א הויכראנגיגער רוסישער גענעראל האט דערקלערט אז רוסלאנד איז מסכים צו שניידן פון אירע וואפן-אנטוויקלונגס פראגראמען אויב די פאראייניגטע שטאטן וועט אויפגעבן אויף אירע פלענער וועגן אינסטולירן דעם מיסיל-פארטיידיגונגס סיסטעם אין מזרח אייראפע.
די פאראייניגטע שטאטן האלט אינמיטן אנטוויקלען א סיסטעם צו קענען אראפשיסן פיינטליכע מיסילס וואס ווערן ארויסגעשאסן קעגן אירע אינטערעסן. דער סיסטעם וועט לויט'ן פלאן זיין סטאנציאנירט אין פוילן און טשעכיי, וועלכע געפינען זיך אין שכינות פון רוסלאנד וועלכע נעמט דערפאר אן אז די פאראייניגטע שטאטן מיינט איר דערמיט.
ניקאלאי סאלאווצאוו האט געזאגט צו דעם רוסישן "אינטערפאקס" נייעס אגענטור אז אויב אמעריקע וועט אויפגעבן אויף דעם מיסיל-פארטיידיגונגס סיסטעם וועט רוסלאנד אויטאמאטיש זיך מער נישט נויטיגן אין עטליכע סטראטעגישע וואפנס סיסטעמען וואס זי אנטוויקלט נאר וועגן דעם.
סאלאווצאוו האט נישט מפרש געווען פינקטליך וואס ער מיינט, אבער אין דער פארגאנגענהייט האבן אנדערע רוסישע באאמטע געזאגט אז רוסלאנד ארבעט צו אנטוויקלען א מיסיל וואס זאל קענען אויסשפילן דעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס-סיסטעם.