וועט די קומענדיגע וואלן האבן א שטארקע ווירקונג אויף די סופּרים קארט?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
(דריטע קאפיטל)
אין בערך דריי חדשים גייט פארקומען די אמעריקאנער פרעזידענטליכער וואלן, צווישן דער דעמאקראטישע קאנדידאט, באראק אבאמא, און דער רעפאבליקאנער קאנדידאט, דזשאן מ'קעין. ביידע זייטן פרובירן צו אויפווייזן פארוואס זיי וועלן זיין א בעסערע אויסוואל פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג, און פארוואס זיי שטייען בעסער אין די וויכטיגע טעמעס, אזוי ווי די עקאנאמיע, הויכע גאזאלין פרייזן, נאציאנאלע זיכערהייט וכדו'.

איין נושא וואס איז נישט אזוי ברייט באקאנט, אבער עס קען האבן פונקט אזא שטארקע ווירקונג אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג ווי די אנדערע טעמעס אויב נישט מער, איז די נאמינאציעס צום סופּרים קארט וואס א יעדער פרעזידענט איז בארעכטיגט צו דעם אויב איינער פון די יעצטיגע ריכטער שטארבן אדער רעזיגנירן, און דער נאמינאציע איז א לעבנסלענגליכע. יעדער פרעזידענט נוצט אויס דער רעכט צו נאמינירן ריכטער וואס זייערע פארגאנגענע אורטיילן ווייזן אז זייערע שיטות און מיינונגען שטימען מיט די מיינונגען און יסודות פונעם פרעזידענט'ס פאליטישע פארטיי.
בשעת די 2000 פרעזידענטליכע קאמפיין, האט דער דעמאקראטישער קאנדידאט, אל גאור, געזאגט אז די אויסוואהל צווישן אים און דזשארדזש בוש וועט באשטימען ווער די נעקסטע דריי סופּרים קארט ריכטער וועלן זיין, און צו זיי וועלן זיין קאנסערוועטיוו אדער ליבעראל געשטימט. למעשה האט פרעזידענט בוש נישט נאמינירט קיין נייע ריכטער פאר די סופּרים קארט אין זיין ערשטע טערמין אלץ פרעזידענט, אבער אין זיין צווייטע טערמין האט ער נאמינירט צוויי ריכטער צו די סופּרים קארט: ריכטער אליטאו, און דער הויפט ריכטער, ראבערטס. דאס איז געקומען נאך דעם וואס דער פארגאנגענער הויפט ריכטער רענקוויסט איז געשטארבן אין 2005, און ווען ריכטער אוקאנער האט רעזיגנירט אין 2006.
די סופּרים קארט ריכטער, ווי אויך אלע פעדעראלע קארט ריכטער ווערן נאמינירט דורך די פרעזידענט, און באשטעטיגט דורך די סענאטארן אין די קאנגרעס. דער פרעזידענט האט אן אויסוואל פון צוויי פארשידענע סארט ריכטער, מיט פארשידנארטיגע מיינונגען אויף די אופן ווי אזוי ריכטער דארפן ארויסגעבן זייער אורטייל. די קאנסערוועטיווע ריכטער האלטן אז זיי דארפן אפלערנען די קאנסטיטוציע אזוי ווי זי איז אן קיין פשט'לעך, און לויט דעם גיבן זיי ארויס זייער אורטייל. ליבעראלע אקטיוויסט ריכטער האלטן אז ווען א קעיס קומט אן צו די סופּרים קארט דארפן די ריכטער טראכטן מיט הארץ און געפיל, און זיי טארן נישט ארויסגעבן אן אורטייל אויב זיי האלטן אז עס שטימט נישט מיט זייער השקפות, אדער אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די רוח הזמן. פארשטייט זיך אז דער אקטיוויסט ריכטער וועלן אלץ טרעפן א וועג אריין צו טייטשן זייער אורטייל אין די קאנסטיטוציע. צום ביישפיל, אויב עס וועט זיין א קארט קעיס איבער די רעכטן פון א פרוי, וועלן די אקטיוויסט ריכטער אורטיילן לטובת די פרויען אפילו אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, ווייל זיי האלטן אז דאס איז ריכטיג. (דאס איז פארשטייט זיך נאר געווען א ביישפיל און נישט קיין אמת'דיגע פאל.)
