האט די סופּרים קארט ערפילט איר פליכט מיט איר יעצטיגע אורטייל?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
(צווייטע קאפיטל)
אין די לעצטע ארטיקל האבן מיר בעיקר ארום געשמועסט איבער די קאנסטיטוציע בכלליות, די סיסטעם פון די אמעריקאנער רעגירונג, און די כח און תפקיד פון די סופּרים קארט. יעצט ווילן מיר אביסל שמועסן וועגן די ערשטע צען 'אמענדמענטס' (הוספות) פון די קאנסטיטוציע - די 'ביל אוו רייטס', וואו עס שטייט די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, בעיקר וויל איך שמועסן איבער די 'צווייטע אמענדמענט'.
פאר אפאר וואכן צוריק, האט די סופּרים קארט אין א היסטארישע פסק קלאר געשטעלט, אז לויט די צווייטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע איז א יעדע אמעריקאנער בירגער בארעכטיגט צו פארמאגן און טראגן וואפן, און אז די רעגירונגען פון די שטאַטן האבן נישט קיין רעכט עס צו פארבאטן. ביז לעצטענס האט יעדער איינער אנגענומען דער פאקט אלץ א דבר פשוט, ווייל אזוי שטייט דאך אין די צווייטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע .
"A well regulated Militia, being necessary to the security of a free State, the right of the people to keep
and bear arms, shall not be infringed."
די צייטן האבן זיך אבער געטוישט, און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די גאנס פאר קרימינאלע פארברעכענס. א יעדעס מאל וואס א קרימינאלע פארברעכן ווערט באגאנגען מיט א גאן, וועלן די מענטשן וואס האבן א שייכות מיט דעם געשעדיגטע פארטיי זיך [בילד — נישט געראטעוועט]וואונדערן, אויב עס איז טאקע א ריכטיגע און גוטע זאך אז די פשוט'ע ציווילע מענטשן זאלן האבן די פרייהייט און די רעכטן צו פארמאגן און טראגן גאנס. אבער וואס קען מען טון? עס שטייט דאך אין די קאנסטיטוציע קלאר אז א יעדע מענטש האט די רעכטן צו פארמאגן און טראגן אויף זיך וואפן.
עס איז דא צוויי ברירות ווי אזוי מען קען זיך אן עצה געבן דערמיט. אדער קען מען מאדיפיצירן און טוישן די קאנסטיטוציע, וואס זעהט אויס אז דאס פאלק וויל דאס נאך נישט טון דערווייל, ווייל ווען זיי וואלטן עס יא געוואלט און פארלאנגט, וואלטן עס די פאליטיקאנטען אין די קאנגרעס און אין די ווייסע הויז שוין געטון (אזוי ווי מיר האבן ערקלערט אין די פריערדיגע ארטיקל). ממילא מוזן זיי פרובירן אויף א צווייטע וועג, און דאס איז דורך אויפווייזן און משכנע זיין די רעגירונג און די סופּרים קארט ריכטער, אז בעצם לויט די קאנסטיטוציע האבן די אמעריקאנער בירגער נישט די רעכטן צו פארמאגן גאנס, און די שטאַטן זענען נישט פארבאטן לויט די קאנסטיטוציע צו קאנטראלירן ווער מעג יא און ווער מעג נישט האבן א גאן.
לאמיר אביסל צונעמען די מעשה וואס דא איז פארגעקומען.
