ווערטער.

תוקן על ידי - אמונתחכמים - 04/04/2006 5:57:48
4/4/2006 14:53#33
רבי אביגדור מילער זצ"ל
גם אני מצטרף נישט שרייבן קיין ענגליש דא, עס איז דא א חרם פון חתם סופר אויף זיך באנוצען מיט דעם גויאישן שפראך.
4/4/2006 15:00#34
רבי אביגדור מילער זצ"ל
לגבי מענדלסאן, האב איך געהערט מער ווי איינמאל, און צר לי אז איך ווייס נישט קיין נומער פון
קיין טעיפס ווייל איך בין דארטן געווען בשעת ער האט דאס געזאגט, ווי ער רומט אים שטארק אויס
מיט התרגשות'דיגע הערצה אלס איש מורם און גרויסע חסיד ועובד ה' וואס האט זיין לעבן מקדש
געווען פאר פעלים לתורה, און ער זאגט אז זיין איינציגער עבירה וואס האט אים ארויסגעלייגט מחוץ
לגדר היהדות, איז זיין חטא פון זיך נישט רעכענען מיט גדולים פון זיין דור. און גראד נאכדעם
האט ראביי מילער אנגעהויבן צו רעדן איבער די גדלות פון די גדולים פון היינטיגען דור ווי ר'
משה טייטלבוים פון סאטמאר און ר' שלמה הלבערשטאם פון באבוב....

אני הקטן ווייס נישט וואס דאס מיינט!

תוקן על ידי - העניך7 - 04/04/2006 15:39:30
4/4/2006 15:51#35
רבי אביגדור מילער זצ"ל
מענדלסאן איז נישט געווען אזוי אפגעפרעגט ווי מען מיינט היינט. זע דער הקדמה פונעם זון פונעם בעל תפארת ישראל אויף זיין טאטע'נס פירוש, וואו ער לויבט אויס מענדלסאהן' מיט סופערלאטיוון. זע אויך דעם ספר "מנחמיה עד עתה" וואו דער היינטצייטיגער אולטרא אורטאדאקסישער מחבר שרייבט, אז מענדלסאהנס צילן זענען געווען ענליכע ווי די פון רבי שמשון רפאל הירש'ן נאר פאר אים איז עס נישט געלונגען.
4/4/2006 22:23#36
רבי אביגדור מילער זצ"ל
העניך'ל
אויסרומען מנדלסון איז איין זאך, און הייסען לערנען זיינער ספרים איז א צווייטער זאך. דאס אז מנדלסונס חידושים זענען גארנישט געפערליך, דאס ווייסען אלע וואס האבען געקוקט און זיין ספר ובתוכם דער הייליגער חתם סופר. ביודעי ומכירי קאמינא וואס האבען געקוקט זיין ספר און האבען נישט נאר נישט געזען שלעכט נאר געזען גאר שיינע אידישע געדאנקען.
אז ר' א"מ האט געהייסען לערנען זיינע ספרים דאס איז א חידוש, ווייל ער האט גאר ווייניג ספרים רעקאמענדירט, טא פארוואס עפעס זאל ער הייסען לערנען זיינע ספרים?
איך האב גענוג זאכען צו גלייבען איידער איך וועל דאס גלייבען אן דעם וואס איך הער דאס אליינס אויף טעיפ.
עס איז קלאר אז עס איז דא כמה וכמה וואס ווילען אהערשטעלען ר' א"מ כאילו ער האט אפגעלאכט פון חז"ל און זיי וועלען זעך אנכאפען אויף יעדעס ווארט וואס איז משתמע לתרי אנפין.

א טעיפ נומבער האב איך נאך אלץ נישט.
5/4/2006 17:45#37
רבי אביגדור מילער זצ"ל
באראפארקער
די שרייבסט, ר' אביגדור פלעגט נישט מאריך זיין בדרוש וועגען עבולוציע, בעיקר פלעגט ער נאר דערמאנען אז עס איז פאלש, וכו' וכו'
.
הא תינח אין די לעצטע הונדערטער טעיפס, אבער און די ערשטע פאר הונדערט טעיפס צוברייטערט ער די שמועס איבער די טעמע און ווייזט אויף די שוואכקייטען דערפון מיט א קלארקייט, און נישט נאר סתם
דערמאנען אז סעאיז פאלש. ער האט געהאלטען זיינע שמועסען פאר אן עולם וואס האט גארנישט געהאט מיט אידישקייט און ער האט מיט זיי אנגעפאנגען מיט אלף און שפעטער ווען זיי האבען שוין געקענט די נושא האט ער דאס נישט געדארפט איבערקייען נאכאמאל.
6/4/2006 01:04#38
רבי אביגדור מילער זצ"ל

Yes, I agree with my friends here (Veto1, David, and that poor guy at the door). I think the purpose of this eshkol was misunderstood. And maybe AMZ1750 cried (well, almost…) for no good reason.

 *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 The eshkol was not opened to talk about torah and opinions, but to discuss RA''M as a person without going into hard-core thinking, as AMZ demanded. That's too hard for us. So we will just discuss the person  

 

And I think we should do more of this. I think we should discuss tzadikim and rebbes. Not only their opinions and chidushy torah- but their ''funny'' parts, the parts where they were unique and different than others. And compare and analyze. I think that will increase kvod shamaiyim. Isn't that our only goal with this discussion? Sure

 

  I think you  would all agree  that it is very important that this should be discussed

 

Yes. Yes. Bring it on and let us do it

 

Mee lashem eily

6/4/2006 01:51#39
רבי אביגדור מילער זצ"ל
איך זעה אז א צווייטער האט שוין געפענט אן אנדערען אשכול דורך צוטוען אן אנדערען צדיק צו ער איז געגאנגען במסורת אבותינו הקדושים. עמיר גיין זעהן וואס דארט טוט זיך.
6/4/2006 09:10#40
רבי אביגדור מילער זצ"ל
בילבו,

דיין שרייבען [אפשר דו נישט] האט מיך פאלש פארשטאנען. דאס איז געגען דיא גיזעצען פון עצכח צו בארעדען א מענטש און נישט די זאכליגקייט פון זיינע דעות. איך האב נאר באמערקט אז דאס וואס ביי די געלעגענהייט פון באשפרעכען זיינע דעות איז אויך דא אן אינטערעס איהם מגדיר צו זיין, קומט פון דעם ווייל א חלק פון דעם עוילם דא איז אינטערעסירט אין די ענטוויקלונג צו אופענקייט אין דעם חרדישען יודענטום.