שיך-ווארפער איז צעשלאגן געווארן
אן איראקער ריכטער זאגט אז דער שיך-ווארפנדער זשורנאליסט איז נאכ'ן ארויסגעפירט ווערן פון דער פרעסע-קאנפערענץ צעשלאגן געווארן.
דער ריכטער האט באזוכט אל-זאידי אין טורמע, וואו ער האט אים געפונען מיט מיאוס'ע צייכנט אויפ'ן פנים.
איין ברודער פון דעם זשורנאליסט האט דורך דער גאנצער צייט געהאלטן אין איין טענה'ן אז דער זשורנאליסט האט געכאפט ערנסטע קלעפ, אבער א צווייטער ברודער האט עס אפגעלייקנט.
דער ריכטער זאגט אז ער האט אפגעשריבן א בריוו צו דער איראקער רעגירונג און פארלאנגט א פארמעלע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט דעם זשורנאליסט געגעבן די מכות.