הויפט זייט » ארטיקלען » גייען מיר נאך האבן אמאל ביליגע גאזאלין?

גייען מיר נאך האבן אמאל ביליגע גאזאלין?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #15
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
SUNDAY, 22 JUNE 2008 10:07#1
גייען מיר נאך האבן אמאל ביליגע גאזאלין?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
 
אין די לעצטערע וואכן און חדשים איז די גאנצע וועלט, קינד און קייט, גרויס און קליין, באזארגט איבער איין זאך, די הויכע גאזאלין פרייזן! עס איז דאך שרעקליך! די פרייז פאר איין גאלאן גאזאלין האלט נישט ווייט פון פינף דאלער, און עס זעהט נישט אויס אז עס גייט ווערן ווייניגער אין די נאנטער צוקונפט. סיי די וואס פארמאגן א קאר. סיי די וואס פלאנען אמאל צו פארמאגן א קאר, און אפילו די וואס פלאנען קיינמאל צו האבן א קאר, יעדער איינער פילט זיך ווי הויפט מחותן ווען עס קומט צו דער נושא. וואו מען גייט און וואו מען שטייט דעבאטירט מען איבער די ענערגיע קריזיס. צו איז עס אין די גאז סטאנציעס אין נו ג'ערזי, ווארטענדיג אויף די לאנגע ליינס צו באקומען גאזאלין פאר עטוואס ביליגער ווי אין נו יארק, צו איז עס אין די קאווע שטובלעך אין די בתי מדרשים זייגער צוועלעף מיטאג. אפילו אין די ישיבה קטנות און אין די תלמוד תורה'ס האבן די קליינע טאָטערלעך א דעה צו זאגן איבער דעם.

יעדער איינער האט א הסבר פארוואס די מצב איז אזוי, און א יעדער איינער האט א דעה ווי אזוי ער וואלט פאראכטן די פראבלעם ווען ער וואלט נאר געווען די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען. דער האלט אז מען מוז אויסהארגענען אלע ווייסע בערן אין אלאסקא, די אנדערע האלט אז מען מוז אייננעמען סאודיע אראביע, און די דריטע האלט גאר אז די רעגירונג דארף אונטער ברעכן די אויל קאמפאניס. די צד השוה איז, יעדער האלט אז די מצב איז איום ונורא, און עפעס מוז געטון ווערען שוין יעצט.

אויב איר מיינט אז מיר גייען דא ארויס געבן גרויסע סודות איבער די שרעקליכע מצב, וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וואס קען געטון ווערן צו לעהזן די שווערע פראבלעם, האט איר א גרויסע טעות. מיר ווילן דא זיך קערן צו אונזערע אזוי גערופענע געטרייע פאליטיקאנטען און קארפען קעפ אין וואשינגטאן עיר הבירה, לאמיר זעהן וואס זיי האלטן אין דער נושא, לאמיר הערן וואס זיי האבן צו זאגן איבער דער טעמע, און לאמיר זיך באקענען ווי אזוי זיי פלאנען עס צו באהאנדלען. מיר פארדינען זיך אן אויפריכטיגע און צופרידנשטעלענדע ריספאנס פון זיי. ניין? נאך אלעם זענען מיר דאך אזוי געטריי איבערגעגעבן צו זיי. א יעדער איינער פון אונז איז דאך געשוואוירן אז זיין פאליטיקאנט - פאר וועם ער איז ערליך ארויסגעלאפן פון דער היים אין מיטן נאכטמאל, איבערלאזענדיג דאס ווייב זיך צו באפארען מיט די קליינע וויינעדיגע פיצעלעך, אפצוגעבן זיין שטימע אין די טאג פון די עלעקשאנס - איז די געטרייע שליח פון די פאלק, און חזקה שליח עושה שליחתו. אויב אזוי, זוכט ער דאך אודאי צו טון וואס עס איז נאר מעגליך צו העלפן לינדערן דער שווערע עול וואס פאלט אויף אונז מיט די הויכע גאזאלין פרייזן. אויב האלט איר אזוי, מאכט איר א גרויסע טעות! לאמיר טאקע זעהן וואס זיי טוען, און וואס זיי פלאנען צו טון אין די צוקונפט.