אין וואשינגטאן די סי - א שטאט ווי עס קומען פאר א יעדעס יאר א הויכע מאָס פון מערדערייען דורך קרימענאלן מיט לעגאלע און אומלעגאלע גאנס - האבן די איינוואוינער פון די שטאט געהאלטן אז גענוג איז גענוג, מען דארף שוין טון עפעס אז עס זאל נישט זיין לעגאל צו פארמאגן א גאן, ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס איז די איינציגסטע וועג אפצוהאלטען קרימינאלן פון אדורך פירן מערדערייען. די אויסדערוועלטע פאליטיקאנטן פון די שטאט, פילנדיג אז די איינוואוינער מיינען עס ערנסט, און אויב זיי וועלן נישט טון עפעס דראסטיש וועלן זיי פארלירן זייער בענקל, האבן זיי איינגעפירט א פארבאט צו פארמאגן א גאן אין דער שטאט אן א ספעציעלע ערלויבעניש פון די פאליציי שעף. ווי אויך, די וואס פארמאגן יא ערלויבעניש צו פארמאגן א גאן, מוזן עס אומשעדליך מאכן אין דער היים, דאס מיינט אז זיי מוזן לייגן א שלאס דערויף אז עס זאל נישט קענען גרינג גענוצט ווערן, אדער מוזן זיי עס אויסליידיגן פון בולעטס.
א געוויסע פארשוין מיטן נאמען 'העללער' - א ספעציעלע פאליציי מאן און איינוואוינער פון וואשינגטאן די סי - האט פרובירט צו באקומען ערלויבעניש צו האבן אן אייגענע גאן, און ווען ער האט עס נישט באקומען האט ער געפיילט א לאו סוט אין די דיסטריקט קארט, מיט די טענה אז די געזעץ טוט פארלעצן די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, וועלכע זיי פארדינען זיך לויט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע'ס צווייטע אמענדמענט. די קעיס איז ארויף געגאנגען העכער און העכער ביז עס האט דערגרייכט די סופּרים קארט.
העללער האט גע'טענה'ט אז די לאקאלע רעגירונג פארמאגט נישט די כח צוצונעמען די רעכטן פון אירע איינוואוינער צו האלטן און פארמאגן גאנס, און אז דער רעגירונג טוט אינפרינדזשען אויף די רעכטן פון אירע בירגער מיט דעם געזעץ. די רעגירונג פון וואשינגטאן די סי, ווי אויך די לעגאלע אטערניס פון די פראפאנענטן פון די גאן קאנטראל געזעצן טענה'ן פארשידענע טענות. איך וועל דא אראפ לייגן אפאר פון זייערע טענות.
1) די צווייטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע גיבט דעם אמעריקאנער בירגער נאר די רעכטן צו טראגן אזעלעכע סארט וואפן און גאנס וואס עס איז געווען בנמצא אין יענע צייטן פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, אבער די גאנס וואס מען מאכט היינט איז נישט נכלל אין די צווייטע אמענדמענט.
2) די צווייטע אמענדמענט פארמאגט דאך צוויי חלקים, אין די ערשטע חלק שטייט אז א יעדער פון די אמעריקאנער שטאַטן האט די רעכטן צו האבן אן אייגענע מיליציע זיך צו באשיצן, נעמליך די לאקאלע נאציאנאלע גארד אדער די פאליציי איינהייט וואס א יעדע שטאַט פארמאגט. אין די צווייטע חלק שטייט איבער די רעכטן פון פארמאגן און ארום טראגן וואפן טענה'ן זיי, אז די צווייטע חלק גייט ארויף אויף די ערשטע חלק. דאס מיינט אז די ארגאניזירטע מיליטער פון א יעדער פון די פאראייניגטע שטאַטען איז בארעכטיגט צו טראגן וואפען.
3) די צווייטע אמענדמענט איז דאך געמאכט צו פארזיכערן די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, ווי אזוי קען מען זאגן אז עס גיבט די רעכטן פאר אלע בירגער צו פארמאגן און טראגן וואפן, אויב דאס איז א זאך וואס נעמט אוועק דאס זיכערהייט פון די בירגער?
4) ווי אויך קען מען אריין קוקן אינעם גראמאטישע אויסשטעל פון א יעדע פראזע אין די צווייטע אמענדמענט, און אין די פונקטליכע אפטייטש פון א יעדעס ווארט און כאראקטער אין דער אמענדמענט, אויף צו ווייזן אז עס איז נישט פון די פרייהייט רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער צו פארמאגן און טראגן וואפן.
