הויפט זייט » ארטיקלען » ר' היטשע ראוט, איר קענט אים?

ר' היטשע ראוט, איר קענט אים?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #12
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
SATURDAY, 10 NOVEMBER 2007 19:58#1
ר' היטשע ראוט, איר קענט אים?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען

איר קענט אים? יא, צו אייך רעד איך, צו וועם דען זאל איך רעדן אויב נישט צו אייך? נו, וואס זאגט איר איר קענט אים? איך זע אז איר ענטפערט מיר נישט אויפן פלאץ, וועל איך אייך זאגן, אויב מיינט איר אז יא, אז איר ווייסט פון וועם איך וויל רעדן, וועל איך אייך זאגן אז נישט פון אים רעד איך, איך מיין מער דעם אנדערן, איך וועל אפשר פון אים אויך רעדן, אבער בעיקר מיין איך

דעם אנדערן, און וואס איז דער ציל? האב איך דען אין פלאן אים צו פאררעכטן? בין איך אויסן פאר נאך א חלום? האט שוין ווייטער איינער געטוהן דא עפעס ראנג אז איך זאל פילן פאר וויכטיג יענעם דאס אויפמערקזאם צו מאכן? ( גראדע קען עס זיין, אבער נישט וואס איך ווייס דערפון. ) האט איינער געבעטן חיזוק פאר א חבר, אז איך זאל וועלן ארויס ברענגען מיינע פוינטס, און מחמת ספק אז אפשר וועט עס יענעם כאפן, האלט איך מיך נישט צוריק דאס צו שרייבן? אויף די אלע אויבן דערמאנטע קשיות איז דער תירוץ, א גרויסע ניין, נארוואס דען, ( מיט די ניגון פון ואני ) ס'איז מיר בייגעפאלן א אישו, ( וואס אויף דערווייל געדענק איך נישט אז דא אדער אין אלט קרעטשמע זאל מען האבן גערעדט דערפון, ) און איך קען באשטיין עס ארויף צו ברענגען דא, און מיין פלאן איז, אז דער עולם זאל האבן וואס צו ליינען, און אויך פאר נאך איין סיבה, אז מען זאל שמייכלען אין די זייט, פארוואס איך רעד, ווייסט איר שוין, אבער פון וואס האט איר נאכנישט קיין אהנונג, אפשר גראדע יא, אפשר האט איר יא געכאפט פונעם קעפל פון וואס די רעדע איז, אבער ווי אזוי איך גיי עס אראפ לייגן האט איר דאך נישט קיין אהנונג, וועט איר עס דאך סייווי ליינען מאכט עס נישט אזוי שטארק אויס אז איך האב שוין געשריבן א גאנצע פאראגראף און נאך אלץ נישט געשריבן, אבער אזוי ווי מיין גאנצע איינפאל האט צו טוהן מיטן קעפל, וועל איך ענדיגן מיט די הקדמה און אנפאנגען מיט די ערשטע הקפה, ( פארווער ס'ווייסט נישט איז דא וואס פירן זיך, אז ביי די הקפות, מאכט מען קודם אן הקדמה, און הערשט דערנאך טאנצט מען זיבן הקפות.)

אקעי, פון וועם נאר האב איך געוואלט רעדן, אה יא, איך דערמאן מיך שוין, פון איטשע ראטה.

פון וועם? איטשע ראטה, איך קען אים נישט פונקטליך, אבער דא מעג מען נישט אויספראקן קיינע נעמען.

אוי איי עם סארי, איך האב מיך נישט גוט עקספלעינט, איך רעד פון היטשע ראוט.

אקעי, איך זע שוין, דו ווילסט מאכן חוזק פון מיר, און אז איך לאז נישט רעדן פון איינעם פריוואט, פארדרייסטו אביסל דעם נאמען, און דו האפסט אז איך וועל נישט כאפן.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, איך וועל דיר ענדיגן דערציילן אלעס וואס איך ווייס איבער אים, און אויב דו וועסט האלטן אז עס באלאנגט נישט דא, יו וויל טרו איט אין די גארביטש, ביסטו צופרידן?