לעצטענס איז געווען א דיסקוסיע/דעבאטע איבער דער נושא אויף פאקס ניוז, ווי עס האבן זיך באטייליגט די פאלגענדע. דעמאקראטישע סענעטאר בייראן דארגען פון נארט דעקאוטע, רעפאבליקאנער סענעטאר האטשיסאן פון טעקסעס און מר. רעד קעווענעי, די פרעזידענט פון די אמעריקען פעטראליום אינסטיטוציע. א יעדער האט געזאגט זייער מיינונג איבער די סבה פון די געשוואלענע גאזאלין פרייזן, און די סענעטארן האבן מיטגעטיילט וואס זייער פארטיי האלט ביים טון צו לעהזן די קריזיס, ווי אויך האבן זיי ערקלערט פארוואס נאר זייער גאנג איז די ריכטיגע גאנג. דער פאקט אז יעדער פון די דריי האט רעפרעזינטירט אן אנדערע חלק פון די פאליטישע ספעקטראם, האט געזאלט געבן א באלאנסירטע בליק אויף די גאנצע פרשה, אבער די אונטערשטע שורה איז געווען, אז קיינער האלט ביי גארנישט!

איך גיי נישט ציטירן די גאנצע שמועס ווייל רוב דערפון איז סתם פלאפלעריי און פענסי ווערטער צו פארדרייען די נושא אויף א שיינעם אופן. איך וויל אבער קודם שרייבן אפאר נקודות וואס איך האב ארויסגענומען פון די שמועס, און עס אנאליזירן.

א קורצע הקדמה:

אנוואר (ANWR) מאכט ARCTIC NATIONAL WILDLIFE REFUGE, א געגנט אין אלאסקא בערך אזוי גרויס ווי סאוט קאראליינע. אין דעם געגענט איז דא א קליינע פלאץ, קוים אפאר מייל גרויס, וואס איר ערד אנטהאלט אין זיך די טייערע שווארצע אוצרות פון אויל. מען שאצט אז עס איז דא דארט מינימום צען ביליאן (מיט א בּ') פעסלעך אויל. דאס פלאץ באלאנגט פאר די אמעריקאנער רעגירונג. כהיום טאר מען דארט נישט גראבן פאר אויל, צווישן די אנגעבליכע סיבות זענען, אז עס וועט שאטן פאר די ענוויראנמענט און גורם זיין גלאבאלע אנווארעמונג, און אויך אז דאס גראבן אין א פלאץ ווי געוויסע חיות וואוינען שוין דארט רואיגערהייט טויזענטע יארן איז נישט מענטשלעך. די זעלבע איז מיט די ארום פופציג ביליאן פעסליך אויל וואס געפינט זיך אין די וואסערן פון די גאלף אוו מעקסיקאו, וועלעכע באלאנגט אויך צו פאראייניגטע שטאטען, און אזוי אויך איז דא נאך פלעצער ארום די פאראייניגטע שטאטען ווי עס געפונען זיך דארט אויל, אבער עס איז נישט ערלויבט צו גראבן אין די פלעצער.

און יעצט צום דעבאטע:

אויף די פראגע פארוואס די דעמאקראטן שטערן דאס גראבן אין די אויל-רייכער אנוואר געגנט, ענטפערט די דעמאקראטישע סענעטאר דראגען דריי תירוצים. 1)עס איז דא מער אויל אויף די גאלף אוו מעקסיקאו ווי אין אנוואר, און מען קען גראבן דארט. 2)מקעין האט אויך בלאקירט דאס גראבן דארט. (דאס האט ער - פארשטייט זיך - געהאלטן אין איין איבערזאגן דורכאויס די דעבאטע) 3)די איינציגסטע לעהזונג צו די קריזיס איז אז מען דארף אויפקומען מיט רינועבעל ענערגיע, דאס מיינט, ענערגיע וואס מען קען איבער נוצן.

