הויפט זייט » ארטיקלען » דער שנה ראשונה אינגערמאן

דער שנה ראשונה אינגערמאן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #4
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
THURSDAY, 25 OCTOBER 2007 00:03#1
דער שנה ראשונה אינגערמאן
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
קאפיטל איינס

ענדליך ער איז שוין א חתן בחור, ( געמאכט שנעל ניין? ) מ'האלט שוין אט פאר די חתונה, מ'שפאצירט ארום אין ישיבה מ'טיילט אינוויטעישאנס, מ'בעט זיך איבער מיט יעדן, און מ'האט ברוך השם געטראפן יעדן וועם מ'האט געוואלט, און די וואס איך האב נישט געוואלט, זענען ברוך השם פונקט נישט געווען צום טרעפן, און מ'איז שוין אויפן וועג אהיים,

מ'גרייט זיך צום שבת באווארפן, די שטריימל ( נישט די זעלבע וואס האט זיך פארלוירן און מ'האט נאך דערווייל נישט קיין אהנונג וואס עס האט דערמיט פאסירט, וד"ל ) איז שוין צום ווייסעך וויפילטן מאל ארויס גענומען געווארן פונעם באקס, און ארויף געלייגט געווארן אויפן קאפ קעגן א שפיגל, און ווי א מבין געגעבן א מאך מיט די הענט אויף עטליכע חוצפה'דיגע הארעלעך, וואס זענען אוועק געשפרונגען פון זייער מקום מנוחה וואס דער סוחר האט פאר זיי אוועק געשטעלט. און מ'לייגט דאס צוריק אינעם באקס, נישט פארגעסנדיג דאס צו דרייען בערך זיבן מאל, זיך אונטער ברומענדיג זה חלופתי, אזוי שיפער און שיפער אריין אינעם באקס ביז ס'איז אנגעקומען צום ענד, און נאך איין דריי און מ'פארמאכט דעם באקס.

מ'נעמט ארויס די נייע גלעזער, מ'נעמט אפיר די נייע שמאטקעלע וואס איז דערצו צוגעקומען און מ'פיצט אפ די גלאז פון די שטויב וואס האט ניטאמאל געהאט אויף וואספארא אויפן אריין צו קומען אין דעם שמאלן גלעזער האלטער, אבער ס'איז א מנהג ישראל, און ער גייט דאס נישט פונקט יעצט פאר די חתונה ווען מ'זוכט זיך נאר זכותים, דאס צו צוברעכן, און מ'מאכט נאכאמאל דעם אזוי באקאנטן וועג צום שפיגל, און יא קאניינעהארע, ער זעט זיך דארט, ווער האט זיך דאס געקענט גלייבן אז אויך מיט די נייע גלעזער זאל ער זיך אויך קענען זען אין שפיגל? מ'געט דאס א בייג אהער און א בייג אהין, און מ'טראכט צו זיך אז נאך א מזל אז מ'האט דאס יעצט אויספראבירט, ס'איז דאך ממש געשטאנען געפערליך אויף מיר, שוין ב"ה דאס איז גוט, אקעי דאס איז אויך מסודר.

וואס איז נעקסט, די נייע שיך און אזוי ווייטער אטו כי רוכלא ניזיל וחשיב? ( איך האף אז איך האב דאס גוט געספעלט ) ער פון זיין זייט איז שוין רעדי, אקעי וואס טוהט זיך אין די דירה, אקעי לאמיר טאקע געבן א לויף אריבער, ס'איז דאך ממש א שפאן נישט מער ווי צוואנציג בלאק'ס אראפ, און נאך דריי עוועניוס, אבער פאר אונזער מלך, איז דאס א קאצן שפרונג, וואס ווייסט עטץ, עטץ האטס דען אן אהנונג וואס מיינט חתונה האבן?

ער איז שוין ביי די דירה, ( איך האב ענק געזאגט אז ס'וועט אים נעמען שנעל ) ער באטראכט אלעס, די בעטן די ספרים שאנק, אלע ספרים ליגן נאך אין די באקסעס, מ'האט אים געזאגט אז פאקן די ספרים אינעם שאנק, איז א גוטע איידיע צו טוהן אינמיטן שבע ברכות, ווען מ'האט נישט עפעס ספעשל וואס צו טוהן, צווישן איין שלאף אין די אנדערע, די זילבער ליגט שוין אויסגעפאקט, די האנטעכער, זי זעט אויס גוט, אלעס אזוי שיין מסודר, ב"ה, די ביגל ברעיט איז אויך שוין דא, די נעגל וואסער שיסל אין טעפל, אקעי מ'קען צוריק אהיים, הערשט יעצט כאפט ער זיך אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון נעכטן, אלעס איז די זעלבע, אבער וואס א חילוק איך דארף עניוועי מאכן זיכער אז אלעס איז מסודר, איך גיי דאך חתונה האבן, און אין איינוועגס בין איך נישט געווען אינדערהיים, אז מ'זאל מיך באדערן מיט אלע זייטיגע שטותים, ווי געבן א האנט דא אדער דארט איבעראל ווי ס'פעלט זיך אויס, ווער האט דען די קאפ אויפן פלאץ אין אזא צייט, אז מ'זאל דאס אפילו פארלאנגען פון מיר?