[בילד — נישט געראטעוועט]למעשה ווייסן מיר וואס די ענדגילטיגע פסק פון די סופּרים קארט איז געווען, ווען פינף פון די ניין ריכטער האבן געהאלטן אז די וואשינגטאן די סי געזעץ איז אומקאנסטיטוציענאל און אז די צווייטע אמענדמענט טוט יא פארזיכערן די רעכטן פון אלע אמעריקאנער בירגער צו טראגן און פארמאגן וואפן פאר זעלבסט שוץ און פרידליכע באנוץ. ווי דער ריכטער סקאליע שרייבט באלד אנהייב פון די באריכט, אז די קאנסטיטוציע איז געשריבן געווארן פאר די פשוט'ע בירגער ווי מיר און דיר, און נישט דוקא פאר קליגע לויערס און פראפעסארן. אזוי ווי מיר פארשטייען עס ווען מיר ליינען עס, פונקט דאס איז געווען די כוונה דערביי, און נישט ווי די גרויסע לויערס ווילן אויסטייטשען מיט גאנצע פשט'לעך.
כדי מיר זאלן קענען בעסער פארשטיין דער פסק, לאמיר צוריק גיין אין די היסטאריע אביסל, און מען וועט זעהן וואס איז געווען די סיבה אז די אור-עלטערן פון דאס לאנד האבן געפילט פאר וויכטיג צו שענקען אירע בירגער אזעלעכע רעכטן. ווי אויך וועלן מיר זעהן אז זיי האבן געפילט אז די רעכטן פון די בירגער צו טראגן און פארמאגן וואפן איז די יסוד פון א ריכטיגע פרייע לאנד.
פאר הונדערטער יארן צוריק האבן אלע מענטשן פארמאגט וואפן, און ווען דאס לאנד איז געגאנגען אין מלחמה האבן זיך אלע מענטשן צוזאמגענומען און געפארעמט א מיליציע. יעדער איינער איז געקומען מיט זיין שווערד אדער זיין פייל און בויגן, און מען איז ארויס אין די שלאכטפעלד זיך שלאגן מיטן פיינט. ווי אויך, אויב די מערהייט פון די מענטשן אין יענע לאנד האבן געפילט אז דאס פירערשאפט פון יענער לאנד באגייט אומרעכטן אקעגן זיי און זייער לאנדסלייט, האבן זיך די בירגער צוזאם גענומען און זיי האבן מיט כח אראפ געווארפן פון זיך די מאכט פון די אייגענע רעגירונג. א רעגירונג וואס האט געוואלט הערשן איבער אירע בירגער מיט כח און מאכט, האט ערשט געמוזט קאנפיסקירן די וואפן פון אירע בירגער, דערנאך האבן זיי ערשט געקענט אויפשטעלן אן ארגעניזירטער מיליטער וואס זאל האלטן דאס פאלק אונטערטעניג אונטער די רעגירונג. וואס פאר א ווערט האט דען א מיליטער ווען די בירגער וואס זי קומט אונטערדרוקען האבן די זעלבע שווערדן ווי זיי האבן?
נאך א זאך וואס טייראנישע רעגירונגן פלעגן איינצוימען איז געווען דאס מאטריאל וואס איר פאלק האט געמעגט שרייבן און ליינען. ווייל זיי האבן געוואלט מאכן זיכער אז אלע ליין מאטריאל זאל זיין איינשטימיג מיט די רעגירונג און איר פאליסיס. אזוי איז געווען אין די לענדער וועלכע זענען געווען אונטערטעניג די ענגלישע רעגירונג, און שפעטער האבן זיך אזוי געפירט די קאמוניסטישע רעגירונגען, און דאס גייט נאך אן ביז היינט אין געוויסע לענדער. סטאלין ימש"ו האט זיך אמאל אויסגעדריקט, "מיר לאזן זיי (די בירגער) נישט האבן אייגענע דיעות, זאלן מיר זיי דען לאזן האבן גאנס?" דאס גייט האנט אין האנט, אז די רעגירונג וויל אונטערדרוקן אירע בירגער לאזט מען זיי נישט האבן קיין וואפן, מען לאזט זיי נישט שרייבן ווי זיי ווילן, און מען לאזט זיי אפילו נישט טראכטן ווי זיי ווילן.