אנטשולדיגט געעהרטע סענעטאר, אבער אין אידיש הייסט דאס באבע תירוצים!!! וואס פארע תירוצים איז דאס? און אז מקעין וועט שפרינגען פון דאך וועסטו אויך שפרינגען פון דאך? אויב גראבן אין אנוואר וועט ארויסהעלפן די פארפלאגטע אמעריקאנער פאלק, דאן זאל מען גראבן דארט. און דאס וואס דו טענה'סט אז עס איז דא מער אויל ביי די גאלף אוו מעקסיקאו, זאל מען טאקע גראבן אין ביידע פלעצער! די שאלה איז געווען פארוואס עפעס נישט אין אנוואר? דאס וועט דאך העלפן די אמעריקאנער פאלק. וואס איז די תירוץ אויף דעם?

ווידער, ער טענה'ט (אזוי ווי אלע דעמאקראטן טענה'ן) אז גראבן נאך אויל איז נישט די לעהזונג, נאר ארבייטן אויף רינועבעל ענערגיע וועט זיין די לעהזונג. איר הערט א מעשה? ווייל מען גייט אין צוואנציג יאר אויף קומען מיט א וועג צו האבן רינועבעל ענערגיע דארפן אונז היינט צאלן 10 דאלער א גאלאן!! מען טאר שוין נישט גראבן, ווייל מען חלומ'ט אויף צו קומען אמאל מיט א זאך וואס הייסט רינועבעל ענערגיע? און בכלל פארשטיי איך נישט ווי זיין שכל איז? וואס מיינט ער? אז ווען מען וועט האבן רינועבעל ענערגיע וועלן דען מענטשן אינגאנצן אויף הערן נוצן אויל און גאזאלין? אודאי נישט! נאר ווייל עס וועט זיין אנדערע אלטערניטיווע ענערגיע, וועט די דימענד פאר גאזאלין אראפגיין און די פרייז וועט דאן אפשר נאר זיין איין דאלער פופציג פער גאלאן. נו! אויב וועט מען צו דעם אויך האבן די געז פון אנוואר און די גאלף אוו מעקסיקאו וועט א גאלאן גאזאלין נאר קאסטן איין דאלער אדער 80 צענט! נו, לוינט עס דען נישט? וואס האט ער מורא? אז די גאזאלין וועט זיין צו ביליג? איך בין זיכער אז מען וועט אים מוחל זיין דערויף.

איך וויל פרעגן אזא פראגע. ווען איר האט ווען א פעלד ווי מען קען אויף גראבן זילבער, און דערווייל ווערט איר געוואויר אז אין אייער צווייטע פעלד קענט איר גאר טרעפן דיאמאנט שטיינער, וואלט איר דען אויף געהערט צו גראבן אין די ערשטע פעלד ווייל איר מאכט שוין גענוג געלט פון די דיאמאנטן? אודאי נישט! איר וואלט געגראבן אין ביידע פעלדער! די זעלבע דא, ווייל מען גייט (ווען? למען השם!!) אמאל האבן רינועבעל ענערגיע, פארדעם דארף אמעריקא אוועק ווארפן און מוותר זיין אויף אירע שווארצע אוצרות?

מען זאגט א ווערטל, אז די דעמאקראטן האבן אפאר וואכן צוריק בלאקירט דאס גראבן אויל אין אלאסקא, טענה'נדיג אז עס וועט סייווי נעמען צען יאר ביז מען וועט קענען נוצן יענער אויל. עס איז צום באמערקן, אז פאר דעם זעלבע סבה האבן זיי בלאקירט דאס גראבן אויל אין אלאסקא, אין יאר 1998.

דערנאך טענה'ט סענעטאר דארגען, און ער האלט אין איין איבער חזר'ן די פאלגענדע טענה. געווענטליך איז די 'סופליי און דימענד' די גורם פאר הויכע פרייזן. דאס מיינט אז ווען די קונים פארלאנגען אזוי פיל, אדער מער ווי די סופליי, גייט די פרייז פון די זאך ארויף. ווייל ווען עס איז דא ווייניג פון עפעס איז עס מער ווערט. אבער דא איז די סבה פון די הויכע אויל פרייזן וועגן די שפעקולאנטן שפעקולירן אז אין די צוקונפט וועט זיין ווייניג אויל, און זיי געבן דירעקט ארויס די שפעקולאציעס כדי די פרייזן זאלן זיך הייבן. והא ראי', לעצטענס האלט אין איין אראפ גיין די דימענד פאר גאזאלין אין אמעריקא ( הגהת הכותב: בשעת די דימענד אין טשיינע און אין אינדיע האלט אין איין ארויף גיין), און די סופליי בלייבט די זעלבע, און דאך הייבן זיך די פרייזן.

