ו'שניי'תי ואשלש עוד
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
איין מאל, צוויי מאל, דריי מאל, וויפיל איז די שיעור אין איין טאג?
די מעשה מיט מיין נסיעה פון בארא פארק קיין מאנסי איז אזוי:
אזוי ווי אלע ווייסען דא מן הסתם, האב איך זייער הנאה ארויס צו גיין אין א שניי טאג און אריין זאפּען אין זיך די געשמאקע ווייסע פאנאראמע, עס איז הערליך צו זען ווי די גאנצע וועלט איז ווייס ווי שניי, עס זעט אויס ווי די באשעפער האט מוחל געווען אלע עבירות אלץ א

ווינטער באונעס.
איך קום ארויס פון מיין הויז היינט צופרי מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, איינגעהילט אין מיין קעשמיר מאנטעל, מיין זיידענע שאל און מיין שיינע הוט, א קוטשמע קען איך אויך נישט טראגען ווייל איך פארדין שוין ציפיל געלט צו טראגן א קוטשמע.
א מחי'! טראכט איך צו מיר די אייבישטער האט אונז ליב! זייער זייער ליב! איך שטיי אין פראנט פון מיין הויז און איך נעם אריין די הערליכע פיקטשער, איך אטעם אריין די קריספּי שמעק פון די פרישע שניי. ווען פלוצלינג טררררררראאאאאאאאךךך! א צווייגעל פון די בוים האט זיך געגעבן א שאקעל און א גוטע 5-6 פונט שניי האט זיך אראפ געלאזט אויף מיר, אויף מיין קעשמיר מאנטל, אויך מיין זיידענע שאל און בעיקר איף מיין נאר וואס ניי געקויפטע הוט!
אבער, איך גיי נישט אראפ לאזען מיין נאז וועגען אפאר נארישע פונט שניי.
************************
שוין, איך גיי צו צו מיין קאר און איך זעה אז די וואסער PUDDLE ביים עק גאס איז פארפרוירען און מען קען גיין דערויף.
מיט זיכערע טריט גיב איך א גיי ארויף און טרררררראאאךךךךךך! עס האט נאר געהאט א דינע שיכט אייז פון אויבן אויף, און יעצט האב איך געמוזט אראפ קראצען די אייז און שניי פון די פענסטער פון מיין קאר מיט א דורך גענעצטע און דורך געווייקטע שיך, זאקן און פוס.
אבער, איך גיי נישט אראפ לאזען מיין נאז וועגען אביסל פארפרויענע וואסער.
************************
שוין, די קאר איז אנגעווארימט, די פראסט איז על פי רוב אראפ פון די פענסטער, די טעיפ קנאקט שוין אוועק און ........ויסעו.
איך דריי מיך ארויף אויף 14צענטע עוויניו און טראך!!!!!!!!!! און נאך איינס!!! איינס נאכן צווייטען פליען שניי באליס (אדער גאר אייז באליס) אויפ'ן ווינד שילד, איך בייג מיך שנעל אראפ אונטער די דעש בארד אז איך זאל נישט כאפען איינס אין קאפ אריין. און דערווייל האב איך שיעור נישט געמאכט 7 עקסידענטס. איך רעד מיך איין אז די קריזיס איז שוין אריבער אבער איך האב פארגעסען אז א צוויי גאסען ווייטער איז די .....ער תלמוד תורה, און אודך, נאך א טוץ שניי באליס וואס האבן שיעור צוקראכט מיין און נאך אנדערע קארס.
איך וואונדער מיך אלץ , ווי זענען די שומרים? פארוואס ביי האלאווין ווען א גוי דערוואגט זיך צו ווארפען איין איי איז דא כאפצעם מהודו ועד עלינו אבער דא שפאצירט מען זיך אדורך אן מען לאכט זיך נאך אונטער?
