סופרים קארט: זענען זיי די געזעצגעבער, אדער די העכסטע פארם פון פאליציי?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
פאר אפאר וואכן צוריק האט די סופרים קארט געאורטיילט, אז די געזעץ אין וואשינגטאן די סי וואס פארבאט ציווילע מענטשן צו פארמאגן וואפן איז אומקאנסטיטושענל, און זיי האבן אפגערופן דער געזעץ. דער ארטייל איז געגעבן געווארן דורך פינף פון די ניין סופרים קארט ריכטער. ווען איך בין געגאנגען אין די גאס יענע טאג האב איך געהערט ווי מענטשן רעדן צווישן זיך וועגן דעם, און אלע שמועסן זענען געגאנגען אין די פאלגענדע גאנג. "האסט געהערט די נייעס? די רוצחים פון וואשינגטאן די סי האבן היינט אפיציעל ערלויבט מערדער צו האבן 'גאנס'. זאלן זיי אלע גע'הרג'ט ווערן! אזוי משוגע צו זיין? וואו איז זייער שכל? וואס איז פשט אין דעם? א יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז מען טאר נישט לאזן 'גאנס' זיך וואלגערן אין די גאסן. בערך אזוי זענען געגאנגען די שמועסן יענער טאג.
איך בין נישט די גרעסטע היסטאריקע, און איך קען נישט פונקטלעך די היסטאריע און די פאליטיק פון די אמעריקאנער פאלק מיט איר רעגירונג. אפילו דאס וואס איך ווייס יא איז ווייט פון אלעס וואס עס איז דא צו וויסן. אבער אזוי פיל ווייס איך יא, אז די דאזיגע מענטשן ווייסן גארנישט! ניטאמאל די אל"ף בי"ת פון די אמעריקאנער היסטאריע און פון די וועג ווי אזוי איר רעגירונג ווערט געפירט. און פארדעם וויל איך דא אביסל צונעמען דער ענין אויף ווי ווייט מעגליך.
[בילד — נישט געראטעוועט]היות די נושא איז א לאנגע, וועלן מיר עס צוטיילן אין אפאר ארטיקלן. אין די ערשטע ארטיקל וויל איך בעיקר רעדן פון די סופרים קארט בכלליות, וואס איר ציל איז, וואס פאר א כח זי פארמאגט, און וואס איז די תפקיד פון די ריכטער אין די סופרים קארט. אבער איך וועל אסאך נוצן דער נושא וואס זיי האבן יעצט עוסק געווען אין, - נעמליך 'גאן קאנטראל' - אין די שפעטערע ארטיקלן מסביר צו זיין דער נושא בטוב טעם ודעת.
לאמיר אבער קודם צוריק גיין מיט א צוויי דריי הונדערט יאר. מענטשן זענען געקומען פון אסאך לענדער ארום די וועלט, ספעציעל פון אייראפע, צו באזעצן די ניי געטראפענע לאנד, אמעריקא. בעצם איז די לאנד נישט געווען א נייע לאנד, ווייל עס האבן שוין דאן געוואוינט דארט די 'נעיטיוו אמעריקאנער' וועלעכע זענען דאן אנגערופן געווארן 'אינדיענס', על שם די טעות וואס מען האט דאן אין אנהייב געמיינט אז דער לאנד איז אינדיע, אבער א געהעריגע רעגירונג האבן זיי נאך נישט געהאט. און מיט דעם וואס די ניי געקומענע תושבים האבן זיך באזעצט אין שטעטלעך לויט די מדינות וואס זיי זענען געקומען פון, איז מיטגעקומען די פירערשאפט פון יענע מדינות (ווי ענגלאנד, פראנקרייך וכדומה), צו רעגירן אויף זייערע געוועזענע לאנדספערזאנען.