מיט דעם טענה, פרובירט ער צו פארווישן די שווערע קשיא פארוואס מען גראבט נישט אין אמעריקא, ער האלט אז די שפעקולאציעס איז די גרעסטע אדער גאר די איינציגסטע פראבלעם דא. און ווען מען וועט לייזן דעם פראבלעם וועלן די פרייזן אראפגיין.

קודם כל פארשטיי איך נישט, ווי אזוי פלאנט ער צו רעגולירן די שפעקולאנטן? קען מען עס דען בכלל רעגולירן? גייט אמעריקא דען ווערן א קאמיניסטישע לאנד, וואו מען גייט פארבאטן פינאנציעלע אנאליסטן פון געבן זייערע אנאליזן איבער די מארקעטס? מיר זענען דאך א דעמאקראטיש לאנד מיט פרייע מארקעטס, און דאס איז די וועג ווי אזוי אונזערע מארקעטס זענען געפירט געווארן אלע יארן. ווי אזוי ווילסטו זיי הייסן אויפהערן שפעקולירן אז די אויל פרייזן גייען ארויפגיין? זיי - די שפעקולאנטן - האלטן דאך באמת אז די עולם גייט זיך צוגעוואוינען צו די פרייזן, זיי וועלן ווייטער קאנסומען די זעלבע צאל פעסלעך אויל פער טאג, אדער גאר מער, און דורך דעם גייען די פרייזן ארויפגיין? פארוואס נישט? עס איז דאך גארנישט צוגעקומען צו די סופליי! אזוי גייט דאך עס איבעראל.

לאמיר זאגן אז די מארקעט אנאליסטן זעהן פאר א סבה אז מענטשן גייען אנהייבן צו קויפן אסאך מער קאוקע קאולע ווי ביז יעצט (ווייל פעפסי האט זיך פלוצלינג פארמאכט למשל), און זיי ווייסן אז קאוקע קאולע קען נישט פראדוצירן מער ווי ביז יעצט, וועט די פרייז באלד ארויף גיין, און אזוי אויך די קאוקע קאולע סטאק'ס ווערדע, אפילו נאך פאר אפילו איין מענטש קויפט נאך א סאודע. פארוואס געשעהט דאס? ווייל מען ווייסט אז די דימענד פאר סאדע גייט זיין גרעסער ווי די סופליי וואס קאוקע קאולע פארמאגט. אבער אויב קאוקע קאולע איז פלוצלינג מודיע אז זיי וועלן עפענען נאך טויזענט פעקטעריס, וועלען די פרייזן באלד אראפגיין, ווייל די מארקעט ווייסט יעצט אז די דימענד פאר סאודע גייט נישט זיין גרעסער ווי די סופליי.

נו, לאמיר צוריק גיין צו סענעטאר דארדען'ס טענה, ווי אזוי קען מען אפשטעלן די שפעקולאציעס אז עס גייט נישט זיין גענוג א גרויסע סופליי פון גאזאלין צו דעקן די דימענד? ווי אזוי? עס איז דא איין וועג, און נאר איין וועג, (אויסער די קאמוניסטישע וועג), די רעגירונג דארף מודיע זיין אז מען גייט גראבן אין אמעריקא אזוי פיל און אזוי פיל מיליאן פעסלעך גאזאלין א יאר! זיי דארפן מודיע אז פון היינט און ווייטער וועט א געוויסע פראצענט פון אמעריקא ארבייטען אויף נוקליר ענערגיע, און זיי דארפן אויך מודיע אז מען ארבייט אויף רינועבעל ענערגיע. פארשטייט זיך אז עס וואלט נישט געשאדט אויך אראפצונידערן די הויכע גאזאלין טעקסעס. איר וועט אלע זעהן אז איין טאג שפעטער וועלן די פרייזן פאלן אויפ'ן גרויסן.