נאכן אמעריקאנער רעוואלוציע, האבן די פירער פון די רעוואלוציע מחליט געווען צו פארמירן א פאראייניגונג פון די שטאַטן און קאלאניעס, און זיי האבן זיך געזעצט אויסארבייטן און שרייבן די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, ווי אויך צו פארמירן די פעדעראלע רעגירונג און די קאנגרעס. ווען די ערשטע קאנגרעס האט זיך צוזאם גענומען צו שרייבן די 'ביל אוו רייטס' – די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, האבן זיי געבעטן 'טאמעס דזשעפערסאן אז ער זאל אויף שרייבן די רעכטן פון די אמעריקאנער בירגער, און עס וועט צוגעלייגט ווערן צו די קאנסטיטוציע. (דזשפערסאן איז געווען די ארגינעלער שרייבער פון די 'דעקלעראציע אוו אינדיפענדענס' און שפעטער איז ער געווען די דריטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאַטן.)
אנשטאט אויפשרייבן די רעכטן וואס ער האט געהאלטן קומט פאר א יעדער איינציגער מענטש, איז ער געגאנגען צו די פירער פון די שטאַטן און ער האט גענומען פון זיי די ביל אוו רייטס וואס א יעדע פון די שטאַטן האט פארמאגט ביז דאן, און לויט דעם האט ער אויסגעארבייט די ערשטע צעהן אמענדמענטס. פארשטייט זיך אז די קאנגרעס האט דעבאטירט אויף א יעדע פרט ופרט, ווי אויך האבן זיי דעבאטירט די פונקטליכע ווערטער און בוכשטאבן וואס עס זאל שטיין, און צום סוף איז ארויסגעקומען וואס מיר רופן היינט די 'ביל אוו רייטס'.
ווען מען קוקט אביסל אין די היסטארישע שריפטן זעהט מען קלאר אז די זארג פון די רעגירונג פירער דאן איז געווען איבער איין זאך, אז קיין שום פעדעראלע רעגירונג זאל קענען באצוואונגען זייער דעה אויף די שטאַטן און אירע בירגער, און אז די רעכטן פון די בירגער זאל נישט ווערן פארלעצט. פאר אונז וואס מיר זענען שוין געבוירן געווארן אין דער פרייער לאנד, און דא זענען מיר אויף געוואקסן, איז שווער צו פארשטיין וואס זייער זארג איז געווען, אבער זיי זענען אויף געוואקסן אונטער די הערשאפט פון די ענגלישע רעגירונג, און זיי האבן געוואוסט אז זיי מוזן טון וואס זיי קענען נאר אז דאס לאנד וואס זיי האבן געגרונדעט מיט די בלוט פון זייערע נאנטע פריינט און משפחה, זאל נישט אריין פאלן אין די הענט פון אפאר מענטשן. פאר דעם האבן זיי געמאכט די ערשטע אמענדמענט וואס פארבאט די רעגירונג צו צונעמען פון די אמעריקאנער בירגער די פרייהייטן פון רעדן, פרעסע, צוזאמקומען, א.א.וו. וואס דאס אליין אז עס איז דא א פרייע פרעסע, האלט עס די רעגירונגסלייט אין פלאץ אז זיי זאלן נישט טון וואס זיי מעגן נישט, ווייל אויב יא וועט עס באשריבן ווערן פאר די גאנצע לאנד. און פארדעם האבן זיי אויך געמאכט די צווייטע אמענדמענט וואס טוט פארבאטן די רעגירונג פון צונעמען די רעכטן פון אירע בירגער צו טראגן און פארמאגן וואפן, און די זעלבע איז מיט די אנדערע אמענדמענטס.