און שוין צוריק אהיים, ס'איז שוין דער זמן, אצינד נעמט מען שוין ארויס דעם שטריימל פאר ריעל, מ'גייט עס שוין עכט אנטוהן, אה, אלץ טראכט איך גראד פונעם שטריימל, בארואיג דיך, גיי מיט א סדר, מאך זיכער אז דו האסט אן די נייע הויזן, וועסטל, די שיינע טאשן זייגער נעם אראפ מ'טראגט נישט דא, די ווייסע זאקן, די נייע שיך, און ער פארגעסט נישט צו געבן נאך א שטויבל אפ אז ס'זאל זיין גוט גלאנציג, אקעי יעצט די בעקיטשעס, קודם די זיידענע בעקיטשע, ארום דרייען די נייע זיידענע גארטן וואס זי האט געשטיקט, וואס הייסט ווער זי, זי די כלה איך דארף דיר דאס אפילו זאגן, דו ווייסט וואס פארא מושלמת זי איז? שוין ב"ה איך וויל נישט מאכן קיין עין הרע, אויף דעם די רעזשוואלקע, און יעצט ווען אלעס איז שוין גרייט, איין מינוט לאמיר שוין נעמען די גלעזער אויך, אקעי יעצט גיימיר צום שטריימל, ווער האט געעפענט די באקס, ווער האט געטאטשט די שטריימל באקס? אברמי, דו האסט עס געבאברעט? ניין נעבעך נישט ווער דען? אלץ מוזטו טאטשן וואס דו דארפסט נישט, אה, איין מינוט איך דערמאן מיך אז פארן אנטוהן אלע זאכן בין איך ערשט געלאפן צום שטריימל אה, אברמי זיי מיר מוחל, איך האב גארנישט געמיינט איך בין נאר אביסל אנגעצויגן, איך גיי חתונה האבן, האסט נישט קיין אהנונג וואסארא פרעשער דאס איז, אבער ב"ה נאר אזעלעכע, וועסט נאך אנקומען בקרוב דערצו,

פארזעצונג קומט אי"ה

קאפיטל צוויי

אלעס איז שוין אנגעטוהן, מ'גייט נאך איינמאל צום שפיגל, מאכן זיכער אז קיינער האט נישט מורד געווען במלכות אין די לעצטע רגע, און וואס מיינט עטץ ער האט געכאפט א הארל פונעם שטריימל ביי די מעשה, ער האט יענעם באצייטענס געשטעלט אויפן פלאץ און אצינד קען מען ארויס גיין צו די מחותנים וואס ווארטן שוין אז זייער מלך זאל שוין ארויס קומען און מ'זאל קענען גיין אין שול, מ'וועט שוין אזוי אויך אנקומען אביסל שפעט, נו וואס קען מען טוהן, תעלה בעודני' סגיד לי'.

ער קומט ארויס אינדערויסן, אזא שעמעוודיגע שמייכל אויפן פנים, און די באקן זעען אויס ווי אקארשט אנגעגאסן מיט א גוטן אונטער געקלאפטן בארשט, און אזוי שמעוודיג גריסט ער א גוט שבת פארן מחותן, און היידא מ'גייט, אברמי האט גראדע די חוצפה צו פראבירן אנצוכאפן די האנט פונעם מלך אליין, אבער אזא שאקל אפ מיט א שטרענגע קוק צו דער זייט, מאכט אים שנעל טראכטן אז ער האט אצינד געטוהן איינע פון די ערגסטע מיסטעיקס אין זיין קוים וואס אנגעפאנגענם לעבן.

מ'שפאצירט אויף די גאס די עטליכע בלאקס ביז צום בית המדרש, און פון צייט צו צייט ערלויבט זיך אונזער מלך, צי באטראכטן דעם עולם ארום, און שמייכלט אזוי ארום צו זיינע אינטערטאנען, ווי איינער זאגט, עטץ ווייסט דאך ווער איך בין, און ס'איז פיל בעסער עטץ זאלטץ האבן דאס מאקסימום דרך ארץ וואס ס'פארלאנגט זיך נאר, און ענדליך מ'איז שוין אין שול, גראדע האט זיך דער רב אויך אביסל פארשפעטיגט, אזוי אז ממש ווען זיי זענען אריין געקומען האט מען פונקט אויסגעשריגן, הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.