מען קען טרעפן מעלות סיי אין די מיינונג פון די קאנסערוועטיווע ריכטער, ווי אויך אין די מיינונג פון די אקטיוויסט ריכטער. מאנכע האלטן אז געוויסע געזעצן זענען שוין צו פארצייטיש, עס איז געווען ריכטיג און אויסגעהאלטן פאר הונדערט אדער צוויי הונדערט יאר צוריק אבער היינט איז עס שוין נישט גילטיג, און ווען די גרינדער פונם לאנד וואלטן היינט געלעבט וואלטן זיי נישט געמאכט אזעלכע געזעצן, אדער נישט געגעבן אזעלכע רעכטן פאר די רעגירונג און אירע בירגער. דערפאר האלטן זיי אז א ריכטער דארף אורטיילן מיט הארץ און נישט נאכגיין די אלטע וועגן פונם לאנד בלינדערהייט, ווי אויך האלטן זיי אז מען דארף קענען צופאסן די קאנסטיטוציע צו די היינטיגע צייטן. (דאס איז ענליך צו וואס די רעפארם אידן זאגן איבער להבדיל די תוה"ק רח"ל.)
אנדערע האלטן אבער אז די ריכטער דארפן אורטיילן אן קיין געפילן נאר ווי עס שטייט אין די קאנסטיטוציע, און אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר די זיכערהייט פונם לאנד און די פרייהייט פון אירע בירגער אז מען זאל זיך נישט רירן פון די קאנסטיטוציע. איינמאל מען הייבט שוין אן צו טוישן זאכן, אפילו אויב די געוויסע זאכן וואס מען טוישט זענען וויכטיגע זאכן וואס די בירגער ווילן אז מען זאל טוישן, מאכט מען אויף א נייע עפענונג און מיר ווייסן נישט וואו אהין עס וועט פירן דאס לאנד. איין מאל וואס דער טיר איז אפן וועט מען שוין נישט קענען אפהאלטן די רעגירונג און די סופּרים קארט ריכטער פון טוישן געזעצן און רעכטן אפילו ווען זיי זענען אנטקעגן די ווילן פון די בירגער.
צום ביישפיל, אויב די סופּרים קארט ריכטער וואלטן מחליט געווען אז היינטיגע טעג איז שוין נישט גילטיג די צווייטע אמענדמענט, וועלכע בארעכטיגט די אמעריקאנער בירגער צו טראגן און פארמאגן וואפן, ווייל היינטיגע טעג טוט עס מער שאדנס ווי גוטנס, - אזוי ווי אסאך אמעריקאנער בירגער האלטן - און זיי גיבן די שטאַטן די רעכט עס צו פארבאטן, ווער וועט זיי דערנאך קענען צוריק האלטן פון צונעמען די פרייהייט פון פרעסע אדער רעליגיע מיטן זעלבע אויסרייד אז עס איז מער נישט גילטיג היינט? די מיינונג פון די אמעריקאנער בירגער וועט זיי נישט צוריק האלטן ווייל זיי האבן דאך נישט מורא וואס מיר האלטן פון זיי, ווייל מיר קענען דאך זיי סייווי נישט ארויסוועהלן פון זייער אמט!
דאס איז דאך די סיבה פארוואס די אור-עלטערן פונם לאנד האבן עס אזוי אוועק געשטעלט אז דוקא דער פרעזידענט נאמינירט די ריכטער און נישט דאס פאלק, ווייל זיי האבן געוואלט אז די ריכטער זאלן נישט זיין געבונדן צום פאלק, און אז זיי זאלן קענען אורטיילן ריכטיג לויט די קאנסטיטוציע, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן מורא האבן אז זיי גייען פארלירן זייער אמט. פאר דער זעלבע סיבה איז נישט דא קיין טערמינען פאר ריכטער. עס איז פארשטענדליך אז וויבאלד די ריכטער ווערן נישט ערוויילט צו זייער אמט דורך וואלן, טארן זיי נישט טוישן אדער מאדיפיצירן די געזעצן. ווייל אויב זיי וועלן יא האבן די כח דאס צו טון, וועלן זיי עס קענען טון אנטקעגן די ווילן פון דאס פאלק, און די סופּרים קארט וועט פארוואנדלט ווערן אין א דיקטאטארישע רעגירונג. נאר ווי אזוי דען איז די וועג צו טוישן אדער צולייגן צו די קאנסטיטוציע? די לעגיסטלאטיווע אפטיילונג פון די רעגירונג, נעמליך די סענאט און די קאנגרעס, וועלעכע ווערן יא ערוויילט דורך די פאלק, און זיי האבן יא טערמינען, זיי גיבן זיך אפ מיט מאכן נייע געזעצן, און זיי ענדערן אלטע געזעצן, ווייל זיי וועלן דאך אינזינען האבן די גוטס פון זייערע וויילער. די סופּרים קארט דארף נאר אינפארסירן וואס עס שטייט אין די קאנסטיטוציע און זיי טארן נישט זיין מושפע פון קיינעם. לויט דעם קומט דאך אויס אז די אקטיוויסט ריכטער זענען נישט גערעכט ווען זיי אורטיילן לויט זייערע אידעאלן און לויט די רוח הזמן. אזוי האלטן די וואס זענען פראו קאנסערוויטיווע ריכטער.