בעצם ווי מיר האבן שוין פריער געשמועסט, זענען די ערשטע צוויי אמענדמענטס אפהעניג איינס אין דעם אנדערן. ווייל אויב א רעגירונג וויל קאנטראלירן די פרעסע, אדער אויב א רעגירונג וויל קאנטראלירן אז געוויסע גרופעס וואס רעפרעזענטירן געוויסע אינטערעסן, זאלן זיך נישט קענען צוזאמקומען, מוזן זיי צום ערשט אנטוואפענען די מענטשן אז זיי זאלן זיך נישט קענען אקעגן שטעלן די אונטערדריקונגען.
עס איז וויכטיג צו באַטאָנען, אז אין אלע שריפטן און געשפרעכן פון יענע צייטן, ווען מען האט גערעדט פון א 'מיליציע', האט דאס ווארט געהאט גאר אן אנדערע באדייט ווי עס האט היינט. היינטיגע טעג מאכט זיך אז מאנכע וועלן זיך באציען צו אן ארגעניזירטע ארמיי און מיליטער אלס א 'מיליציע'. אבער די ריכטיגע באדייט פון דאס ווארט 'מיליציע' איז, "די כלל פון ציווילע מענטשען וועלכע זענען פיזיש גרייט און פעהיג זיך צו שלאגן ווען עס פעלט אויס". פארצייטנס האבן רוב לענדער נישט פארמאגט קיין ארגעניזירטע מיליטער, נאר יעדע לאנד האט זיך פארלאזט אויף איר 'מיליציע' צו באשוצן איר לאנד. דאס האט געמיינט אז אלע פעהיגער איינוואוינער פון די לאנד האבן פארמאגט וואפן, און זענען געווען גרייט צו גיין אין מלחמה פאר זייער לאנד'ס וועגן אויב עס פעלט זיך אויס. אזוי אויך אין די שריפטן פון די דעבאטעס ביים שרייבן די קאנסטיטוציע מיט אירע אמענדמענטס, זעהט מען קלאר, אז ווען זיי האבן גערעדט איבער די 'מיליציע' האבן זיי זיך באצויגן צו די ציווילע איינוואוינער פון דאס לאנד. דזשארדזש מעיסאן - וועלכע ווערט אנגערופן 'די פאטער פון די ביל אוו רייטס' - האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "וואס מיינט א מיליציע? דאס גאנצע פאלק אויסער אפאר פאבליק אפישעלס".
עס זענען געווען אסאך פון די גרינדער און שרייבער פון די קאנסטיטוציע, וואס האבן געהאלטן אז דאס לאנד טאר נישט האבן קיין אייגענע ארגאניזירטע מיליטער, נאר זי מוז זיך פארלאזן אויף די באשיצונג וואס איר 'מיליציע' וועט איר צושטעלן.
[בילד — נישט געראטעוועט]מיר וועלן נעמען אלס א ביישפיל איינער פון די באוואוסטע שטאַטסלייט און שטארקער פאטריאט פון יענע צייטן, 'טאמעס עלברידזש גערי'. ער איז געווען די פינפטע ווייס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאַטן, אונטער פרעזידענט דזשעימס מעדיסאן. ער איז שפעטער געווען די גובערנאטור פון מאסיטשוסיטס. ער איז געווען פון די ערשטע צו אונטערשרייבן די דעקלעראציע פון אינדיפענדינטס אין יאר 1776. אבער ער איז אויך געווען פון די דריי וואס האבן נישט אונטערגעשריבן די קאנסטיטוציע. ער האט גע'טענה'ט אז ווילאנג עס שטייט גארנישט אין די קאנסטיטוציע איבער די רעכטן פון די בירגער (די ביל אוו רייטס איז ערשט צוגעלייגט געווארן אפאר יאר שפעטער), איז עס גארנישט ווערט. ווען מען האט דעבאטירט די צווייטע אמענדמענט אין די קאנגרעס, האט ער גע'טענה'ט די פאלגענדע. "וואס איז די אויפטוה פון א מיליציע? אז עס האלט צוריק דאס גרינדונג פון אן ארגעניזירטע מיליטער - די שטרויכלונג און סם פאר פרייהייט. ווען אימער א רעגירונג וויל צונעמען די רעכטן און פרייהייט פון די בירגער, ציווארפן זיי ערשט די מיליציע, כדי זיי זאלן קענען בויען אן ארמיי אויף אירע חורבות".