אונזער מלך שפאצירט ארויף צום אויבן אן, ווען אלע קליינע קינדער פון די שול לויפן אים נאך, כמעט ביז זיין פלאץ, וואס דארט ווייסן זיי שוין אז ס'באלאנגט נישט פאר זיי, ער נעמט א סידור, און אויסער א בליק דא און דארט גייען נישט זיינע אויגן ארויס פון די דלת אמות, איך מיין, דער מחותן באטראכט אים דאך, נו, מ'קען אים נישט שוין די ערשטע וואך אריין געבן דעם ביטערן טעם אין מויל, ס'איז צייט ער זאל דאס געוואר ווערן עטוואס שפעטער אינעם בילד.

מיר וועלן אביסל איבער שפרינגען און צוביסלעך צוקומען צום עיקר, אזוי ווי דער נאמען פונעם בלאט איז, איך האב נארנישט געקענט דאס אזוי דוירך לאזן און זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון אט די געהויבענע מאמענטן פון ווען ס'הייבט זיך אן די קרענק מיטן נאמען שנה ראשונה, מ'האלט אצינד ביים יעעעעעעמוד הבחור החתן מלך בן מורינו....... ער שפאצירט ארויף מיט געמאסטענע טריט צום באלעמער, און שטילערהייט אז קוים דער בעל קורא הערט, מאכט ער די ברכות, און מ'האלט שוין ביי אחד יחיד וכו', די קולות פון די קינדער איז דאך דאן אומבאשרייבליך, ווי אויך פון די וואס זענען שוין טאטעס אבער זענען נאכנישט געהעריג אויסגעוואקסן די פעקלעך כאפן, דארפן זיי דען דאס פאר זיך? זיי ברויכן דאס פאר זייערע קינדער, איי די קינדער האבן דאך עקסטער געכאפט? שוין לאמיר נישט פארקריכן דאס איז אן עקסטערע באשרייבונג, אז איינער וויל קען ער זיך יאווענען און דאס באשרייבן, אראפ גייענדיג פונעם באלעמער פארגעסט ער נישט צו געבן מיט די הענט אזא דריי אויפן שטריימל, אויף די פאר הארעלעך וואס זענען ארויס פון די שורה בעת די ווינט פון די פעקלעך וואס זענען אדוירך געפלויגן ממש א אינטש אוועק פון זיי, שוין צוריק צום פלאץ, מ'ענדיגט דאס דאווענען, מ'מאכט א גרויסן קידוש, און מער ווייניגער איז דער שבת אדוירך.

מ'האלט מיר איין טאג פאר די חתונה, ווער גייט זיין מיט מיר מארגן, איך קען דאך נישט זיין אליין? מ'וועט שוין זען, וואס דארפסטו דיך יעצט זארגן? ניין, איך וויל זיין א גאנצן טאג אין די דירה, ( עטץ ווייסט וועלכע יא? זיין דירה ווי ער דער מלך גייט וואוינען נאך די חתונה.) און איך קען דאך נישט זיין דארט אליין, און מ'דארף דאס אלעס יעצט ערלעדיגן, איך וויל מיך לייגן פריה, און איך וויל אויפשטיין פריה, און מ'קען נישט לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט, אקעי, יאנקי וועט גייט מיט דיר, אקעי יאנקי, דו גייסט שוין שלאפן, ווייל איך גיי דיך וועקן זייער פריה, און דו דארפסט האבן כח, אויפצושטיין, ווי אויפן ווינק איז יאנקי מער נישט דארט, און אין זיין מח, פראבירט ער אפצומאלן מער ווייניגער ווי אזוי דער מארגנדיגער טאג וועט אדוירך גיין, מיט איין זאך איז ער רואיג, אז מארגן איז דער יום החופה, מיינט דאס אז דאס איז דער לעצטער טאג וואס ער וועט אריין כאפן פונעם ברידער פאר יעדע קלייניגקייט וואס איז נישט געגאנגען ווי ער האט פארגעשריבן, פון וואנעט זאל ער דען וויסן אז דער ברידער האט אים אנגעגרייט א פארציע ער זאל זיין זאט דערפון פאר די גאנצע שנה ראשונה?

ווי איז מיין וועקער זייגער? ווער האט געזען מיין וועקער זייגער? יאנקי, ווי איז מיין וועקער זייגער? אבער יאנקי שלאפט שוין, ער האט נישט געוואלט איינשטעלן זיינע זיבעציג, ער לויפט פון איין צימער צום אנדערן, ווער האט גענומען מיין וועקער זייגער? אההה, ס'ליגט שוין אין די דירה, ווי אזוי האב איך געקענט פארגעסן, אז איך האב דאך דאס נעכטן געטראגן, אקעי, ער גייט צו יאנקי'ס וועקער זייגער, ער זעט אז ס'איז אנגעשטעלט אויף האלב זעקס, ער נעמט עס צו זיך, אן קיין טראכטן צוויי, איך וועל אים שוין אויפוועקן עניוועי, און מ'ליינט קריאת שמע און מ'גייט שלאפן, וואו נישט וואו איז מארגן אויך א טאג, אבער א טאג, א גוטע נאכט.