למעשה זענען די ריכטער נישט קיין מלאכים און פונקט ווי יעדער בשר ודם האבן זיי אויך שיטות און אידעאלן. א יעדע מענטש ווערט מושפע פון די סביבה, צו איז דאס פון די מידיע צו איז עס פון זייערע שכנים און קרובים. עס איז נאריש צו טראכטן אז די ריכטער קענען אינגאנצן אוועק לייגן זייער געפילן אויף א זייט בשעת זיי גיבן ארויס אן אורטייל. אויב די ריכטער גייט אבער פון אנהייב אריין מיט די געדאנק אז ער דארף אורטיילן לויט ווי עס שטייט אין די קאנסטיטוציע, איז דא א גרעסערע שאנס אז ער וועט טאקע אזוי טון, ווי איידער די אקטיוויסט ריכטער וואס האלטן בשיטה אז זיי מעגן אביסל אוועקנויגן פון די קאנסטיטוציע ווען עס פעלט זיך אויס.
די סופּרים קארט איז היינט צוטיילט האלב אויף האלב צווישן קאנסערוויטיווער און ליבעראלער ריכטער. כאטש אפילו זיבן פון די ניין ריכטער זענען נאמינירט געווארן צו זייער אמט דורך רעפאבליקאנער פרעזידענטן דאך זענען נאר פיר פון זיי פאררעכנט אלץ שטארקער קאנסערוויטיוון. די הויפט ריכטער ראבערטס, ריכטער סקאליע, ריכטער טאמעס און ריכטער אליטאו, זענען אלעמאל שטארק קאנסערוויטיוו אין זייערע אורטיילן. די ריכטער סטיווינס, סאטער, גינסבורג און ברעיער, זענען שטארק ליבעראל אין זייערע אורטיילן. ריכטער קענעדי הייסט א קאנסערוועטיווער ריכטער כאטש ער נויגט אסאך מאל מער צו די ליבעראלער זייט, ער ווערט פאררעכענט אסאך מאל אלץ די דעת המכריע אין די סופּרים קארט.
ווי עס זעהט אויס וועלן כאטש צוויי סופּרים קארט פאזיציעס ליידיג ווערן אונטער דער קומענדיגער פרעזידענט. ריכטער סטיווינס איז שוין אכט און אכציג יאר אלט און וועט ווארשיינליך רעזיגנירן, ווי אויך ריכטער גינסבורג האט געלאזט פאלן ווערטער וואס דייטן אן אויף אירע פלענער צו רעזיגנירן אין די קומענדיגע יארן. אנדערע שפעקולירן אז עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז די ריכטער סקאליע און קענעדי וועלכע זענען שוין העכער זיבעציג יאר אלט וועלן אויך רעזיגנירן אין די קומענדיגע יארן.
מיט די סופּרים קארט אין די מצב ווי זי איז, ווען זי איז אזוי צוטיילט האלב אויף האלב צווישן קאנסערוויטיווע און ליבעראלער ריכטער, ווערט דער נושא א וויכטיגע טעמע אין די פרעזידענטליכע קאמפיין, און די וויילער דארפן נעמען אין באטראכט ווען זיי וועהלן פאר די קומענדיגע פרעזידענט, אז זייער שטימע איז אויך א שטימע אין וועלעכע ריכטונג די סופּרים קארט וועט זיך דרייען, צו מער רעכטס אדער מער לינקס. דער פרעזידענט וואס די וויילער קלויבן אויס בלייבט טאקע נאר פאר פיר יאר, אבער די ריכטער וואס דער פרעזידענט נאמינירט בלייבן אויף א גאנץ לעבן.
ווען סענעטאר מ'קעין האט גערעדט איבער דער נושא האט ער געזאגט דאס פאלגענדע: "מיינע נאמינאטן וועלן וויסן אז עס איז דא א קלארע שיעור אין די געריכטליכע און פעדעראלע מאכט, זיי וועלן זיין געטריי צו די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאַטן, זיי וועלן נישט זוכן ארויס צו געבן די פאפולערע אורטייל, נאר דאס ריכטיגע."
סענעטאר אבאמא זינגט גאר אן אנדערע ניגון, און ער האט געזאגט דאס פאלגענדע: "אסאך פון אונזערע געטרייע ריכטער זענען אויסגעקליבן געווארן נאר צוליב זייערע קוואליפיקאציעס פון אן אקאדעמישע שטאנדפונקט, אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי די וועלט ארבייט. די שאלה איז וואס האלטן זיי טיף אין זייער הארץ? איך וויל ריכטער וואס ווייסן וואס די פשוט'ע מענטשן מאכן מיט."