ערלעדיגט, הייב אן.

אבער איך פארלאנג שטילקייט אן קיין אריין האקונג אינמיטן.

איז אזוי, אנגעהויבן האט זיך עס אינדערפרי, איך וועל נישט אנפאנגען מיטן אויפשטיין, ווייל ווי אזוי מ'שטייט אויף איז שוין עטליכע מאל באשריבן געווארן, און איך גלייב נישט אז ס'זאל דיר זיין נאכאמאל אינטערעסאנט, איך האב שוין אנגעטוהן מיין רעקל ארויס צו גיין פונדערהיים, איך גיי צו מיין קאר, איך לייג מיין תפילין אין די פראנט, מיין ווייב האט מיר געגעבן עטליכע פילע בעגס, וואס איך דארף ארום טיילן אין די שטאט.

אנטשולדיגט, אבער איך מוז אריין האקן, דיין ווייב שיקט פעקלעך פאר מענטשן? וואס פארא ארגענעזעישאן האט זי?

איך נעם נישט אן קיין אנטשולדיגונג, ווייל ווען איך זאג נישט אריין האקן מיינט דאס נישט אריין האקן, נאר וואס דען האסט דאך געפרעגט עפעס, און אז איך וועל עס לאזן אומפארענטפערט, וועט עס דאך נישט זיין קיין דבר השלם, איז אזוי, יא מיין ווייב האט אזא מין ארגענעזעישאן, פון שיקן פעקלעך, נישט פאר די גאנצע שטאט, נאר פאר די אלע וואס נעמען אריין אירע קינדער, איבער שבת, און מ'דארף פאר זיי האבן די זאכן. ( דאס קען גראדע האבן אן עקסטערע באשרייבונג, ווער ס'וויל קען עס אריין פעיסטן ביי די איידיעס בלאט, און פון דארט ווער ס'וויל קען עס נעמען און באשרייבן. )

לאמיר נישט פארקריכן, איך לייג די אלע בעגס אויך אין די פראנט סיט, ווי דען? איך אטעם אפ, איך לאז ארויס אזא לאנגע אטעם און מיט דעם שלענגעלט זיך ארויס א רויעך ווי פון א ציגארעטל, איך נעם אפיר דעם קראצער און מ'נעמט זיך קראצן די אייז פונעם ווינדשילד.

איך האב מחליט געווען אז ווען איך האב אריין צו האקן פרעג איך דיך נישט פארדעם, איך זע אז עניוועי ענטפערסטו מיר דערויף, ביסטו אביסל גערעגט, ס'גייט מיך נישט אן, איך וויל וויסן, פארוואס האסטו נישט קיין רעמאוט קאנטראל, קענסטו אנצינדן די קאר פון פריער, און דו דארפסט נישט אזוי שווער ארבעטן מיט די אייז?

איך ענטפער דיר פאר איין סיבה, ווייל איך האב נישט קיין צווייטע ברירה, ווייל איך בין מיך אליין שולדיג, ווייל ווען איך זאל דיר איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז איך וועל דיר נישט ענטפערן, וועסטו שוין מער נישט פרעגן, איך ווארען דיר אויב דו האקסט מיר יעצט אריין אז איך האב מיך סותר געווען אינעם זעלבן פאראגראף, איך זאג דיר קלאר איך ענטפער דיר נאר ווען איך האב, און ווען איך האב נישט, לאז איך דיך נישט פרעגן, האסט פארשטאנען?

יא.

