סאטמאר

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #37
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
(קאפיע פון 2008-09-01)#1
סאטמאר
start content

סאטמאר איז א גרויסע חסידות אין ניו יארק אמעריקע, געגרינדעט דורך ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל פון די גרויסע שטאט סאטו-מארא ראמעניע.

די סאטמארע קהלה איז פארעכנט אלס די פרומסטע און קנאות'דיגע קהלה אין אמעריקע, איינע פון אירע הויפט גרינד-פרינציפן איז איר קעגנשאפט קעגן ציוניזם און מדינת ישראל.

די מערהייט סאטמארע חסידים שטאמען פון אונגערישע אונטער-לאנד און מאראמאראשע אפשטאם. דער רבי ר' יואל זצוק"ל האט געשטאמט פון די שטאט סיגוט מאראמאראש ווי זיין טאטע דער קדושת יו"ט און זיידע דער ייטב לב האבן געדינט דארט ברבנות.

נאך די קריג איז ר' יואל געקומען קיין אמעריקע און ער האט זיך באזעצט אין ברוקלין ווי ער האט געגרינדעט די קהילה 'קהל יטב לב' לשמו ולזכרו (יטב איז ר"ת יואל טייטלבוים), די מוסדות 'תורה ויראה' און בית רחל על שם זיין טאכטער רחל.

איינע פון זיינע שענסטע פעולות לטובת היהדות החרדית, איז דאס אויפבויען דאס הערליכע שטעטל/שטאט קרית יואל, וואס אלעס גייט אנגעטון על גדרי הצניעות והקדושה.

end content