א הספד אויפן I-POD
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
אוי אוי אוי וויי
דער קליינער I-POD האט נישט נאכגעלאזט נאך זיך קיין שום שפירן, פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין, ווי קענען מיר זיך איינהאלטן און נישט אויסברעכן אין א יאמערליכן געוויין.
אוי I-POD, אוי אוי, ווי קען מען אנגיין ווייטער מיטן טאג אנעדיר, די קאר איז איינגעהילט אין א שטילקייט, ווען מ'הערט נישט דיין קול, דיינע מדות, דיין צוריקגעצויגענקייט, דאס וועלן מיר נישט קענען פארגעסן.
ווי הייבט מען אן, ווען מ'זאל רעדן פון זיין "התמדה בתורה", ווי קען מען פארגעסן ווי שעה'ן אויף שעה'ן האט ער גערעדט און געלערנט, מיט אזא קאך, מיט אזא ברען, וויפיל מאל פלעגן מיר אויפשטיין פארטאגס און זעהן אז ער האט זיך בכלל נישט צוגעלייגט, ער האט גערעדט אין גע'דרש'נט ניטאמאל קוקענדיג צו אנדערע קוקן אים בכלל נאך, פשוט ס'האט אים נישט אינטערעסירט, ער קיינמאל קיין כבוד נישט געזוכט, ווי קליין ער איז געווען, נעבעך א האלבע אינטש ברייט, דין א פערטל פון א פינגער, אזוי ווייניג האט ער געהאלטן פון זיך, און דא אבוי, מיר האבן אים פארלוירן!!
נישט איינמאל האט פאסירט, וואס ער האט זיך אראפגעזעצט לערנען פרייטאג נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען אין מקוה, און זונטאג צופרי אנצינדענדיג די קאר, האב איך אים געפאקט ביי די גמרא! ער פלעגט דעמאלטס זיין זייער אפגעשוואכט, ווי מיר וועלן באלד ארומרעדן דערפון.
וויפיל מאל, אוי ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער, וויפיל מאל דו פלעגסט צו זאגן, די נעקסטע שיעור וועט זיין נעקסטע וואך מאנטאג / מיטוואך וכו', און ביזדערווייל האסטו זיך א מינוט נאכדעם געזעצט לערנען מיט א פרישן לעבעדיגן קול ווי קיינמאל גארנישט..
ווען מ'זאל רעדן פון זיין צוריקגעהאלטענקייט, ער האט זיך כל ימי חייו נישט געמישט אין קיין פאליטיק, ער האט נאכגעזאגט דרשות פון רבנים פון אלע זייטן נישט עירוב יא אריזאנע ווייץ ס'איז אים כלל נישט אנגעגאנגן די אלע זאכן. ער פלעגט קענען זינגן ליפא שמעלצער'ס הלל מיטן ביאור פון ר' יוסף חיים גרינוואלד..
אך ווי געשמאק ס'איז געווען צו הערן פון אים סיפורים, ווי ער האט נאכדערציילט די מעשיות און צוגעענדיגט מיט אזא חן וואס נאר ר' יענקלע פערשווארסקער האט געקענט..
ווען אונז זאל מיר וועלן מקיים זיין דעם מאמר חז"ל: אין אומרים לפני המת אלא דבריו של מת, וועט עס אונז זייער שווער אנקומען, ווי געזאגט פריער, לא פסק פומיה מגירסיה.
ער האט דעם ענגלישן שפראך קיינמאל נישט גערעדט, ווען ער פלעגט עס יא דערמאנען איז עס געווען ממש מיט געהאקטע ווערטער וואס ס'האט ממש געקאכט א שמייכל פאר די אנוועזענדע בלויז אויף אונז אנצוווייזן ווי דערפרעמד ער איז געווען פון די וועלט, למשל, וויי-האר, תל-ווישען, עמא-ריקא, די ניגון הוי-רע, דאס עסן אינדרויסן אויפן פארטש צו עסן "גרויל"! דאס איינמאל וואס ער האט יא געזינגן מיט קלארע ענגלישע ווערטער איז געווען: להטות לבבינו I LOVE, I LOVE...
