באגדאד איז די הויפט שטאט פון איראק און די באגדאד גובערניע. אינאיינעם מיט איר מעטראפאליע פארמאגט זי א באפעלקערונג געשאצט אויף זיבן מיליאן, וואס מאכט איר די גרעסטע שטאט אין איראק. זי איז די צווייט-גרעסטע שטאט אין די אראבישע וועלט (נאך קאירא), און די צווייט-גרעסטע שטאט אין דעם טייל פון אזיע (נאך טעהעראן.
פאר העכער פינף הונדערט יאר איז באגדאד געווען דער צענטער פון די מוסולמענישע וועלט. היינט צו טאג איז זי דער שלאכטפעלד פון די אלוועלטליכע טעראר קריג, זינט די איראקער מלחמה וואס אמעריקע האט אנגעהויבן אין יאר 2003.
איר היסטאריע
איר גרינדונג
אנגעבליך איז די שטאט געגרינדעט געווארן אויפן מערב ברעג פונעם חידקל יולי דעם דרייסיגסטן יאר 762 דורך די אראבישע עבאס דינאסטיע, אנגעפירט דורך דעם כאליף אל-מאנסור, ערזעצנדיג חרן אלס הויפטשטאט פון דער כאליפאט רעגירונג. אבער עס זענען פאראן צייכענעס אז זי איז געשטאנען לאנגע יארן פריער, אריינגערעכנט אין די גמרא וואס רעפערירט זיך צו אן אמורא מיטן נאמען רבי חנא בגדתאה (כתובות ז:), וואס ווערט באטראכט דורך היסטאריקער אלס רעפערענץ צו זיין אפשטאם פון באגדאד, און די עבאס דינאסטיע האט צוליב זיינע סיבות אויסגעקליבן די אור-אלטע שטאט אלס זיין רעזידענץ.
באגדאד האט אויך איבערגענומען קטעסיפאן, די הויפט שטאט פון די פערסישע קעניגרייך, וואס האט זיך געפונען קנאפע צוואנציג מייל אויף דרום מזרח פון באגדאד, וואס איז געווען קאנטראלירט דורך די מוסולמענער זינט דער כאליף אמאר האט איר איינגענומען פון די פערסיער אין יאר 637, און וואס איז בליץ שנעל געווארן אויסגעליידיגט נאך דער גרינדונג פון באגדאד.
א צענטער פון וויסנשאפט
ווערנדיג געבויט אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה, די יארן ווען איסלאם האט זיך גענומען אפרוען אביסל, געלייגט די שווערד אין דער זייט, און זיך גענומען צו פארשפרייטן און בויען וויסנשאפט און קולטור, איז באגדאד שנעל געווארן א הויפט צענטער פאר לערנען און מסחר. דער הויז פון קלוגשאפט איז געווען א רעגירונג'ס אינסטיטוציע דיקטירט צו די איבערזעצונג פון די גריכישע, פערסישע, און אשור'ישע שפראכן און ביכער. די בארמאקידן, א איינפלוסרייכע פערסישע פאמיליע, זענען געווען אינסטרומענטאל אין ברענגען סטודענטן פון די דערנעבענדיגע גאנדישעפור אקאדעמיע, מוטיגנדיג דעם איינפלוס פון גריכישע און אינדישע פילאזאפיע אין די אראבישע וועלט.
זינט דער תקופה איז באגדאד ווארשיינליך געווען די גרעסטע שטאט אין דער וועלט ביז אין די 930'ער יארן, ווען קארדאווא האט איר איבערגעשטיגן אין וואוקס און איינפלוס. שאצונגען זאגן אז די שטאט האט אין אירע בעסטע צייטן אנטהאלטן איבער א מיליאן איינוואוינער. טייל פון זיי זענען געווען אימיגראנטן פון די דערנעבנדע איראן.
באגדאד אין חורבות
אין די אנהייב פונעם צווייטן יאר טויזנט האבן זיך עטליכע מאל געטוישט די הערשער פון באגדאד, די איראנישע שיאיטישע בוהיסטן פון איין זייט און די טערקן פון די אנדערע זייט האבן זיך כסדר געשלאגן איבער הערשאפט פון די שטאט, דאס האט אנגעהאלטן ביז 1258 ווען די ווילדע מאנגאל שבטים זענען באפאלן די שטאט, אויסגעמארדעט א גרויסן טייל איינוואוינער אין שפיץ פונעם כאליף על-מוסטעאים, און חרוב געמאכט א באדייטנדן טייל פון אירע היסטארישע געביידעס און קריטישע סטרוקטורן. די ווילדע אטאקע האט פאקטיש געברענגט אן ענדע צו די עבאס דינאסטיע, א זעץ פון וועלכע די איסלאמישע ציוויליזאציע האט זיך מער קיינמאל נישט גענצליך אויסקורירט.
פאר די קומענדיגע הונדערטער יארן האט באגדאד כסדר געטוישט הערשער און געווען דער ציל פון צענדליגער מלחמות. א פאקט וואס האט זעלבסטפארשטענדליך איבערגעלאזט די היסטארישע שטאט פארחרוב'ט און פארלאזט.
אונטער די אטאמאנישע אימפעריע
אין 1534 איז באגדאד איינגענומען געווארן דורך די אטאמאנישע טערקן. אונטער די אטאמאנ'ס איז באגדאד נאכמער געפאלן, הויפטזעכטליך צוליב דער קריג'ס צושטאנד צווישן די טערקן און די דערנעבנדיגע פערסיע (היינט איראן). ביז יעצט איז באגדאד פארט געבליבן די גרעסטע שטאט אין מיטל מזרח, אבער אצינד האט קאנסטאנטינאפאל איבערגענומען די ראלע. אין יאר 1907 האבן געוואוינט אין באגדאד א סכך הכל פון 185,000 נפשות.
די איראקער קעניגרייך
באגדאד איז געבליבן אונטער אטאמאנישער הערשאפט ביז נאך די ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה, ווען די אטאמאנישע אימפעריע איז צופאלן, און גרויס בריטאניען האט געקריגן דורך דער פעלקער ליגע קאנטראל איבער איראק. אזויווי זיי האבן נישט געקענט קאנטראלירן די רעבעלירנדע איראקער האבן זיי געגרינדעט די איראקער קעניגרייך - וואס איז געשטאנען אונטער זייער דיקטאט - מיט אפשטאמיגע פון די האמאשיטן דינאסטיע, אנגעהויבן מיט קעניג פייסעל 1. און זיי האבן סיסטעמאטיש אונטערדרוקט יעדער סארט אראבישע אדער קורדישע נאציאנאלע אינספיראציעס.
אין יאר 1932 האט איראק באקומען פארמאלער זעלבסטשטענדיגקייט, און פארמערטער אויטאנאמיע אין 1946. דורכאויס די יארן האט באגדאד זיך ווידער שטארק צעוואקסן, פון א געשאצטע 185,000 איינוואוינער אין 1907, צו 580,000 אין 1950, דערפון 140,000 אידן.
די מיליטערישע רעוואלוציע
אין יאר 1958 האט א מיליטערישע כונטע פון די באאט פארטיי אויסגעפירט א רעוואלוציע אין איראק. זיי האבן דערשאסן דעם קעניג פייסעל 2, אן אייניקל פון דעם ערשטן קעניג, און זיינע פאמיליע מיטגלידער. דאן האבן זיי זיך זעלבסט געשטעלט אלס רעגירונג אין איראק.
end content