אין די נאנטע תקופה וועלן אפאר קאנטראווערסיאנאלע נושאים ארויף געברענגט ווערן פארן סופּרים קארט, אזעלכע נושאים וואס וועלן האבן א דירעקטע ווירקונג אויף די אמעריקאנער בירגער, ווי אויך אזעלכע וואס קענען האבן א דירעקטע ווירקונג אויף די אידישע געמיינדע אין אמעריקא. אין אפאר פון די שטאַטן זענען לעצטענס איינגעפירט געווארן אזעלכע געזעצן – חקי סדום ועמורה, וואס א גרויס חלק פון די באפעלקערונג נעמען אן אלץ נישט אויסגעהאלטן פון א מאראלישע און עטישע שטאנדפונקט. ווי אויך וועלן אזעלכע נושאים ווי די רעכטן פון טעראריסטן אדער די רעכטן פון די נאציאנאלע זיכערהייט אגענטורן אויפגעברענגט ווערן פארן סופּרים קארט. עס וועלן אודאי אויך אויפגעברענגט ווערן די טעמעס פון באשוצן די ענוויראמענט. ממילא ווען דער אמעריקאנער פאלק וועלן אריין וועהלן דער נייער פרעזידענט, וועהלן זיי מיט דעם אין איינוועגס אויך אויף די אויבן דערמאנטע נושאים.
און יעצט צו די שאלה מיט וואס מיר האבן פארענדיגט די לעצטע ארטיקל:
ווער האט למעשה די אויסשליסליכע בעלות אויף דאס לאנד?
עס ווענדט זיך צו רוב פון די ריכטער זענען קאנסערוועטיוו געשטימט אדער ליבעראל. אויב דאס מערהייט פון די ריכטער זענען ליבעראל און זיי האלטן אז זיי מעגן פראקטיצירן אקטעוויזם אין די קארט, זיי מעגן אורטיילן מיט געפיל לויט די אומשטענדן פון די צייטן, און לויט זייערע געפילן און שיטות מעגן זיי טוישן אדער צולייגן געזעצן, דאן קומט אויס אז די סופּרים קארט ריכטער קענען פירן דאס לאנד אין וועלכע ריכטונג זיי ווילן און קיינער קען זיי נישט איינטיילן וואס צו טון. זיי דארפן זיך נישט רעכענען מיט די פארשריפטן פון די אור-עלטערן פונעם לאנד, און זיי דארפן זיך נישט רעכענען מיט די באפעלקערונג, ווייל זיי ווערן דאך נישט אריין אדער ארויס געוועהלט דורך די באפעלקערונג.
אויב דאס מערהייט פון די סופּרים קארט ריכטער זענען אבער קאנסערוועטיוו געשטימט, און זיי זענען אנטקעגן געריכטליכע אקטעוויזם, דאן וועלן זיי נישט טוישן אדער צולייגן געזעצן, נאר זיי וועלן דאס לאזן פאר די לעגאסטלאטיווע אפטיילונג פון די רעגירונג עס צו טון, וואס זיי זענען יא אפהענגיג אין די באפעלקערונג וועלכע וועהלן זיי אריין אין אמט. קומט אויס אז דאס באפעלקערונג האט די אויסשליסליכע בעלות אויף דאס לאנד.
פאר דעם האלט איך אז דער נושא איז די וויכטיגסטע וואס ליגט פאר די וויילער ווען זיי פּאסן זייער באשלוס פאר וועלכער קאנדידאט זיי וועלן וועהלן אין די קומענדיגע וואלן. וועט דער נייער פרעזידענט אריין שטעלן ריכטער אין די סופּרים קארט וועלכע וועלן אורטיילן מיט געפיל, אדער ריכטער וואס וועלן אורטיילן מיט מח? וועט דער נייער פרעזידענט נאמינירן ריכטער וואס האלטן זיך אלץ געזעץ געבער, אדער אזעלכע וואס האלטן אז זיי זענען סך הכל די העכסטע פארם פון פאליציי – וואס דאס איז געווען זייער ארגינעלע פליכט - צו באשוצן די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און די אמעריקאנער באפעלקערונג מיט אירע רעכטן? וועט דער נייער פרעזידענט נאמינירן ריכטער וואס האלטן אז די זעלבע קאנסטיטוציע וואס איז געווען דאס יסוד פונעם לאנד און איר ערליך געדינט פאר איבער צוויי הונדערט יאר איז ווייטער גילטיג, אדער אזעלכע וואס האלטן אז די קאנסטיטוציע איז שוין מער נישט גילטיג היינטיגע צייטן, און זיי וועלן איר רעפארמירן צו דינען זייער אייגענע אינטערעסן אן דעם וואס זיי זאלן זיך רעכענען מיט וואס די באפעלקערונג האלט?

| קומענדיגע > |
|---|