הויפט זייט » נייעס » כאמאס באנייט נישט פייער-אפשטעל מיט מדינת ישראל

כאמאס באנייט נישט פייער-אפשטעל מיט מדינת ישראל

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #23
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג, 19 דיצעמבער 2008 08:55 AM#1
כאמאס באנייט נישט פייער-אפשטעל מיט מדינת ישראל

 

 

די טעראר-גרופע "כאמאס" האט געמאלדן אז זי וועט נישט באנייען דעם פייער-אפשטעל מיט מדינת ישראל וואס איז אויסגעלאפן היינט פרייטאג אינדערפרי.

 

דער פייער-אפשטעל,וואס איז פארמיטלט געווארן דורך עגיפטן, איז אריין אין קראפט דעם פארגאנגענעם יוני 19 אויף א טערמין פון זעקס חדשים. דורכאויס דעם דאזיגן פעריאד איז געווען פארהעלטניסמעסיג שטיל, אבער קלענערע אינצידענטן האבן אויסגעבראכן דא און דארט, און כאמאס זאגט אז מדינת ישראל האט זיך נישט געהאלטן צום אפמאך און ער וועט דערפאר נישט באנייט ווערן.

 

כאמאס קאנטראלירט דעם עזה-פאס און שיסט פון דארט כסדר אריין ראקעטס אין מדינת ישראל טעריטאריע, און מדינת ישראל רעאגירט מיט קלענערע אקציעס. דער עזה-פאס איז יעצט גענצליך אפגעשפארט און מדינת ישראל זאגט אז דער ראיאן וועט נישט געעפנט ווערן ביז די טעראריסטן וועלן אויפהערן שיסן די ראקעטס פון דארט.

 

 מדינת ישראל האט פארארדנט דאס מיליטער וואס איז סטאנציאנירט נעבן דעם עזה-פאס נישט אהיימצוגיין אויף שבת נאר בלייבן אויף די פאזיציעס אין פאל פון א קאנפראנטאציע מיט כאמאס.