אבאמא'ס שטאב-הויפט האט גערעדט מיט אילינאי גאווערנאר וועגן סענאט-זיץ
אבאמא האט דער גאנצער צייט געלייקנט אז עמיצער פון זיין שטאב זאל האבן גערעדט מיט דעם אילינאי גאווערנאר וועגן א מעגליכן ערזאץ פאר אבאמא'ס ליידיג-געווארענעם סענאט זיץ.
יעצט איז אבער ארויסגעקומען א באריכט אז אבאמא'ס שטאב-הויפט, ראם עמנואל, האט יא גערעדט צו בלאגאדזשעוויטש וועגן מעגליכע קאנדידאטן פאר דעם זיץ.
דער אילינאי גאווערנאר ווערט היינט דערווארטעט אפצוהאלטן א פרעסע קאנפערענץ, אין וועלכער ער ווערט צום ערשטן מאל אפיציעל רעדן אין דער עפנטליכקייט וועגן דעם סקאנדאל.
גלייכצייטיג האט דער אדוואקאט פאר'ן גאווערנאר אויסגעדריקט צווייפלען אין דער לעגאליטעט פון דעם עף-בי-אי'ס אונטערהערן בלאגעדזשאוויטש'ס טעלעפאן געשפרעכן, אויף וועלכע די באשולדיגונג קעגן אים איז באזירט.