מיט די צייט האבן זיך די נייע באזעצער אין אמעריקא געמאכט א חשבן אזוי. פארוואס עפעס זאלן זיי געפירט ווערן דורך א רעגירונג אדער א קעניגרייך וואס איז אזוי ווייט אוועק פון זיי, און קימערט זיך בכלל נישט מיט זייער וואוילזיין? און בכלל האבן זיי געהאלטן אז עס איז נישט ריכטיג די וועג ווי אזוי די לענדער אין אייראפע זענען געפירט געווארן דורך די קעניגן און די אדל לייט, בשעת די איינוואוינער פון די לענדער זענען געווען ווי זייערע שקלאפן. די רעגירונג האט זיי איינגעטיילט וואס זיי מעגן און מעגן נישט טון. ווי אויך האט מען זיי איינגעטיילט ווי אזוי צו לעבן וכדומה. עס איז זיי שווער געווען א הארבע קשיא. פארוואס זאלן איינצעלע מענטשן איינטיילן מיליאנער מענטשן וואס צו טון און ווי אזוי צו לעבן? דער ווירטשאפט איז געווען נמאס ומאוס אין זייער אויגן, און די מענטשן וועלכע האבן זיך טאקע אריבער געצויגן צום אנדערע זייט וועלט אין די נייע ערפינדענע אמעריקא, האבן עס געטון ווייל זיי האבן מער נישט געהאלטן ביים לעבן אויף אזא שטייגער, וואו די שטערקערע און די גרעסערע רעגירן אויף די קלענערע און די שוואכערע. זיי האבן געוואלט לעבן אין א לאנד ווי אלע מענטשען זענען גלייך בארעכטיגט, און זיי רעגירן אויף זיך אליינס.
דאס האט צוגעפירט אז די קאלאניסטן האבן זיך צוזאם גענומען און געפירט א מלחמה אנטקעגן זייער אייגענע אמאליגע רעגירונג, וואס דאס האט געפירט די נייע לאנד צו זעלבסטשטענדיגקייט און צו פרייהייט. נישט נאר איז די לאנד געווארן זעלבסטשטענדיג און פריי, נאר אויך די מענטשן זענען געווארן זעלבסטשטענדיג און פריי.
ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט און די אמעריקאנער האבן געזיגט, האבן זיך צוזאם גענומען די גרויסע קעפ, די אזוי גערופענע אור עלטערן פון די לאנד, מטכס עצה צו זיין ווי אזוי מען קען איינפירן די נייע סיסטעם אז דאס פאלק זאל פירן דאס לאנד, און דאך זאל הערשן שלום ושלוה. זיי האבן גוט געוואוסט אז עס פעלט אויס א 'מוראה של מלכות', אבער דאך האבן זיי געוואלט אז די פאלק זאל זיין דער וואס איז מחליט וויפיל מורא עס פעלט אויס און וויפיל נישט. זיי האבן גוט געוואוסט אז צופיל פרייהייט וועט ברענגן א חורבן, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי געוואוסט אז ווען מען גיבט א נארמאלע מענטש דאס פרייהייט מאכט ער אליינס די ריכטיגע און געזעצליכע באשלוסן. מען זעהט קלאר אין די היסטארישע שריפטן פון יענע צייטן, אז זייערע שאיפה צו האבן א פרייע לאנד ווי דאס פאלק וועט רעגירן אויף זיך אליין איז געווען שטערקער ווי זייערע זארג אויף די פראבלעמען וואס דאס קען ברענגען.
מען קען אויך קלאר זעהן אז די גרינדערס פון די נייע לאנד - זייענדיג פרומע קריסטן - האבן באזירט זייער אסאך פון די געזעצן אויף אונזער תורה. ווי אויך דאס אופן ווי זיי האבן איינגענומען און באזעצט דאס לאנד איז געווען באזירט אויף די וועג ווי אזוי די בני ישראל האבן עס געטון ווען זיי זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל. אז איר וועט אמאל ליינען די שריפטן און ביכער פון יענע צייטן וועט איר זעהן אז זייער אסאך מאל באציען זיי זיך צו די אויסדריקן פון די תורה הקדושה לגבי בחירה, עם הנבחר וכדומה, און זיי באנוצן עס פאר זייערט וועגן. ווי אויך האבן די שרייבערס פון יענע צייטן געשריבן אז גרויסע חלקים פון די קאנסטיטוציע איז געווען באזירט אויף די עשרת הדברות. אבער לאמיר נישט פארפארן דא, ווייל דאס איז נאר א זייטיגע ענין, לאמיר צוריק גיין צום נושא.
