הויפט זייט » נייעס » אויטאמאביל אינדוסטריע ענדליך אויסגעלייזט

אויטאמאביל אינדוסטריע ענדליך אויסגעלייזט

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #21
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג, 19 דיצעמבער 2008 09:01 AM#1
אויטאמאביל אינדוסטריע ענדליך אויסגעלייזט

 

 

די פאר'צרה'טע אויטאמאביל אינדוסטריע וועט ענדליך באקומען די אזוי-דערווארטעטע הילף.

 

פרעזידענט בוש האט געמאלדן אז די פעדעראלע רעגירונג וועט צושטעלן א הלוואה פון 17.4-ביליאן דאלאר פאר די דריי גרויסע קאר-קאמפאניס וואס ראנגלען זיך אויף זייער עקזיסטענץ.

 

די פירמעס האבן אין דער זעלבער צייט באקומען אן אולטימאטום ביז קומענדיגן מערץ  31 זיך צו שטעלן אויף די פיס, אדער מוזן באלד צוריק באצאלן דאס געלט אפילו דאס וועט מיינען פאר זיי צו באנקראטירן.

 

דאס געלט וועט גענומען ווערן פון דעם 700-ביליאן-דאלארדיגן "בעילאוט" וואס איז לכתחילה געווידמעט געווארן פאר בענק און וואל-סטריט פירמעס, נאך דעם וואס דער סענאט האט פריער אנידערגעשטימט דאס שאפן א פרישן אויסלייז-פעקל ספעציעל פאר די אויטאמאביל פירמעס.