קאפיטל דריי

דער יום החופה.

אונזער מלך הערט דעם זייגער קלינגען טאקע אין די זעלבע צייט אויף ווען יאנקי האט דאס אנגעשטעלט, אבער ער מאכט שנעל דעם חשבון, מיטן אקאונטענט ר' זעליג בעטמאן, אז אין אמת'ן אריין, האב איך טאקע ווען געדארפט יעצט אויפשטיין, אבער אז היינט נאכט איז די חתונה דארף מען דאך זיין אויסגערוהט, איז ענדערש אויפצושטיין הערשט א האלבע שעה ארום, און ווי א געניטער ביזנעס מאן וואס לייגט גוט צו קאפ און פאלגט דעם אקאונטענט, איז אונזער מלך גארנישט בעסער, און באלד געמאכט א פרישן דיעל מיטן בעל החלומות, און ויסעו, מ'איז אויפן וועג, דער וועג האט גענומען אביסל לענגער ווי אפגעשמועסט, און נאך אנדערהאלבן שעה, כאפט ער זיך אויף, און נישט מער און נישט ווייניגער, זעליג בעטמאן שטייט און א זייט און לאכט מיט פולע באקן, נו, האב איך דיר געזאגט אז ס'איז ווערט, יעצט ביסטו אויסגערוהט, נישט אזוי מלך'ל טייערער, אונזער מלך ווערט ווילד, דו אפגעריסענער נאר, דו שעמסט זיך נישט צו מאכן חוזק פון מיר, אונז האבן אפגעשמועסט נישט מער ווי אויף א האלבע שעה, פארוואס האסטו מיך אויפגעהאלטן פאר באלד דריי מאל אזויפיל די צייט? זעליג ווערט נישט דערשראקן, ער האט שוין עקספיריענס מיט אט די זאכן, און מיט א שמייכל אויף זיינע לעפצן זאגט ער פארן מלך, פארוואס שרייסטו אויף מיר? האט נישט יאנקי דיך געדארפט אויף וועקן? גיי נעם דיך צו יאנקי'ן, ער שלאפט נאך אזוי רואיג, אוואו די וועלט וואלט געווען זיינס, און כאילו דו גייסט נישט היינט חתונה האבן.

אה, דו ביסט דאך גערעכט, איך האב מיך באלד געכאפט אז איך בין דא גארנישט שולדיג, איך האב מיך אבער נישט געקענט דערמאנען ווער יא, זאגסט דאך גוט, יאנקי איז דאך שולדיג, ער האט מיך געדארפט אויף וועקן, איין מינוט, איך האב דאך אוועק גענומען פון אים די זייגער, דאס גייט מיך נישט אן, ער וואלט ווען געדארפט האבן מער אחריות, ס'איז דאך מיין יום החופה היינט, איר ווייסט דאס מיינט אויפשטיין אזוי שפעט, איך גיי אים שוין געבן.

יאנקי, יאנקי, וואס שלאפסטו, ביסט נארמאל, דו ווייסט אז דו האסט מיך געדארפט וועקן, שוין איינס און א האלב שעה צוריק?

יאנקי כאפט זיך אויף און מיט די פארשלאפענע אויגן נאך נישט קומענדיג צו זיך, זוכט ער ארום זיין זייגער, און מיט טרערן אין די אויגן רופט ער זיך אן, וואס גייט דא פאר? איך האב אנגעשטעלט נעכטן דעם זייגער אויף האלב זעקס, וואו איז דער זייגער?

וואס פרעגסטו מיך, דו פארשטייסט נישט אליינס, אז איך האב שוין געטראגן מיין זייגער צו די דירה, ממילא האב איך געדארפט דעם זייגער?

נו אויב אזוי וואס ווילסטו פון מיר? פארשטייט נאך אלץ נישט יאנקי, ער מיינט אז מיט לאגיק גייט ער אויפקלערן אונזער מלך'ן אז ער איז דא טאטעלי אומגערעכט.

וואס הייסט וואס איך וויל פון דיר? דו וואלסט ווען געדארפט האבן אחריות אז איך מוז היינט אויפשטייטן פריה, און מיך דארף נישט אינטערעסירן וואס דו דארפסט אלץ טוהן דאס אויסצופירן, אזוי רעדנדיג האט ער אליינס געכאפט וואספארא שטותים ער רעדט דא צוזאם, האט ער ברוגז'דיגערהייט, געגעבן א שריי, וואס חלום'סטו? אייל דיך צוה ס'איז שפעט איך דארף לויפן.

אן קיין ווארט האט זיך יאנקי אנגעפאנגען אנצוטוהן, און ביז עטליכע מינוט געווען גרייט, ארויס צו גיין, פארשטייט זיך אז אונזער מלך איז נאך נישט געווען רעדי, איך מיין, וואס וויל איר פון אים, ער זאל אין די יום החופה ארויס גיין מיט צופלאשעטע פיאות, מ'וועט נאך חלילה מיינען אז ער איז דעם שטאטס,,,

ענדליך ער איז שוין אויך גרייט, יאנקי האט אפילו פארשטאנען אויפן ווינק און האט שוין געהאלטן דעם מלך'ס תפילין אין די הענט, און מ'גייט אין שול.