די וועג ווי אזוי זיי האבן אויסגעשטעלט די נייע רעגירונג מיט איר קאנסטיטוציע איז אן אריכות'דיגע ענין, אבער מיר וועלן בקיצור שרייבן די חלקים וואס זענען נוגע פאר אונזער שמועס דא. די ערשטע זאך איז געווען אז דאס פאלק וועהלט אויס אירע פירער, און די פירער האבן 'טירם לימיטס', זיי דארפן ווידערוועהלט ווערן נאך א סכום פון יארן. די מעלה וואס דאס האט געהאט איז אז אזוי קען א פירער נישט טון וואס ער וויל אפילו ווען ער איז שוין אין אמט, ווייל אויב די פאלק וועט נישט זיין צופרידן פון אים, וועט ער פארלירן זיין אמט אין ווידערוועהלונג.
[בילד — נישט געראטעוועט]אין יאר 1787 למספרם, האבן א גרופע מענטשן, וואס צווישן זיי איז געווען ג'ורג' וואשינגטאן (ערשטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאַטן), דזשעימס מעדיסאן (פערדע פרעזידענט) און בענדזשעמין פראנקלין, זיך גענומען שרייבן די קאנסטיטוציע וואס אין דעם שטייט די רעכטן פון אלע אמעריקאנער בירגער, די געזעצן פון דאס לאנד, און דאס אויסשטעל פון איר רעגירונג. אין די קאסטיטוציע איז פארהאן צוויי חלקים. די עיקר חלק הייסט די 'מעין באדי', דאס איז די חלק וואס איז באלד געשריבן געווארן, און דערנאך איז דא די 'אמענדמענטס', דאס זענען די חלקים וואס זענען צוגעלייגט געווארן שפעטער, צווישן די יארן 1791 און 1992 למספ'. די ערשטע צעהן 'אמענדמענטס' וועלעכע זענען צוגעלייגט געווארן אין יאר 1791 למספ' ווערט אנגערופן די 'ביל אוו רייטס', ווייל דארט ווערן אויסגערעכנט די רעכטן פון אלע אמעריקאנע בירגער. אבער לאמיר קודם זעהן וואס עס שטייט אין די 'מעין באדי' פון די קאנסטיטוציע.
אין די ערשטע דריי ארטיקלן פון די קאנסטיטוציע שטייט ווי אזוי די פעדעראלע רעגירונג דארף ווערן געפירט. כדי די פירער פון לאנד זאלן נישט האבן צופיל כח איבער דאס פאלק און איר אונטערדרוקן מיט אבנארמאלע געזעצן, האבן זיי צוטיילט די רעגירונג אין דריי חלקים. די 'לעגיסלאטיווע' חלק וואס איז די קאנגרעס, די 'עקזעקיוטיווע' חלק וואס איז די פרעזידענט, און די 'דזשודישעל' חלק וואס איז די סופרים קארט. אזוי אויב איין חלק פון די גאווערנמענט פרובירט איין צו פירן נייע געזעצן וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די פארשריפטן פון דאס לאנד און די איינוואוינער פון דאס לאנד זענען נישט צופרידן דערמיט, וועלן די אנדערע צוויי חלקים פון די פעדעראלע רעגירונג זיך אריינמישן, און אפהאלטן די נייע געזעצן פון אריינגיין אין קראפט. און א יעדעס חלק פון די רעגירונג האט איר אייגנארטיגע פראטאקאל וואס זיי דארפן אדורכגיין איידער זיי פירן איין נייע געזעצן, און ווי אזוי זיי קענען אפהאלטן נייע געזעצן פון אריינגיין אין קראפט. דער סיסטעם ווערט אנגערופן די 'טשעק ענס באלאנס' סיסטעם.
