צאַנז איז א גרויסע שטאט אין גאליציען דרום פוילן, אויף פויליש רופט זיך עס 'Nowy Sacz'.
היינט זענען דא פארשידענע אדמורים און חסידות'ן וואס זענען אייניקלעך פון ערשטן צאנזער רב און האלטן זיך פאר ממשיכי דרך פון צאנז. באבוב, קלויזענבורג, זשמיגראד, גארליץ, גריבוב, סטראפקוב, טשאקעווע, שינאווע און ציעשנוב. דאס זענען אלע געווען שטעט לעבן צאנז (אויסער קלויזנבורג) וואו קינדער און אייניקלעך פון דברי חיים זענען געווען רבנים.
דער דברי חיים
ר' חיים האלבערשטאם ז"ל פון צאנז (תקנ"ז-תרל"ו) בעל ה'דברי חיים' און מייסד פון די צאנז'ער דינאסטיע.
תולדותיו
ר' חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ז און די שטאט טארניגראד, פוילן צו זיין פאטער ר' ארי' לייבוש האלבערשטאם און זיין מוטער הרבנית מרים די טאכטער פון ר' דוד מבראד אן אייניקל פון דעם חכם צבי, פון אלס אינג קינד איז ער באקאנט געווען אלס אן אויסערגעווענליכער עילוי מיט וואס ער האט געשמ'ט איבער גאנץ גאליציע.
דער דברי חיים האט חתונה געהאט פיהר מאל. דאס ערשטע מאל האט ער אלט זייענדיג זיבעצן יאר גענומען הרבנית רחל די טאכטער פון ר' ברוך פרענקל פון לייפניק דער ברוך טעם. שפעטער ווען זי איז אינגערהייט אוועק האט ער גענומען איר שוועסטער וועלכע איז אינגערהייט און קינדערלאז אוועק, דאס דריטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי ר' צבי ב"ר מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראווע, אויף דער עלטער האט ער חתונה געהאט מיטן פערטן זיווג א טאכטער פון הרה"ח אלימלך טארים ז"ל, אן אייניקל פון ר' מענדעלע רימנובער, זי איז געווען די אלמנה פון הרה"צ ר' נפתלי צבי פרנס זצ"ל און אייניקל פונעם מגלה עמוקות, זי האט מיטגעברענגט 3 קינדער פון איר ערשטע מאן, דער דברי חיים האט זיך געהאלטן מיט א קירבות וואו אייגענע קינדער. ר' ברוך'ל גארליצער האט געזאגט אויף זיין טאטע אז ער איז געווען אין די בחינה פון יעקב אבינו וואס האט אויך געהאט 4 ווייבער. דער דברי חיים האט נאר האט געהאט קינדער פון די מיטעלסטע צוויי ווייבער.
באלד נאך די חתונה איז ער אויפגענומען געווארן פאר רב אין דעם שטעטל רודניק וועלכע געפינט זיך נישט ווייט פון ראפשיץ אזוי ארום איז פאר'ן דברי חיים אויסגעקומען צו זיין בשכינות צו זיין גרויסער רבי דער זרע קודש פון ראפשיץ. דער אנדערער רבי'ס פונעם דברי חיים אין חסידות זענען געווען דער הייליגער שר בית הזוהר עטרת צבי פון זידוטשוב, און רבי ר' הערש פון רימינוב, בנגלה איז ער געווען א תלמיד פונעם בית אפרים פון בראד פון וועם ער איז אויך נסמך געווארן להוראה.
און יאר תקפ"ח איז ער איינגעלאדנט געווארן צו ווערן רב אין די שטאט צאנז, דער כתב רבנות איז געחתמ'ט געווארן דורך 12 ראשי הקהילה און באשטעטיגט געוורן דורך די צוויי ארטיגע דיינים ר' אשר זלקא ב"ר צבי און ר' דוד פעלסקיר. למעשה האט ער בשעתו נישט אנגענומען די רבנות ווען אינדערצווישן וואונט ער און זאלין, גאליציע און אין קאלוב, אונגארן. נאך די פטירה פון דעם ערשטן קרייז-צאנזער רב ר' ברוך לאנדא, איז דער דברי חיים נעתר כעווארן לבקשתם און אריבערגעקומען קיין צאנז למלאות מבוקשתם לשמחת כל העיר והגלילות.
ואלה תולדות
דער דברי חיים האט געהאט פופצן קינדער, אכט זוהן און זיבן טעכטער וועלכע האבן ממשיך געעוען דרכו און מנהיג געווען עדות קדושות בישראל, טייל דערפון ווערן נאך נמשך עד היום הזה, עס ווערט אנגעמערקט אז פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן געלעבט איבער צוויי טויזענט (!) צאנזער אייניקלעך, פאלגענד איז א ליסטע פון בניו וחתניו.
- ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם משינאווע דער "דברי יחזקאל" חתן ר' ארי' ליבוש ליפשיץ פון בריגל דער "ארי' דבי עילאה" חחן הישמח משה מ'איהעל
- ר' אהרן האלבערשטאם ממלא מקומו און צאנז, באקאנט אלס דער קרייז-צאנזער רב
- ר' מאיר נתן האלבערשטאם מצאנז חתן ר' אליעזר מדזיקוב, וועלכער איז נפטר געווערן בחיי אביו, זיין זוהן איז געווען ר' שלמה מבאבוב (הראשון)
- ר' דוד האלבערשאטם מקשאנוב
- ר' יצחק ישעי' האלבערשטאם מטשחויב-קראקא הי"ד
- ר' שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט הי"ד חתן גיסו ר' מאטעלע הורנוסטייפלער חתן הדב"ח.
- הילד החריף ארי' לייבוש האלבערשטאם נפטר בצעירתו בגיל 7-8 שנים
- חתנו ר' מרדכי דוב טווערסקי מהורנוסטייפל גזע טשערנאביל בעמח"ס עמק שאלה ושא"ס.
- חתנו ר' אלעזר ראזנפעלד מאושפיצין גזע קאמינקא הי"ד.
- חתנו ר' אליעזר ירוחם ב"ר ישראל מקראקא
- חתנו ר' אהרן הורוביץ מבייטש גזע ראפשיץ
- חתנו ר' משה ב"ר מרדכי דוד אונגאר מדומבראווע
- הרבנית נחמה'לע אשת ר' יצחק טובי' רובין מצאנז-גלוגא
ר' אהרן קרייזער
- ר' שמואל שמלקא מצאנז בדוקלא.
- ר' שלום מפיקעלי.
- ר' אריה ליבוש מגריבוב-צאנז.
- ר' מרדכי זאב מגריבוב-צאנז.
- ר' ברוך הי"ד מגריבוב-צאנז.
- ר' נפתלי מגריבוב-צאנז.
- חתנו ר' משה מברדיוב (זיין פלימעניק)