ווי נעמט מען א יומא דפגרא א יום טוב, בלויז אין די לעצטערע וואכן אליינס, האסטו I-POD טייערער, געזאגט אזעלכע קלינגעדיגע שיעורים, אלע שטאנגן פון "גוגל טאלק" זענען געווען באהאנגן מיט פאלאקטן מעלדענדיג ביי וועלכן שיעור אין די הגדה דו האלטסט.. שלשים יום קודם החג, פלעגסטו איבערוואשן דיין מח און אריינלייגן דערין פרישע שיעורים פרישע דרשות, ממש א לעבעדיגע ספר תורה ביסטו געווען, ועכשיו נפשינו יבשה, מיר האבן אלעס פארלוירן, אלעס.
דו האסט ליב געהאט דאס מערסטע ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, פארשטייט זיך אז אלע זענען דיר געווען אייניג באליבט, זייער תורה האסטו געטרינקן מיט דורשט, ווער קען דען פארגעסן ווי דו פלעגסט נאכזאגן גאנצערטע דרשות אויפן לשון..!
פלעגסט זיך אלעמאל רעכענען מיטן מצב, ווען די רביצין איז אריינגעקומען אין קאר, פלעגסטו זינגן שיינע ווארימע ניגונים פון ר' יונתן שווארץ און ר' יוסף משה כהנא, יוי איך וויין, איינמאל ווען דו ביסט געווען אין גאר א גוטע גיסטע, ווען מיר האבן אויפגענומען פאר א היטש אן יונגערמאן וואס האט ליב צו שפילן בנש"ק, האסטו זיך צוזינגן מיט א הילכיגן קנאקעדיגן "ברוך הבא" ניגון, וואכן לאנג האט יענער נישט אראפגענומען דאס שמייכל פון זיין פנים..
דאס דאווענען דיינער, איך האב קיינמאל נישט געהאט די זכי' דיך צו זעהן אינמיטן, אבער, אוי ווען ס'קומט מיר ארויף אויפן זכרון די איבער דריי הונדערט שיעורים אויף תפלה, נאכמאכענדיג דערביי דאס קול פון ר' ישראל דוד'ן, אסאך מאל, גאר אסאך מאל האב איך דיך געטראפן ליגן אין א באוויסטלאזן צושטאנד, ווען דיינע ליפן שעפשענען דעם "שמע ישראל" און אויף דיין אייגענארטיגן שפראך “battery low”.., עד כלות ביסטו געווען, איך האב געכאפט דעם רעספי-טשארטשער און דיר געגעבן עפעס אין מויל אריין, קיין געהעריגע עסן האסטו קיינמאל נישט געוואלט עסן, חוץ דאס קליינע אפגעביסענע עפל אויף די רעכטע זייט וואס דו פלעגסט אלטץ טראגן אויף דיין רוקן, אבער עפעס טראפן עלעקטרערעזירעטי האסטו געשלינגן, און מ'האט קלאר געזען ווי צוביסלעך צוביסלעך כאפסטו זיך צוריק.
האסט אזוי –פונעם קליינעם טרינק - נאכדעם געקענט לעבן באלד א וואך!!
ווער דא געדענקט דען נישט ווי איינמאל איז געהאנגן אין אלע בתי מדרשים ביי אונז און דארף א צעטל, מיט א "בקשת רחמים", אז כ"ק I-POD שליט"א ליגט אינגאנצן פארפרוירן, און מיר האבן געפויעלט, נאך אפאר חדשים האט מען אונז די זכי' געגעבן צו הערן פון דיר, וויפיל מאל פלעגסטו דאס אלעמאל זאגן, קיין איין תפלה ווערט נישט פארפאלן!
ווען דו גייסט ארויף... אוי אוי... ס'איז שרעקליך, דו האסט איבערגעלאזט די קליינע צווילינג קינדער – די העדפאונס.., זיי גייען זיצן פאר'יתומ'ט אוי ווער קען דאס איבערטראגן.. דיין ברויט געבער דיין שפייזער – די ריטשארטשער.. אוי פארגעס נישט פון אונז..
דו פלעגסט אמאל זאגן, וזרח השמש ובא השמש, דו האסט אייביג אונז אזויפיל חיזוק געגעבן, אוי וואס גייט דא זיין?
דו פלעגסט אזוי האפן אויף ביאת המשיח, נישט געווען אמאל וואס דו זאלסט ענדיגן א דרשה אן די ווערטער: און מיר זאלן זוכה זיין קעגן צו גיין דעם גואל צדק" וכו', טאקע אמאל האסטו באשלאסן ס'זאל יא זיין "ומלכינו בראשינו" און אמאל נישט, באט אויף משיח זיכער, און דא אזא בראך.
אוי זאל שוין זיין חרפת עמו יסיר, ובא לציון גואל.

(גענומען פון דא)
| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|