איך האב א קאנסיפירעסי טעאריע. וואס איז מיין טעאריע? איך האלט אז בעצם קען די גאווערנמעט באשטיין אז די פרייזן פון גאזאלין זאל ארויפגיין. זיי קענען עס נאר נישט קלאר ארויסזאגן. שרייטס נאך נישט אז איך בין משוגע! הערטס מיר אויס איין מינוט. די גאווערנמענט האט אפאר גרויסע פראבלעמען. איינס איז די 'ענוויראמענט' פראבלעם וואס איז אויף די אג'ענדע טאג טעגליך דורך די 'גרינע' משוגעים ובראשם די געוועזענע וויצע פרעזידענט אל גאור, און אויב די גאווערנמענט וועט זיך נישט באציען צו דער פראבלעם מיט ערנסטקייט וועלן די משוגעים מאכן רייעטס און פראטעסטן, אזוי ווי זיי טוען אין אייראפע און אין אנדערע לענדער. מיר האבן דאך שוין געזעהן אפאר וואכן צוריק ווי איין משוגענער איז ארויפגעקראכן 50 שטאק אויף א גראדע וואנט פון א געביידע אין מאנהעטן, אלץ קידוש שם ענוויראמענט פראטעקשאן. די צווייטע פראבלעם איז די קאנדזשעסטשען פראבלעם, און דאס ווערט ערגער פון טאג צו טאג אין די גרויסע סיטיס, (נו יארק איז נאך גאלד כלפי די טרעפיק וואס גייט פאר אין באסטאן און לאס אנג'עלעס) און עס איז אויך נישט דא קיין סאך פלאץ צו בויען נייע ראודס. די דריטע פראבלעם איז, זיי האלטן דאך אז מיט אלע גראבונגען גייט דאך איין טאג (אפשר אין 50 יאר) די גאזאלין פון די וועלט אויסגענוצט ווערן, און ממילא דארף מען אנדערע לעהזונגען.

די בעסטע לעהזונג צו דעם אלעם איז פאבליק טראנספארטאציע, בייקס, און טוען עקסערסייז - גיין צופוס. פאר דעם האלט איך אז בעצם קען די גאווערנמענט באשטיין אז די פרייזן זאלן ארויפגיין ביזן הימל, און אזוי ארום, וועט פאָרן אן אייגענע קאר ווערן א לוקסוס, פונקט ווי עס איז א לוקסוס צו האבן אן אייגענע עראפלאן, און מענטשן וועלן זיך באנוצן מיט די אנדערע דריי וועגן פון טראנספארטאציע. דאס וועט לעהזן אלע פראבלעמען. ווייניגער גאזאלין וועט אויסגענוצט ווערן, און דורך דעם וועט זיין ווייניגער פאלושען וואס שאדט פאר די ענוויראמענט. ווי אויך וועט עס פארמינערן די טראפיק אויף די ראודס.



יא! איך בין זיכער אז ווען עס קומט צו עלעקשאנס וועלן אלע שרייען 'איך וועל טון'. זיי וועלן אלע שיין מסביר זיין ביי זייערע קאמפיין דרשות ווי אזוי זיי וועלן אראפ האקן די הויכע גאזאלין פרייזן. אבער למעשה האלט קיינער ביים טון. ווען וועט זיך עפעס טוישן? ווען מיר די פשוט'ע מענטשן וועלן מחליט זיין אז גענוג איז גענוג, און די פאליטיקאנטן וועלן איינזעהן אז די פאלק האלט עס נישט ביים פארשווייגן. מען דארף דא נוצן דאס באקאנטע אמעריקאנער שפריכווארט פון די זעכציגע יארן, "ווען די פירער (פון לאנד) פירן נישט דאס פאלק, מוז די פאלק פירן די פירער" אבער ביז דאן וועלען מיר האלטן אין איין הערן נאך אזעלעכע לעכערליכע דרשות און פשט'לעך ענליך צו דער דעבאטע.