מען וואלט געקענט באשרייבן טויזענעטע בלעטער איבער אלע שמועסן און דעבאטעס פון יענע צייטן, אבער איין זאך איז קלאר ווי די טאג, אז ווען די גרינדער און שרייבער פון די קאנסטיטוציע האבן געשריבן איבער א 'מיליציע', האבן זיי געמיינט די ציווילע מענטשן, נישט די פעדעראלע ארמיי, נישט די נאציאנאלע גארד, און נישט די לאקאלע פאליציי. זיי האבן מיט די צווייטע אמענדמענט געוואלט פארזיכערן אז אויב די אמעריקאנער רעגירונג אדער אפילו א פרעמדע רעגירונג, וויל אונטערדרוקן דאס פאלק, זאלן זיי זיך אליין קענען באשוצען. קומט אויס אז דער צווייטע אמענדמענט איז די יסוד פון פרייהייט.
אסאך מענטשן ווען זיי הערן דאס ווערן זיי זייער אויפגעקאכט, און זיין טענה'ן די פאלגענדע טענות. איז דאס דען א וועג צו פירן א לאנד? אז די פשוט'ע המון עם וועלן זיך ארום דרייען מיט וואפן, ווי אזוי וועט די רעגירונג קענען קאנטראלירן די קרימענאלן? וואס וועט געשעהן אויב אפאר משוגעים וועלן איין טאג מחליט זיין, אז מען דארף פטור ווערן פון אלע מענטשן וואס געהערן צו א געוויסע ראסע, אדער א געוויסע גרופע רעליגיעזע מענטשן, און זיי וועלן זיך צוזאם נעמען מיט געווער אויסצופירן זייער פלענער? וואס וועט געשעהן אויב מענטשן זענען מחליט משום איזה סיבה שהוא אומציווארפן די רעגירונג? און נאך אזעלעכע ענליכע פראגעס פרעגן זיי מיט פארוואונדערונג אויף די גרינדער פון דעם לאנד, און די שרייבער פון די קאנסטיטוציע.
ערשטנס, אין די היסטאריע האבן מער טייראנישע רעגירונגען און קעניגרייכן אונטערדרוקט און אומ'יושר'דיג געוועלטיגט אויף מיליאנען מענטשן, ווי מענטשן וואס האבן אומגעווארפן סטאבילע רעגירונגן אן רעכט. צווייטנס, די היסטאריע ווייזט אויף אז די אמעריקאנער קאנסטיטוציע מיט אירע אמענדמענטס זענען געשריבן געווארן מיט ריכטיקייט, קלוגשאפט, און גלייכבארעכטיקייט. מען דארף אנקוקען די גאנצע בילד מיט א ברייטע בליק. עס זענען געווען צייטן אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאַטן וואס קיינער גרויסט זיך נישט דערמיט. צו איז דאס געווען אין די צייטן ווען שקלאפן איז געווען אן אנגענומענע זאך, אדער אין די צייטן פון די 'קלו קלאקס קלען' וכדומה האבן מיט געווער גע'רצח'ט מענער און פרויען פון די שווארצע ראסע. אבער ווען מען קוקט אויף די גאנצע בילד זעהט מען איין ווי גוט די סיסטעם האט געארבייט, און ווי וויכטיג עס איז נישט צו טוישן די סיסטעם, כדי עס זאל ווייטער קענען ארבייטען.
