חוסט (אוקרייניש: Khust) איז א שטאט אין די טראנסקארפאטן ראיאן אוקריינע. טראנסקארפטן איז די עקסטרעמע מזרח-צפון חלק פון אוקריינע, עס ליגט ביי די גרעניצן פון ראמעניע, אונגארן אין סלאוואקיי.
פאר די ערשטע וועלט מלחמה, איז חוסט געווען אין די היסטארישע מאראמאראש אונגארן, און איז געווען אין די עסטרייך-אונגארן אימפעריע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז מאראמאראש צוטיילט געווארן אין צווייען, דער אויבישטער דרום חלק איז צוגעטיילט געווארן צו טשעכאסלאוואקיע, און איז אריינגעשלאסן געווארן אין די היסטארישע קארפאטן-רוס ראיאן, דער אינטעשטער טייל איז צוגעטיילט געווארן צו ראמעניע. חוסט איז אין דער אויבישטער טייל.
שפעטער נאך די צווייטע וועלט איז דער גאנצער קארפאטן-רוס ראיאן אריינגערעכנט די היסטארישער אויבירשטער טייל פון מאראמאראש, מיט נאך דערנעבענדיגע שטחים פארמירט געווארן אין די היינטיגע טראנסקארפטן ראיאן, וואס איז היינט אונטער די זעלבסטשטענדיגע אוקריינע.
די אידישע היסטאריע
אין יאר תק"ן האבן געוואוינט אין חוסט 14 אידישע משפחות, און אין יאר תקע"ב האבן זיי אויפגענומען א רב.
דער ערשטער חוסטער רב איז געווען ר' יעקב, א יליד פון זידיטשוב, אן איש צדיק תמים און א למדן. ער איז געווען אן אייניקל פון ר' שמעלקא מ'ניקלשבורג.
עס האט פאסירט איינמאל ווען ער איז געפארן אויף בריד (א קליין שטעטל צווישן חוסט אין מונקאטש) צו האלטן א דרשה פאר די ארטיגע אידן אין הלכות פסח, איז ער אפגעשוואכט געווארן אין פלוצלינג געשטארבן, מ'האט איהם דארט אין בריד באערדיגט.
די נוסח פון זיין מצבה איז:
ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלקים
הרב הירא וחרד לדבר ה'
מ' יעקב במ' אברהם
נפטר בשם טוב בכ"ח אדר, תקפ"ג
נאכדעם האט מען אויפגענומען ר' יעקב גאטליעב, באקאנט אלס ר' יעקב פון טאקאי אלס רב. ער ווערט דערמאנט אין שאלות ותשובות מראה יחזקאל סי' קנ"א, און אין שו"ת יריעות שלמה תש' כ"ז, כ"ח. פון חוסט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין באיום, און דארט איז מנוח"כ.
אלס זיין ממלא מקום איז אויסדערוועלט געווארן ר' מנחם אייזנשטאט. וואס האט דאן געדינט אלס רב אין סערעדנא. ער איז געווען דער זוהן פון ר' מאיר א"ש אבד"ק אונגוואר, באקאנט אלס דער מהר"ם א"ש, מחבר ספר שו"ת אמרי א"ש, און איינע פון די גרעסטע גאוני הדור. זיבן יאר האט ר' מנחם געדינט אלס רב פון חוסט פון תר"ה ביז תרי"ב, דאן איז ער אריבער קיין [אונגוואר]] צו ממלא מקום זיין זיין טאטע.
אויף זיין ארט האט מען אויפגענומען דער גרויסער גאון און צדיק ר' שמואל שמעלקא קליין, רב פון באלקאן באקאנט אלס 'ר' שמעלקא סעלישער', ער פלעגט צו קארעספאנדירן מיטן חתם סופר ווי ער ווערט דערמאנט אין שו"ת חתם סופר, אויך ווערט ער דערמאנט אין פילע ספרים פון די גאונים פון יענעם דור, פון חוסט איז ער גערופן געווארן צו די קהלה אין סעליש, און דארט איז ער נפטר געווארן ט' אדר תרל"ה. זיינע קינדער האבן ארויסגעגעבן די ספר צרור החיים פון זיינע חידושים אויף ש"ס.