שווערער וועטער באפאלט רוב לאנד
דער נארטאיסט (וואס נעמט אריין ניו יארק) און מידוועסט ראיאנען פון לאנד זענען דעם שבת באפאלן געווארן מיט א שווערן ווינטער וועטער, וואס האט איבערגעלאזט די ערטער באדעקט מיט ביז א פוס שניי אין טייל ערטער.
טויזנטער הייזער האבן פארלוירן עלעקטעריציטעט קראפט און פאלנדע טעמפעראטורן און בייזע ווינטן האבן דעם שניי אין מערערע ערטער פארוואנדלט צו אייז.
אין עטליכע שטעט איבער'ן מידוועסט זענען מענטשן געמוטיגט געווארן נישט צו פארן אויף די הייוועיס, וואס זענען געווארן מסוכנ'דיג גליטשיג.
א דריטל עראפלאנען אין די דריי גרויסע לופטפעלדער פון ניו יארק און ניו דזשוירזי זענען אפגערופן געווארן און אנדערע זענען ארויסגעפארן מיט גרויסע שפעטיגונגען.
א פרישער שניי ווערט דערווארטעט מארגן פאר טיילן פון לאנד.