זעליג בעטמאן, איר קענט אים?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
איך האב אייך שוין באקאנט געמאכט מיט ר' היטשע ראוט, אצינד וועל איך אייך באקאנט מאכן מיט נאך איינעם, איר קענט אים, איר ווייסט אים, און איר ליידט פון אים, אבער ס'קען זיין אז איר האט נישט געוואוסט אז מאנכע האבן אים געגעבן א נאמען מיט א פאמיליע נאמען, און אט דאס איז דער זעליג בעטמאן, אן קיין ר'.
ווער איז דאס דער זעליג? איך וועל פראבירן פארצושטעלן זיין אויפגאבע,
דא קומט ער אריין אין פיקטשער.
ווער, פון וועמען רעדסטו?
איך זע אז דו האסט שוין פארגעסן מיט וואס איך האב אנגעהויבן, יא, איך רעד פון זעליג בעטמאן, ער הייבט אן מיט זיינע מעשות, מיט זיין באקאנטן ניגון וואס וועגן דעם האט ער באקומען אט דעם נאמען, זע ליג נאך אביסל, האב נישט קיין מורא עסט גארנישט פארשפעטיגן, צו זיין הילף זענען געקומען די זייגער קאמפאניס, מיט זייער סנאז אויפטרעף, און מ'פראבירט אויס, מ'געט א דרוק אויפן סנאז באטן, און זעליג פארדינט נאך פינעף מינוט, און ער איז העפי, ער כאפט אריין אין די פינעף מינוט און לויפט צו א צווייטן וואס יענעם'ס זייגער האט געקלונגען מיט איינס און א האלב מינוט שפעטער, און ציט דארט אויך אן פאר א פינעף מינוט, ווען די ערשטע פינעף מינוט איז פארטיג, קומט ער גראד צוריק, און פראבירט זיין לאק פאר נאך פינעף מינוט, און אזוי ווייטער, ס'זעט אויס ווי ער באקומט אויף די מינוט, אזוי ארבעט ער אפ, און די פארטאגט שטונדן, דא אין אמעריקא, ווען ער ענדיגט דא, ברויך ער שנעל גיין צום אנדערן קאנטינענט, ווי די פארטאגס שטונדן הייבן זיך הערשט דאן אן, און אזוי ארבעט ער פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת.
נישט ביי יעדן האט ער א גרינגן ארבעט, ער מוז יעדן איינרעדן עפעס אנדערש, ווען איינער וועט אים ענטפערן וואס האסטו מורא, איך גיי דאך נישט לערנען, איך גיי פלעין צו די ארבעט, מיינט איר ער וועט זיין צופרידן, א מכה, ער וועט אים דרייען א קאפ, אז ס'איז דא א שניי אינדערויסן, און ס'וועט לכאורה היינט נישט זיין קיין ארבעט, א צווייטן רעדט ער איין, האסט דאך עניוועי פארשפעטיגט, וועט דאך שוין נישט אויסמאכן, אז ס'וועט זיין נאך אביסל.
ביי מאנכע מענטשן האט ער נאך א נאמען, מ'רופט אים דער בעטלאנער רבי, דאכט זיך מיר, אז זיין חסידות קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועלעכע רבי ס'איז נאר דא אויפן כדור העולם, אפילו די רבי'ס זענען זיינע חסידים, ער האט מעלות וואס קיין איין רבי האט נישט, ווי למשל.
פירט טיש פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת.
פיר און צוואנציג שעה אינטערטעימענט, גוטע ווי נישט גוטע.
סיי ווי אין די וועלט איר זענט נאר, האט ער א שטיבל, און מיט וויפיל חסידים איר ווילט נאר.
מ'קען זיך פראווען ביי אים ווען אימער.
איין גרויסן חסרון אבער, ער איז ווערט אויף כפרות, ווען איר דארפט א טובה פון אים, איז ער ווי אין וואסער אריין, ווען איר ווילט באמת בלייבן שלאפן ווייל איר ווילט זיך אויסרוהען, איז ער נישט צום האבן, פונקט דעמאלטץ איז ער ביזי מיט עפעס אנדערש, און איר זאלט זיך דרייען אין בעט וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ער וועט נאר זיין צוריק ווען איר וועט אים שוין נישט דארפן.
פארוואס דערצייל איך אייך דאס אלעס, ווייל איר זאלט וויסן אז ער איז א פאפער פונעם ערשטן קלאס, איר זאלט אים נישט גלייבן גארנישט, ער קומט זיך אלץ אן מיט אזא תמימות'דיגן פנים, אומשולדיגערהייט, און זאגט אז ער מיינט נאר אייער טובה, גלייבט אים נישט, אפילו ווען ער וועט אייך אנגעבן זיין נאמען וואס ווען נישט איך דערצייל אייך אז ער איז דאס, זעט ער אויס אזוי רחמנות'דיג, זאלט איר וויסן אז דאס איז ער פון אים האב איך גערעדט, און די זעלבע ווען ער וועט קומען צו אייך אין די שמונה בגדים, מיטן טילעפ, אויב איר וועט אים פרעגן מה טיבכם וואספארא רבי זענט איר, און ער וועט אייך ענטפערן וואס הייסט איר קענט מיך נישט, איך בין כ"ק אדמו"ר ר' זעליג מ'בעטלאהן שליט"א, זאלט איר געבן א שפיי, און נאר טוהן אנדערש ווי ער זאגט, און אז איר וועט מיך צוהערן וועט אייך זיין גוט בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.
גענומען פון דא
| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|