הויפט זייט » נייעס » מיסטעריעזע אביעקטן איבער די ענגלישע הימלען

מיסטעריעזע אביעקטן איבער די ענגלישע הימלען

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #24
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג, 19 דיצעמבער 2008 09:13 AM#1
מיסטעריעזע אביעקטן איבער די ענגלישע הימלען

 

 

איינוואוינערס אין וועסט מידלענד, א פראווינץ אין צענטראל-מערב ענגלאנד, זענען נעכטן נאכט געווען עדות צו א מיסטעריעזן ספעקטאקל אין די הימלען --  צענדליגער ליכטיגע אביעקטן זענען ארומגעפלויגן מיט א גרויסער שנעלקייט, און קיינער קען דערווייל נישט דערקלערן וואס די זאכן זענען געווען.

 

צושויערס זאגן אז זיי האבן געציילט ארום 70 רונדיגע אזעלכע "זאכן", וואס זענען באשטאנען פון א ליכטיגן פונקט אין צענטער ארומגענומען מיט א צאל קלענערע ליכט-פונקטן, און זענען געפלויגן דאפלט אזוי שנעל ווי א געווענליכן עראפלאן.

 

דער ראדאר-סיסטעם פון א דערנעבנדן לופטפעלד האט  גארנישט אויפגעכאפט, און קיין דערקלערונג אויף דער דערשיינונג איז דערווייל נישטא.

 

א סך פון די צושויערס גלייבן, אז די אביעקטן זענען געווען באזוכערס פון אן אנדערן פלאנעט -- אזויגערופענע "יו-עף-אוס" -- אומבאצייכנטע פליענדע אביעקטן.