איך וואלט ווען ארויס געלאפען פון מיין קאר צו טיילען אפאר לאפּעס פאר די קינדער, אבער אזוי ווי איך האב אפגעשטעלט מיין קאר..........
.........איך קען נישט דערציילען ווייטער איך בין אזוי עמאשענעל..... [בילד — נישט געראטעוועט] [בילד — נישט געראטעוועט]
אבער, גיי איך דען אראפ לאזען מיין נאז וועגען אפאר שניי באליס? אפשר אביסל!
**************************
איך פאר אויפן בי קיו אי, און צו אלע צרות כאפט זיך אריין אין פראנט פון מיר א טרעקטער טרעיליר מיט א האלבע פוס שניי אויף זיין דאך. ער נעמט זיך פארן שנעל און שנעלער און נאך שנעלער........... און פלוצלינג נעמט זיך אראפ פליען פון די דאך פון זיין טראק אזא מין בליזערד.......... וואס זייט 96 האב איך אזאנס נישט געזען.
אזש איך האב מיך נישט געוואוסט וואו אהין צו טון. עס איז מיר בלינד געווארען פאר די אויגען אז איך האב נישט געוואוסט צו איך פאר אונטער די טראק אדער איך פאר אראפ פונעם היי וועי. פיינעלי האב איך מיך אריבער געכאפט צום לינקע זייט פונעם טראק און מיט א כעס האב איך אים אויף געכאפט. פארענדיג אדורך זיין קאבינע זעה איך א 850 פונטיגע פויער מיט אן אויסגעקראכענער קאפ, רויטע פימפלדיגע פנים, זיינע אויגן ברעמען זענען געווען אזוי לאנג אז ער האט קיין זון גלעזער קיינמאל נישט געדארפט, און דער מענטש קוילערט זיך פאר געלעכטער אז זיין גאנצע טראק האט זיך מיטגעווארפן מיט אים. און ער קוקט אזוי אראפ אויף מיך ווי איך וואלט געווען א קליינע 3 יעריגע נעבעכדיגע אינגעלע וואס מען האט ארויס געכאפט די פעקעלע וואס ער האט נאר וואס געכאפט ביים באווארפען פון זיין האנט.
איך האב מיך געפילט אזוי יומיליעיטעד, מוחל טובות די גאנצע שניי מיט איר פאנאראמע.
***************************
איך קום אן קיין מאנסי, די גאסן זענען פיין געשארט, איך האף צו מיר אז כאטש די דרייוו וועי זאל זיין געשארט אז איך זאל האבן וואו צו פארקען.
איך קום אן צו מיין דעסטינאציע און איך זעה אז די דרייוו וועי איז געשארט, אבער אין פראנט פון די דרייוו וועי איז דא א בערגל שניי וואס איז אפגעשארט געווארן פון די גאס. איך טראכט צו מיר אז עס ברויך נישט צו זיין קיין פראבלעים. איך וועל קודם אויף בעקען אביסל, און דערנאך וועל איך געבען א פאר אריבער די בערגעל שניי אריין אין די דרייוו וועי. איך בעק אויף און איך לייג אריין די גיער אין נומער 2, איך גיב א פרעס אויף די מעטעל, און איך גיב א פאר אריבר די בערגל...........................
.....................מיט די פאדערשטער צוויי רעדלעך אבער נאך דעם בין איך געבליבן הענגען אין די לופט. און איך זיץ נאך יעצט אזוי מיט צוויי רעדלעך פון איין זייט בערגל און צוויי רעדלעך פון די אנדערע זייט בערגל די רעדלעך דרייען זיך 100 מ.פ.ש. אבער דאס קאר רירט זיך נישט.
אין די דרייווערס סיט זיץ איך מיט פארוויינטע אויגן און איך שרייב דער ארטיקעל.
ווער וויל מיר קומען העלפען?
ווער דארף שניי?????
ווער וויל שניי?

גנומען פון דא כל הזכיות שמורות
| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|