דער צווייטער אין ראנג ביי דער עף-בי-אַי אין דער צייט פון דעם "וואטערגעיט" סקאנדאל וואס האט ענדגילטיג געפירט צו דער רעזיגנאציע פון פרעזידענט ניקסאן איז געשטארבן אין עלטער פון 95 יאר.
מארק פעלט, וועלכער איז באקאנט געווארן מיט'ן נאמען "דיעפ טראוט", האט זיינער-צייט דערציילט פאר א וואשינגטאן-פאוסט זשורנאליסט, אז פרעזידענט ניקסאן און זיינע געהילפן שטייען הינטער דעם אריינדרינגען אינעם דעמאקראטישן הויפטקווארטיר אין וואשינגטאן. דער זשורנאליסט, באב וואודווארד, האט דעמאלט אנגעהויבן אינטענסיוו נאך גיין דעם קעיס וואס האט אויפגעשטורעמט דעם לאנד און עווענטועל געצוואונגען ניקסאן צו רעזיגנירן אין שאנדע.
די ניקסאן אדמיניסטראציע האט דעמאלט חודש געווען פעלט, אז ער איז דער וואס האט אויסגערינען די אינפארמאציע צו דער פרעסע, אבער פעלט האט אלע יארן געלייקנט, ביז אין 05', ווען ער האט ענדליך מודה געווען אז ער איז דער יעניגער וואס איז געשטאנען הינטער דעם נאמען "דיעפ טראוט".
דע רעאקציעס זענען געווען פארשידנארטיג. ס'זענען געווען אזעלכע וואס האבן אים באצייכנט אלס פאררעטער קעגן דעם פרעזידענט. אבער אנדערע האבן אים באזונגען אלס א העלד, וועלכער האט געברענגט א גרויס פארברעכן מצד דעם פרעזידענט צו דער עפנטליכקייט.
פעלט האט במשך אלע יארן שפעטער זיך געשלאגן מיט דער דעה, צי ער זאל אויפדעקן און באשטעטיגן זיין ראלע פון יענער צייט. ער האט מורא געהאט אז מענטשן וועלן זיך אויף אים אויפרעגן און האט נישט געוואלט פארפלעקן זיין רעפוטאציע.