די דעמאלטסדיגע פירער האבן אבער נישט געוואלט אז מען זאל קענען איינפירן נייע געזעצן א יעדע טאג, האבן זיי איינגעשטעלט די סיסטעם אויף אזא אופן אז עס זאל נישט זיין א גרינגע זאך, און אזוי ארום האבן זיי באשיצט די קאנסטיטוציע ווי אויך די פרייהייט פון די אמעריקאנער בירגער. ווייל איינמאל עס מאכט זיך אן עפענונג וואו די רעגירונגסלייט זעהן אז מען קען 'מאדיפייען' און ארום טוישן די געזעצן און די קאנסטיטוציע, איז דאס פרייהייט פון די איינוואוינער איינגעשטעלט. מען וועט זאגן אז פונקט ווי מען האט געקענט טוישן א געזעץ וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע, אזוי אויך קען מען טוישן די פרייהייט רעכטן, אדער גאר עס אינגאנצן אוועקנעמען. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלאזט א וועג אז מען זאל קענען צולייגן אדער אוועקנעמען געזעצן אין א פאל וואס עס פעלט זיך אויס. און טאקע אין אזא פאל וועלן געווענטליך אלע דריי חלקים פון די רעגירונג איינשטימען אז עס איז נויטיג, און אזוי וועט נישט זיין שווער צו איינפירן די נייע געזעץ.
[בילד — נישט געראטעוועט]וואס געשעהט אויב די איינוואוינער פון די לאנד האלטן אז עס פעלט זיך אויס א נייע געזעץ אין א געוויסע נושא, אדער אויב זיי פילן אז געוויסע רעכטן טוט איינשטעלן די זיכערהייט פון דאס לאנד מיט אירע איינוואוינער, און זיי ווילן אז מען זאל טוישן די ביז יעצטיגע קאנסטיטוציע? אויב זיי ווילן דאס טאקע וועלן עס די ערוועהלטע פאליטיקאנטן טון פאר זיי, ווייל זיי ווייסן דאך אז אויב זיי וועלן נישט טון די ווילן פון דאס פאלק וועלן זיי נישט ווערן ווידערוועהלט. און אויב עס זענען דא אפאר פאליטיקאנטען וואס זענען עקשנים און זיי טוען נישט דאס ווילן פון די פאלק, דאן איז דא צוויי ברירות. איינס איז אז מען קען ווארטן ביז די נעקסטע 'עלעקשאנס' און זיי ארויסוועהלן פון זייער אמט. אין נויטיגע פעלער איז דא א קאנסטיטוציענאלע וועג ווי אזוי מען קען ארויסווארפן פאליטיקאנטן פון זייער אמט. אבער פארשטייט זיך אז נאר אויב רוב פון דאס פאלק וויל עפעס וועלן די פאליטיקאנטן עס טון אלץ מיטל אנצוהאלטן זייער אמט אין די רעגירונג. דאס איז די וועג וואס זיי האבן דאן איינגעפירט כדי די פאלק זאל האבן די כח צו פירן דאס לאנד ווי זיי ווילן, און די רעגירונג זאל נישט קענען ארויפצווינגען זייער מיינונג אויף די פאלק.
ביז יעצט האבן מיר מסביר געווען ווי אזוי די סיסטעם פון די רעגירונג איז איינגעפירט געווארן אויף אן אופן אז דאס פאלק האט די כח איבער די פאליטיקאנטען אפילו נאך דעם וואס זיי זענען שוין אין אמט. יעצט לאמיר אביסל רעדן איבער די ארבייט פון די 'דזשודישעל' חלק פון די רעגירונג, די סופרים קארט.