די מקוה האט גארנישט גענומען שנעלער ווי געווענליך, כאטשיג ס'איז היינט דער יום החופה, ווי לאנג זאכן האבן צו טוהן מיט אים, איז אלעס אקעי, יאנקי דארף אבער פארשטיין אז ער האנט היינט חתונה און ער דארף האבן אחריות.

ער קומט ארויס פון מקוה, יאנקי ווי א קנעכט לויפט אים אנטקעגן און צייגט אים אן, ווי די נעקסטע מנין האט זיך געשטעלט, און מ'גייט דאווענען, און אין מח טראכט ער, אז יאנקי ווען ער וויל טויג ער, מ'דארף אים נאר באהאנדלען אזוי ווי ס'ברויך צו זיין און נאכדעם פארט דער באן ווי געשמירט.

און די זעלבע צייט האט יאנקי געזאגט אן עקסטערן קאפיטל תהלים אז ס'זאל חלילה נישט היינט פאסירן איינע פון די נסים וואס ס'האט פאסירט אין די צייטן פון משה און יהושע, אז די זון און די לבנה האבן זיך אפגעשטעלט און די טאג איז געווארן לענגער פאר די סיבה וואס האט זיך דאן אויסגעפעלט, ער האט איינגעריסן אז היינט זאל די טאג גיין ווי געהעריג און אויב עפעס אז ס'דארף זיך טוישן זאל עס זיין פארקערט, זאל פאסירן דאס וואס ס'האט פאסירט ביי יעקב, שקעה לו חמה פתאום שלא בעונתה, וואס איז, אונזער מלך קומט דען נישט אזויפיל, אז ס'זאל צו אים פאסירן אזעלכע נסים?

דער מלך דאווענט זייער ערליך, ער וויינט אפילו אינמיטן, ער בעט זיך אויס אלעס גוטס, און די מחשבות לויפן אים אהין און צוריק, און ס'באדערט אים אז ער האט אנגעפאנגען דעם טאג מיטן לינקן פיס, קודם מיטן אויפשטיין שפעט, און נאכדעם מיט יאנקי'ן, וואס איז נעבעך יאנקי שולדיג, אז איך בין פארפאפן, אקעי נאכן דאווענען וועל אים איבערבעטן, און אזוי מיט אלע מחשבות, האט ער סוף כל סוף גענדיגט דאווענען, און ער איז רעדי אהיים צו גיין.

יאנקי העלפט אים צוזאם צולייגן די תפילין, און אזוי בין הדברים בעט ער אים איבער, איך האב עס נישט געמיינט ערענסט היינט, זיי מיר מוחל, איך בין פלעין געווען אנגעצויגן, דו פארשטייסט, ס'איז היינט מיין יום החופה און איך האב אסאך וואס אנצויאגן, און דער יצר הרע ארבעט פונקט אין די צייט אז מ'זאל זיין ווי מער אנגעצויגן, עסט שוין זען ווען דו וועסט זיין אין מיינע הויזן, ס'איז נישט גרינג, אקעי ביסט מיר מוחל, יא?

יאנקי האט סייווי נישט קיין צוויי ברירות, ווייל ווען נישט ווייסט ער אז דער יצר הרע וועט זיך לכאורה נאכאמאל מתגבר זיין, און ער וויל אפילו נישט טראכטן וואס ס'וועט אים דאן בייפאלן ווי אזוי אויסצו פאלגן דאס וואס דער יצר וויל, און האט אים געענטפערט, יא, מוחל, אבער פראביר ס'זאל ווייטער היינטיגן נישט נאכאמאל פאסירן, דו דארפסט פארשטיין אז איך בין נאר א מענטש, און נאך דערצו א קליינער מענטש, און נישט אין אלעם בין איך שולדיג, כאשט דו ביסט דער חתן און היינט איז דיין יום החופה, און דו האסט נאך אסאך צו ערלעדיגן.

קאפיטל פיר

המשך יום החופה.

איך גיי פראבירן נישט צו לאנג מאריך אף צו זיין, און אויב ס'וועט געלונגען איז גוט, און אויב נישט איז אויך גוט.

מ'האלט שוין נאכן דאווענען, אונזער מלך איז אויפן וועג אהיים.

מלך, וואו גיי מיר?

וואס הייסט וואו? צו די דירה.

אה, צו דיין נייע דירה? אקעי זייער גוט.

האסט אפילו געטראכט ערגעץ אנדערש, נו אוודאי צו די דירה, און וועגן דעם האב איך דיך געדארפט מיט נעמען איך זאל נישט זיין אליינס.