די מעשה איז אז איך האב יא א רעמאוט, איי פארוואס דארף איך קראצן אייז, ס'האט עטליכע סיבות, איך געדענק שוין נישט פונקטליך, וועלעכע סיבה ס'איז געווען יענע טאג,
איינס, אז איך פארגעס צו דריקן דעם רעמאוט סטארטער גענוג פרי,
צוויי, איך האב פארגעסן ביינאכט אנצושטעלן אז ווען די קאר צינד זיך אן זאל זיך די דיפראסטער אויך אנצינדן, ממילא העלפט עס נישט קיין סאך, ווען איך צינד אן די קאר פריער,
דריי, איך האב יא אנגעשטעלט ביינאכט, איך האב נישט פארגעסן אנצו צינדן די קאר גענוג פריה, אבער פאר אלדע גוטע יאר, האט עס נישט געכאפט,
פיר, איך האב יא אנגעשטעלט ביינאכט, איך האב נישט פארגעסן וכו', אבער די בעטערי איז אויסגעגאנגען על קידוש שמו יתברך, נישט אלט געווען מער ווי צוויי יאר לא עלינו, מן הסתם א גילגול פון א נשמה וואס איז געבוירן געווארן ביי א גוי, און נאך צוויי יאר, איז עס אריבער געגאנגען צו א איד און זיך צום סוף מגייר געווען, און האט געדארפט אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט מתקן צו זיין די ערשטע צוויי יאר, און האט געדארפט געבוירן ווערן אין א אידיש הויז.
נו וואס זאל איך טוהן יעצט? זאל איך נישט קראצן? איך קען דאך אנדערש נישט פארן.

איך ענדיג קראצן, איז זעץ מיך אריין און ויסעו, מ'פארט, ווי פארט מען, וואס הייסט וואו, אין בית המדרש אריין, און דא קומט אריין אונזער גאסט ר' היטשע ראוט.

איך גיי סטאפן אינמיטן, פאר עטליכע סיבות.
איינס, ווייל איך דארף שוין אהיים גיין.
צוויי, ווייל איך האלט אז צו לאנג קען חלילה איינעם קריכן אויף די נערווען.
דריי, לויט די קאמפלימענטס, אויף די דאזיגע באשרייבונג, וועל איך וויסן צו איך זאל בכלל ממשיך זיין. ( איי עם דזשאסט קידינג, ווייל איינמאל ס'איז מיר בייגעפאלן א גוטס, וויל איך עס ענדיגן ביזן סוף, און אין מיין מח, האב איך שוין אנגעגרייט נאך אן ענליכן בלאט, און איך קען עס נישט לאזן פארדארבען ווערן. )
פארזעצונג קומט אי"ה, ( איך ווייס וואס איר טראכט, האט נישט קיין מורא וד"ל )




אקעי, אזוי ווי איך האב אייך צוגעזאגט, בין איך טאקע ווייטער ממשיך, איך פאר מיטן ציל אנצוקומען אין בית המדרש, פארוואס דערצייל איך אייך דאס, ווייל ס'איז באקאנט די מעשה מיט ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל, אז דער קעניג האט אים אמאל געטראפן גייענדיג צום שול, פרעגט ער אים, וואו אהין גייט איר? האט אים ר' יונתן געענטפערט איך ווייס נישט, דער קעניג האט זיך אויפגערעגט אויף אים, און האט געהייסן זיינע באדינערס אז מ'זאל אים ארעסטירן, ווען מ'איז אנגעקומען אין פאלאץ, האט אים דער קעניג אפיר גענומען, און האט אים געפרעגט היתכן ער מאכט חוזק פונעם קיסר, האט ר' יונתן געענטפערט, חס ושלום, ס'איז אים אזא זאך אפילו אין געדאנק נישט אויפגעקומען, און פארוואס דען האסטו נישט געענטפערט געהעריג אויף וואס איך האב דיך געפרעגט? האט ר' יונתן געזאגט דער קעניג זעט דאך אז איך האב באמת נישט געוואוסט קיין וואו אהין איך גיי, איך האב געמיינט אז איך גיי צום שול, און דערווייל בין איך אנגעקומען אין תפיסה, ווען דער קעניג זאל ווען פרעגן קיין ווי איז מיין ציל צו גיין, וואלט איך אוודאי געענטפערט, צום בית המדרש, דער קעניג האט הנאה געהאט פון זיין ענטפער און האט אים פריי געלאזט, לענינינו, מיין ציל איז צום בית המדרש, אבער ווי איך קום אלץ אן, דאס איז שוין א צווייטע מעשה.