די ריכטער פון די סופרים קארט זענען די פאליציי איבער די פרעזידענט און די קאנגרעס. די פרעזידענט, און די סענעטארן מיט די רעפרעזענטעטיווס פון די קאנגרעס האבן דאך אלע אן אגענדע. א יעדער פון זיי איז דאך צוגעבונדן צו זייער פארטיי און אירע פאנדומענטאלן, און ממילא קומט אויס אז אסאך מאל וועלן זיי פרובירן צו אינפארסירן א נייע געזעץ וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, אדער וועלן זיי גאר אויסטייטשן די קאנסטיטוציע אנדערש ווי מען האט פארשטאנען ביז היינט, ווייל אזוי קומט עס זיי גוט אויס. דא קומט אריין די סופרים קארט, וואס זיי דארפן אכטונג געבן אז אלעס זאל שטימען און זיין אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, ווי אויך אז די געזעצן זאלן נישט 'אינפרינדזשן' אויף די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער וואס קומט זיי לויט די קאנסטיטוציע.
אין די סופרים קארט זענען פארהאן צוויי פארשידענע סארטן ריכטער. עס זענען דא 'קאנסערוויטיווע' ריכטער, אזעלעכע ריכטער וואס האלטן אז עס איז וויכטיג צו האלטן די קאנסטיטוציע כמו שהיא אן דעם וואס מען זאל עפעס טוישן דערין כאטש אפילו די צייטן האבן זיך געטוישט. ווי אויך האלטן זיי אז מען דארף אפלערנען די קאנסטיטוציע פשוט פשט, אן דעם וואס מען זאל אריינלערנען אין איר פילפולים חריפים. דערנאך איז דא 'אקטעוויסט' ריכטער, אדער ווי אנדערע רופן זיי 'ליבעראלע' ריכטער, וואס זיי האלטן אז היות די צייטן האבן זיך געטוישט דארף מען אויך טוישן די געזעצן. ווי אויך האבן זיי ליב אסאך מאל אריין צו לערנען גאנצע פשט'לעך אין די קאנסטיטוציע און אזוי ארום איינצופירן די ענדערונגען אן דעם וואס מען זאל עמטליך טוישן די קאנסטיטוציע זעלבסט.
ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז הכל מודים אז א זאך וואס עס שטייט אין די קאנסטיטוציע קען נישט געענדערט ווערן אן דעם וואס עס זאל אדורך גיין די פראצעדור וואס מען דארף אדורכגיין צו ענדערן די קאנסטיטוציע. און ווען א שאלה קומט אן צו די סופרים קארט מוזן זיי קוקן און זעהן וואס עס שטייט אין די קאנסטיטוציע און פארציילן פאר אלע פונקטלעך וואס עס שטייט דארט און ווי אזוי זיי פארשטייען עס, און לויט דעם דארפן זיי ארויסגעבן די פסק דין צו דער ענין איז אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע צו נישט. די סופרים קארט ריכטער האבן נישט די מאכט צו ענדערן די קאנסטיטוציע א כי הוא זה!
נאך דעם וואס די סופרים קארט ריכטער גיבן ארויס זייער פסק דין, קענען די פאליטיקאנטן אנהייבן צו דעבאטירן אויב עס פעלט אויס צו ענדערן די געזעץ, אדער צו עס פעלט אויס אוועק צו נעמען דער רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, אדער צו עס פעלט אויס צוצולייגן נייע רעכטן צו די קאנסטיטוציע. פארשטייט זיך אז אויב די פאליטיקאנטן אין די קאנגרעס וועלן פילן אז דאס וויל די פאלק, וועלן זיי אודאי איינפירן די ענדערונגען, ווייל זיי ווילן דאך נישט פארלירן זייער בענקל. אבער ווי לאנג איר זעהט אז מען פירט נישט איין נייע ענדערונגן אין די קאנסטיטוציע, קענט איר זיין זיכער אז די פאלק וויל עס נישט גענוג שטארק.
ביז יעצט האבן אונז גערעדט איבער די קאנסטיטוציע, און איבער די תפקיד פון די סופרים קארט איר צו באשיצן און פערזערווירן. אין די קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר בעזרת ה' שמועסען מער איבער די היסטאריע פון די קאנסטיטוציע און בעיקר פון די צווייטע אמענדמענט.

| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|