ערלעדיגט, נישט קיין פראבלעם.

מ'איז שוין אנגעקומען צו די דירה, בית המלכות אשר למלך, ער נעמט אפיר זיין תהלים, און הייבט זיך אן אויסצובעטן אלעס גוטס, יאנקי, דו קענסט דערווייל נעמען עפעס א מעשה ביכל און אריין גיין אין די אנדערע צימער, זע מאך נישט קיין גרודער, איך זאל מיך קענען מצמצם זיין, שכוח.

מ'האלט שוין נאכן תהלים, און לאמיר טאקע האפן אז מ'האט זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס, דער טעלעפאן הערט נישט אויף צו קלינגען, פארשידענע מענטשן אדער סתם חבירים קאלן אריין זיך מזכיר זיין, ער האט דאך היינט א געוואלדיגן כח, ער שרייבט אפ אלע נעמען אויף א צעטל, ס'איז אויך דא אזעלכע וואס ווייסן אז ס'לוינט זיך צו ארבעטן אויף די געפילן פונעם מלך און זיין מערסט אנגעצויגענע צייט, מאכן זיי זיכער אריין צו קאלן אים דערמאנען ער זאל צוזאגן ביום חפתו א גרעסערן סכום פאר די מוסדות, איך זאג דיר צו, אז אין דעם זכות וועסטו אייביג וויסן נאר גוטס, נו, ווער וויל דען נישט נאר גוטס, אבער באלד ווערט ער געוואר, אז יענער איז גאר אן אומפארגינער, ווייל דער נעקסטער סעילסמאן, האט אים צוגעזאגט פונקט דאפלט און אויף פארן זעלבן סכום, און אויב האט ער געמיינט אז יעצט כאפט ער א מציאה, איז ער גאר שנעל געוואר געווארן אז דער עולם האט נישט געטראפן קיין בעסערע צייט ווען אים אויסצונארן ווי זיין אייגענע יום החופה, ווייל דער דריטער, האט געבעטן נאר ממש אביסל מער ווי די פריערדיגע, און צוגעזאגט אלף פעמים ככה, נו פארפאלן צו קיין גרויסער סוחר וועל איך שוין נישט ווערן האב איך מורא, איך ווער צו שנעל באאיינדרוקט.

מ'האלט ביים קניפן די ציצית, מ'נעמט אפיר דעם באהאלטענעם צעטל, ווי מ'האט אויף געשריבן פונקטליך ווי אזוי צו פלעכטן די ציצית, ס'האט גענומען גוט לאנג, אבער פארפאלן אז איך וויל האבן געקניפטע ציצית, און קענען זאגן אין שול, אז איך האב דאס אליינס געקניפט, דארף מען דאס אליין קניפן.

דאס איז אויך פארטיג, מ'גייט זיך אראפ לייגן אויף צוויי שעה, יאנקי יעצט קום דו אין דיינינג רום, און איך גיי מיך צולייגן.

איך מעג אויך כאפן א דרימל?

איך וואלט גערן מסכים געווען, אבער איך האב מורא אז פונקט דאן וועט די טעלעפאן קלינגען און איך קען פארפאסן זייער וויכטיגע קאלס.

אקעי, איך וועל ווייטער ליינען.

אה, ביסט א צדיק, שכוח.

שוין אדוירך די צוויי שעה, ברוך השם קיינער האט נישט אריין געקלונגען, זעט אויס אז די ארומיגע האבן געשמעקט אז ס'איז בעסער נישט אריין צו קאלן ווען אונזער מלך כאפט א דרימל, כאשט ער האט געשטעלט א באדינער אויפצוהייבן.

די זון האט אנגעפאנגען זיך צו רוקן צו מערב מיט א שנעלן ריטעם, און ס'זעט אויס אז די לבנה האט ערענסט אין פלאן איבערצונעמען די מלוכה פאר די קומענדיגע פאר שעה, און אויב אזוי מיינט דאס, אז מ'דארף שוין דאווענען מנחה, אה, איין מינוט איך האב שיער פארגעסן אז איך דארף נאך גיין אין מקוה, נאך א מזל איך האב מיך דערמאנט באצייטנס, יאנקי מ'גיימער אין מקוה, איך האף אז איינער האט ערלעדיגט אז ס'זאל זיין אפן, יאנקי פראבירט צו טראכטן צו ער האט אפילו געהערט רעדן דערפון, אבער נישט וואס ער קען זיך דערמאנען, ער דערוואגט זיך נישט צו פרעגן דעם מלך, צו ער האט אפילו פראבירט צו טרעפן דעם מקוה איד, און מאכן זיכער אז ער זאל קענען האבן א שליסל, ווייל וואס עפעס דארף ער דאס טוהן, ער האט דאך גענוג באדינער וואס ס'דארף ווען זיין אויף זייער קאפ.

