הויפט זייט » נייעס » אמעריקע וועט דאפלען צאל טרופן אין אפגאניסטאן

אמעריקע וועט דאפלען צאל טרופן אין אפגאניסטאן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #29
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שבת, 20 דיצעמבער 2008 06:40 PM#1
אמעריקע וועט דאפלען צאל טרופן אין אפגאניסטאן

 

 

איראק ווערט ביסלעכווייז סטאביליזירט, אבער אין דער זעלבער צייט האבן טעראריסטן און טאליבאן קעמפער אין אפגאניסטאן זיך געהויבן די קעפ, און די אטאקעס קעגן אמעריקאנער און אליאירטע קרעפטן זענען אין לעצטן יאר היפש געוואקסן.

 

דער פענטאגאן האט געמאלדן אז אמעריקע וועט אהינשיקן פארשטארקטע כוחות און די צאל אמעריקאנער טרופן אין אפגאניסטאן וועט מסתמא געדאפלט ווערן ביז'ן קומענדיגן זומער.

 

די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט יעצט דארט 31,000 טרופן און ווי דערווארטעט וועלן אפגעשיקט ווערן נאך 20-30 טויזנט סאלדאטן אין די קומענדיגע חדשים.