דער וועג הייבט זיך אן, איך זע דעם ערשטען מיט וועם איך האב אייך שוין אנגעפאנגען צו באקאנט מאכן, יא אונזער ר' היטשע, ער הייבט אויף די הענט צו ווייזן אז ער וויל מיטקומען מיט מיר, איך שטעל מיך אפ, ער קוקט און זעט אז די פראנט סיט איז פארנומען, אבער ווי איינער וואס האט גארנישט באמערקט, עפענט ער דעם פראנט טיר, און מיט א תם'ישקייט געט ער אזא זאג, אה, ס'איז דא דא זאכן, אקעי, איך וועל גיין אין די בעק, ער מאכט צי, און ער זעצט זיך אריין אין די בעק, איר פארט אפשר דוירעך די זקנים? ( פאר די וואס ווייסן נישט אין קרית יואל, איז דא בית המדרש עטרת זקנים, און מ'רופט עס בקיצור זקנים.) דער אמת איז אז נישט, אבער אז יענער פרעגט, מיינט עס דאך אז ער וויל דארט אנקומען, נו, וועל איך מאכן א שטיקל אומוועג, אנטשולדיג, איר קענט מיר נאר מאכן פאר איין מינוט א סטאפ, ביי מיין שווער? ס'איז ממש אויפן וועג, איך האב איבער געלאזט מיינע תפילין דארט נעכטן, ווען איך האב געגעסן דארט סאפער, מיין ווייב האט געהאט א קינד, פאר עטליכע וואכן און איך קימפעט נאך, פארשטייסט, דו טוהסט מיר א גרויסע טובה.

ווי וואוינט דיין שווער?

איר זענט ממש יעצט אריבער געפארן, ער וואוינט צוויי הייזער ארויפציר, איך שטעל מיך אפ, און איך ווארט אז דער מלך וואס איך האב געהאט די זכי' אז ער זיצט יעצט ביי מיר אין קאר, זאל ארויס גיין און צוריק גיין די צוויי הייזער, און וכו', איך צינד אן די פלעשער'ס, און ווארט, און יענער ווארט אויך, איך געב מיך אזא דריי אויס, ווי איינער פרעגט אויף וואס ווארט איר, אה, אנטשולדיג איך האב געמיינט אז איר גייט אויפבעקן, ענדליך עפענט ער אויף ברוב חסדיו דעם טיר, און ער גייט נעמען די תפילין, און נישט פארגעסן, איך ווארט, ס'נעמט איין מינוט און צוויי מ'האלט שוין ביי א דריטן נאך פיר מינוט, שפאצירט ער אזוי צו צום קאר, און ער זעצט זיך אריין, א גרויסן יישר כח, איך האף אז איך האב אייך נישט אויפגעהאלטן, ווי אזוי גייט עס?

ב"ה, ( איך וועל זיין א ליגענער אויב איך וועל אייך פארקויפן אז איך האב עס געזאגט רואיג און מיט חשק, אבער יענער ווי נישט אים מיינט מען.)

וואס טוהט איר פאר פרנסה?

איך טוה, איך מאך אמאל דאס און אמאל יענטץ, געלויבט דער פון אויבן, און דערווייל קום איך אן צו די זקנים, און יענער זעט אויס אז דעם יעצטיגן מנין האט ער שוין סייווי פארשפעטיגט, און די נעקסטע שטעלט זיך הערשט אין א האלבע שעה ארום, האט מחליט געווען אז ס'וועט גארנישט שאטן אויב איך וועל אויך פארשפעטיגן מיין מנין, איז ער ממשיך שוין נאכן זיך אפשטעלן.

נו איר זענט מצליח?

ב"ה, זיך נישט אפצורעדן, אבער איך יאג מיך אביסל, ווייל מיין מנין שטעלט זיך אט, און איך וויל עס נישט פארפאסן, און ווי צום לאמפ.

איך וויל אייך נישט אויפהאלטן, נאר איר פארט אין בית המדרש יעדן טאג אין די צייט?