אבער ער טראכט נישט קיין סאך, ווי לאנג דער מלך האט צוזאם גענומען די וועש, איז ער אריין אין די רום, און געמאכט א באהאלטענעם פאן קאל צום טאטן, און ער פרעגט אים וועגן דעם שליסל, דער טאטע כאפט זיך אז ער האט טאקע פארגעסן, און ער הערט אויף יאנקיס קול אז ער האט ערענסט מורא אז באלד וועט זיין כי כלתה אליו הרעה מאת המלך, האט אים דער טאטע געזאגט אז ער גייט שוין זען וואס ער קען טוהן, און ווי א גנב ביי די גניבה האט פונקט דער מלך אריין שפאצירט אין רום, און געזען יאנקיס מיט טרערן פארלאפענע אויגן, און ווארפט זיך פאר שרעק, וואס גייט פאר יאנקי, דו פילסט נישט גוט?

ס'איז אקעי, זאגט ער ציטערנדיג, און האפט אז דער טאטע זאל האבן עקסטערע סיעתא דשמיא, און באלד צוריק קאלן מיט א גוטע בשורה.

איך זע אבער אויף דיר אז עפעס גייט פאר לאזט ער נישט נאך.

איך האב פלעין גערעדט צו טאטי'ן,

און?

און ער האט מיר געזאגט אז ס'איז אים ארויס פון קאפ וועגן א שליסל פאר די מקוה.

איך גלייב נישט, וואס דארף איך יעצט טוהן? אזוי זעט אויס אז מ'פאלאזט זיך אויף גוטע געשוויסטער, פארוואס האט מען דאס נישט געקענט אינזין האבן? פארוואס מוז אלעס זיין אויף מיין קאפ?

און ווי לאנג די מבול פון קשיות האט נאך געהאלטן אינמיטן רעגענען, האט דער פון אויבן צוגעהערט יאנקיס אמת'דיגע תפילות, און דער טאטע האט אריין געקאלט אז ער האט געכאפט דעם מקוה איד, און ער האט אים געזאגט אז ס'דארף פונקט יעצט זיין דארט נאך א חתן, און זיי זאלן שוין גיין, און מ'וועט עס נאך זיכער טרעפן אפן.

יאנקי האט אפגע'אטעם'ט, און וחמת המלך שככה.

(איך האב הנאה אז איך האב געהאלטן ווארט, אז איך זאג נישט מאריך זיין, מאך איך עס קורץ און שארף.)

קאפיטל פינף

המשך יום החופה, ביז אינמיטן יחוד שטיבל.

מ'האלט מיר שוין נאכן מקוה, אלעס איז אדוירך בשלום, (אויסער אז איך האב נישט באקומען צו סאך קאמפלימענטס אויף מיין פריערדיגע פארזעצונג.) מ'איז צוריק אינדערהיים, ער שטעלט זיך מנחה, ער פראבירט דאס מאקסימום אינזין צו האבן די טייטש, כאטש פון צייט צו צייט, זעט ער זיך אין זאל, אינמיטן רינג, אדער שוין ביים מצוה טאנץ, אבער אזוי מער ווייניגער, האלט ער ביי די על חטא'ס, ער קלאפט און קלאפט, און אין די זייט שטייט יאנקי און באטראכט אים, און ער האפט אז ער האט אים אויך אינזין, און ער זאל זיך אונטערנעמען מער אים נישט מצער צו זיין, און מ'הערט שוין די טריט פון די מחותנים ביי די טרעפ.

די טיר ווערט געעפענט, דער טאטע דער מחותן און נאך אפאר באגלייטערס שפאצירן אריין, דער מלך אונזערער ווערט פאררויטלט די באקן, דער מצב ווערט ערנסטער, מ'טוהט זיך אן די שמונה בגדים, און היידא, מ'גייט צו די קאר, איך דארף ענק אפילו נישט דערציילן אז יאנקי, האט קיין פלאץ אין קאר נישט געהאט, ס'איז עניוועי נאר אפאר בלאקס שתי, און נאך אפאר בלאקס ערב, סאו יאנקי, די קום נאך צופיס, (די ביטערע געפילן פון יאנקי, באלאנגט אין אן עקסטערע באשרייבונג, ווער ס'וויל קען עס נעמען פאר זיך, איך מיין נישט דווקא יאנקי'ן, ס'איז נאר אזא מזל אז פונקט דער וואס געט זיך די מערסטע אוועק פאר א זאך וועט נאכדעם שטארק דיסיפוינטעט.) און די רעדלעך פון די קאר האבן זיך אנגעהויבן דרייען, וואס דאס האט געמאכט אז די קאר זאל זיך רירן פון פלאץ, אויפן וועג צום זאל.

קבלת פנים.