די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איז די עלטסטע פונקציענירענדע קאנסטיטוציע אויף די וועלט. זייט דאס פארמירונג פון די פאראייניגטע שטאַטן האט די וועלט מיטגעמאכט זייער אסאך שווערע מלחמות, ספעציעל די צוויי וועלט מלחמות. רעגירונגען האבן זיך געטוישט איבעראל ארום די גאנצע וועלט. צו איז דאס אין די מיטל מזרח, צו איז דאס אין די אפריקאנער לענדער, צו איז דאס אין אייראפע. לענדער האבן געטוישט זייער פירערשאפט עטליכע מאל, פון קאמוניסטיש געשטימט, צו סאציאליסטיש, און נאציאנאליסטיש וכדומה, אבער אין אמעריקא האט זיך אלעס געהאלטן סטאביל איבער די אלע יארן. דאס ווייזט אז די סיסטעם וואס די גרינדער האבן געשטעלט איז א גוטע און שטארקע סיסטעם.
[בילד — נישט געראטעוועט]עס איז דא א פאלקסווערטל, "אויב זי איז נישט צובראכן פאררעכט איר נישט". דער סיסטעם איז געווען פיין און וואויל פאר 200 יאר, דאס פאלק וועהלט אירע פירער לויט זייער געשמאק, א יעדער איינער לויט זייער אפיליאציע צום פארטיי. אמאל ארבייט עס זיך אויס, און אויב נישט וועהלט מען אריין א צווייטע וואס מען פילט אז ער איז מער קוואליפיצירט ווי די פריערדיגע. האט זיך געמאכט דורך די יארן אז מען זאל זיך האבן פארהאנקערט ערגעץ? איז מען ערגעץ דורך די אלע יארן אפשר געפארן אין א וואנט אריין? זיכער אז יא. נאר וואס דען, מען ריקט זיך אביסל צוריק, מען דריייט זיך אביסל צו לינקס אדער אביסל צו רעכטס און מען פארט ווייטער. מען דארף נישט פאר דעם אוועק ווארפן די גאנצע אלטע סיסטעם וואס האט אזוי פיין געארבייט פאר אזא לאנגע צייט.
ולענינינו, די אמעריקאנער בירגער זענען פרייע מענטשן, און זיי האבן די רעכטן צו פרייע פרעסע, רעליגיע, רעדן, און אויך צו פארמאגן און טראגן וואפן. עס האט זיך געמאכט א פראבלעם אז קרימינאלן נוצן אויס די רעכטן פאר שלעכטס, מוז מען נאך נישט וועגן דעם אוועק ווארפן די גאנצע סיסטעם פון פרייהייט דערפאר, און אפילו אויף א קליינע חלק פון די פרייהייט רעכטן מוזן זיי נאך נישט אויף געבן, כל שכן ווען מען רעדט דא פון די יסודות פון וואס דער לאנד באשטייט. מען דארף זוכן א לעהזונג צו דער ספעציפישע פראבלעם אויף אן אופן וואס די ציווילעזירטע בירגער פון די לאנד זאלן נישט ווערען אפעקטירט דערפון. (דאס איז אויסער דעם וואס אסאך אנאליסטן און פאליטיקאנטן האלטן, אז די מיינונג אז גאן רעכטן איז די גורם פון די אלע מערדערייען, איז נאך קיינמאל געהעריג אויפגעוויזן געווארן.)
לסיכום הענין, אין די זעקס און צוואנציגסטער פון יוני יאר 2008, האבן פינף פון די ניין סופּרים קארט ריכטער ערפילט זייער פליכט צו די אמעריקאנער פאלק. זיי האבן ערפילט זייער פליכט מיט דעם וואס זיי האבן ריכטיג אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע אן קיין שום פשט'לעך, זיי האבן ערפילט זייער פליכט מיט דעם וואס זיי האבן ארויסגעגעבן א ריכטיגע אורטייל, און זיי האבן ערפילט זייער פליכט מיט דעם וואס זיי האבן באשיצט די אמעריקאנער בירגער, אירע רעכטן, און די קאנסטיטוציע.
איז דאס נוגע פאר אונז? וואס קענען מיר טון דערוועגן? ווער האט למעשה די אויסשליסליכע בעלות אויף דאס לאנד?
ליינט אין די קומענדיגע ארטיקל.
Copyright 2008 Ivelt.com

| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|