איך מיין אז איר פארשטייט אליין וואס איך האב אים געענטפערט, אבער אייך נישט צו לאזן מיט די צונג אינדרויסן, איז מיין תירוץ געווען, גראדע נישט, איך פאר געווענליך אביסל פריער.

אה, איך גיי אויך געווענליך פריער, אפשר קען מען אפשמועסן, אזוי אויף יעדן טאג, אז איר ווילט קען איך אייך קאלן.

אבער ס'איז ביי מיר נישט אייניג יעדן טאג, אמאל גיי איך פריער און אמאל שפעטער, איך האף אז איר האט נישט פארגעסן, איך זיץ נאך אלץ פארענט פון די זקנים, און ווארט אז דער בארום הארציגער ר' היטשע זאל מיך באפרייען.

פארוואס טאקע, זאלט איר נישט האבן יעדן טאג די זעלבע צייט, א קביעות איז א מורא'דיגע זאך, איך האלט איר זאלט זיך צו געוויינען איר וועט הנאה האבן, איר וועט מיר נאך באדאנקען פאר די עצה.

אקעי, איך יאג מיך יעצט זייער, פראבירט מארגן אין די זעלבע צייט ווי יעצט מיט פופצן מינוט פריער, און מאכט זיכער אז די תפילין זאל זיין מיט אייך, און אפשר דעמאלטץ וועלן מיר אפמאכן עפעס, ערלעדיגט?

זייער גוט, אקעי, אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן, עפענט אויף די טיר און הייבט אן ארויס צו לויפן, איך געב אים א פייף, קוים וואס ער טוהט מיר א טובה און דרייט זיך אויס צוריק, איך שריי אים נאך, אייער תפילין האט איר דא איבער געלאזט.

אוי אנטשולדיגט, איך האב באמערקט אז דער נעקסטער מנין שטעלט זיך האב איך מיך געיאגט אזוי אז איך האב פארגעסן מיינע תפילין זיי געזונט, אה איך האב פארגעסן צו זאגן שכוח, א גרויסן שכוח, אויף ווידער זען מארגן.

עד כאן הקפה א'




לאמיר ווייטער פארציילן אביסל היסטאריע פון דעם ר' היטשע'ן.

ס'איז דא היינט די מיניווענס, מיט סליידינג דאורס, כדי צו קענען עפענען דעם סליידינג דאור, דארף מען אריין לייגן אין פארק, און דערנאך דריקן דעם באטען דאס צו עפענען, אויב איינער פראבירט צו עפענען די טיר, אינמיטן ווען איר האלט ביים אויפלאקן די קאר, וועט זיך יענע טיר נישט אויפלאקן.

נישט פארגעסן מיין פראנט סיט איז נאך אלץ פארנומען, טאקע נישט מיט די שבת זאכן פאר די קינדער, אבער די בני בית זז"ג האט שוין געמאכט זיכער אז מיט קיין ליידיגע הענט זאל איך נישט ארויס גיין, אויב איך האב איר אויסגעלערנט, אז ווען איך טראג די תפילין נעם איך נישט קיין גארביטש, דאן פארשאפט זי מיר אנדערע זאכן, ווי למשל ריטורענס פאר די גראסערי, זאכן פאר די השבת אבידה, וכדומה.

מיר פארן ארויס איר געדענקט נאך אוודאי קיין וואו, אויפן וועג וואס פירט צום בית המדרש, אינמיטן וועג שטייט אזא איינער בכלל נישט קיין שעמעדיגער, ער וועיווט מיט די הענט ארויף און אראפ, איך שטעל מיך אפ אביסל אהינציר, אז איך זאל האבן צייט אריין צו לייגן אין פארק, און עפענען די בעק טיר, אים נישט צו געבן די נסיון פון עפענען די פראנט, אבער ווי וואס ווען, ער שרייט מיר אריין דוירעכן אפענעם טיר, האסט נישט קיין פלאץ אין די פראנט?

נישט עכט, ס'איז דא דא זאכן, ווען אין מח ווירבלען שוין מטעמים פאר נאך א שטיקל צו צולייגן צום קרעטשמע ביים היטש בלאט.

איך קען האלטן די זאכן, איך גלייך ענדערש די פראנט.

ער ווארט נישט אויף מיין הסכמה, ער עפענט אויף די פראנט טיר, און הייבט אן צו שטיפן אלע זאכן אהער און אהין, און די סליידינג דאור ווערט אזוי פארשעמטער הייט צוגעמאכט, און ער הייבט אן מסדר צו זיין די זאכן, ווען ער פארגעסט נישט צו זאגן, איר קענט אנהייבן פארן איך וועל שוין אלעס מסדר זיין, די תפילין פליט צו די בעק סיט, און די בעגס איינס נאכן צווייטן איינס אויפן פלאר, איינס צווישן די צוויי סיטס, און פארשטייט זיך אז די בני בית האט דאך נישט געוואוסט אז איך גיי היינט געבן א היטש האט זי נישט געפילט פאר וויכטיג צו מאכן א קניפ אויף די בעגס, און דאס איבעריגע איז היסטאריע, איך דארף אייך נישט פארציילן וואס עס פאסירט צו א בעג וואס מ'טוהט מיט דעם וואס מ'וויל און עס האט נאך א מעלה אז ס'איז אפן, דער ר' היטשע זעט אז ער מאכט דא חרבנות, צולאכט זיך אזוי, באלד עסטו נאך חרטה האבן פארן אריין נעמען איינעם, הא? אבער דארפסט זיך נישט עסן לפום צערא אגרא, ווייזט ער ארויס זיין בקיאות אין די קליינע אויתיות.

וואס זענט איר היינט אזוי שטיל? געלייגט שפעט אוודאי.

נע, נאך סתם אזוי פארשלאפן.

איך וויל מיך נישט מישטן אין אייערע ביזנעם, אבער איך האלט אז פארן דאווענען באלאנגט נישט צו הערן קיין טעיפ, און אוודאי נישט קיין מיוזיק, עניוועי איך גיי דא אראפ, אנטשולדיגט פאר די טרחה, א גרויסן יישר כח.

עד כאן הקפה ד'

איך דארף נישט מאכן קיין עקסטערע הקפות, און גראדע איז דא גוטע מענטשן אויך, וואס ווען זיי זעען אז מ'מאכט פאר זיי אן עקסעטרן אומוועג, באדערט זיי עס, אבער פאר אזעלעכע מענטשן איז א מחי' א היטש צו געבן.

איך האב שוין געהאט איינעם אין די קאר, וואס האט זיך אפילו גענומען די מיה, ווען איך האב גערעדט אויפן טעלעפאן מיט עיר פאונס, מיר צו זאגן, איך דערהייב נישט ווען מ'דרייווט און מ'רעדט נאך אויפן סעלפאן, ס'מאכט מיך זייער נערוועז.

ווידער אום האב איך געהאט איינעם, וואס ער האט מיך געהאלטן אין איין פרעגן קיין וואו גייט איר, און איך האב אים געפרעגט ווי דארפט איר? האט ער מיר געזאגט איך וויל נישט אז איר זאלט מאכן אן אומוועג, איך האב אים געמוזט זאגן אויב איר ענטפערט מיר נישט וואו איר דארפט גיין, מוזט איר דא אראפ גיין, דאס האט שוין געהאלפן.

זאל דער אייבישטער העלפן אז מיר אלע זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן.

איך דערמאן זיך אזוי מענין לענין באותו ענין, מ'האט אמאל ארום גערעדט צו ווען מ'פארט מיט א קאר, אויב ס'איז דא שכר פסיעות, האב איך גע'טענה'עט, אז אדרבא, ווען א מענטש גייט צופיס, צווישן יעדע טריט און טריט, לאזט ער איבער א שטיקל ערד אויף וואס ער טרעט נישט, אבער ביי א קאר, לאזט מען גארנישט איבער, נו זאל דער אייבישטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין אקעגן צו גיין דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.

גענומען פון דא