דער מלך ווערט צוזעצט אויבן אן, נעמט ארויס די ווייסע טאשן טיכל, און מיט די הענט אויף די אויגן, פראבירט ער דאס בעסטע פון זיין זייט, ארויף צו ברענגען די טרויעריגסטע מינע אויף זיין פנים וואס איז נאר שייך, די חברים קומען אן צו ביסלעך, און מ'הייבט אן צו זינגען ווארעמע ניגונים, און אצינד גייט צו אונזער בדחן, וואס האט נאכנישט רעכט קיין חתימת זקן, און הייבט אן מוסר'ן דעם חתן, פארשטייט זיך פון וואנעט זאל דען דער חבר וויסן מיט וואס דער חתן האט זיך צו זינדיגט, נאר וואסדען ער פראבירט צו טראכטן זיינע חטאים, און טראכט מן הסתם איז דער חתן נישט בעסער, און ווי ס'זעט אויס האט ער רעכט, ווייל ווי מער ער ברענגט ארויף זיינע זכרונות, וויינט דער חתן מער און מער, און ווי טיפער מ'האלט ביי די גראמען, אלץ מער מענטשן וועלן פילן פאר וויכטיג פונקט דאן, צו געבן די הענט פארן חתן, און דוירך דעם אויפדעקן זיין פארוויינטן פנים, אויב האט מען נאך א פאטאגרעפער צו די זייט, מה טוב ומה נעים, ער האקט אריין בילדער ווי מער, איינמאל ווי אזוי דער תתן האלט די הענט אויף די אויגן, א צווייטע ווי ער פארווישט א טרער, זיכער צו מאכן צו פאראייביגן אז דער חתן האט געוויינט ביים קבלת פנים און קיינער זאל דאס נישט קענען לייקענען, א דריטס כאפט ער ווי איינער געט מזל טוב פונקט ווען א טרער האט א גליטש געטוהן פונעם באק גראד אראפ אויפן טיש, און אזוי האט ער געכאפט דריי זאכן אויף איינמאל, דעם בדחן דעם חתן ביים וויינען, און ווי איינער האקט אריין מיט א מזל טוב, ווען ער האט ווען נאך א פאטאגרעפער, וואלט ווען יענער געקענט אריין כאפן א פערטע זאך, דעם ערשטן פאטאגרעפער אויך, און אזוי ווייטער, עניוועי לאמיר נישט פארקריכן דער בדחן האט געענדיגט זיינס, און דער מסדר קידושין פארגלייזט זיך די אויגן אריין אין די כתובה, מאכט זיכער אז אלעס איז גרייט, און ויהי בישורון מלך, בהתאסף ראשי עם, יחד יחד שבטי ישראאאאאאל.

מ'כאפט אים אן און מ'שפאצירט צו די פרויען, מ'לייגט ארויף די טיכל, מ'ווערט באווארפן מיט אלע מיני קאלערדיגע פאפירן, (אז איר כאפט זיך, זענען די פרויען אלץ פארנומען צו ווארפן.) און צום יחוד שטיבל, מ'עפענט אויף אלע קניפן, נעמט ארויס אלע איבעריגע זאכן פון די טאש, און מ'טוהט אים אן מיט א בעקישטע פונעם רבי'ן זכרונו לברכה, (ווי יגר'ל שרייבט וועא"מ.) א קאפל פון אן עלטער עלטער זיידע וואס האט דאס באקומען בירושה פון נכסי מלוג, פון זייער א ווייטע קאזין, און דערנאך אן אלטן קיטל, וואס דער זיידע האט אנגעהאט אין לאגער, און אויף דעם די נייע ווייסע קיטל, מ'לגייט ארויף אש אויפן קאפ. און מ'כאפט אים אן ביי די הענט, (ביי מאנכע איז די סיבה ווייל זיי זאלן נישט לויפן, און ביי מאנכע ווייל זיי ווילן נישט גיין.) און מ'גייט ארויס צו די חופה, דארט הייבט זיך אן א פרישע סעריע פון געוויינעריי, ווען צו די זייט שפילן אונטער די פרויען מיט זייערע כליפעראציעס, און די כלה איז דא, מ'הייבט זיך אן ארום צו דרייען, און ווער ס'קען נאר לאזט אראפ א טרער, וכל המרבה הרי זה משובח, און מ'האפט אז די זיידעס פון אויבן באטייליגן זיך, ס'איז מער ווייניגער דא ביי יעדע חופה עקסטערע מענטשן וואס זענען געשטעלט איבער צו נעמען די הבדלה ליכט, פון די מחותנים, און געווענליך זענען זיי די זעלבע וואס נאך יעדע דריי וואס מ'דרייט זיך ארום, מורמלען זיי נאכאמאל אריין פאר די מחותנת'טעס אז זיי זאלן אכטונג געבן פונעם חתן'ס שטריימל, אז ס'זאל זיך נישט אנכאפן אין די הבדלות, און דער שמש מיט זיין באסעווע שטימע איז ממשיך, הוא יברך את החתן ואאאאת (ווענדט זיך נאך וויפיל מאל מ'דארף זיך ארום דרייען אזויפיל אלפ'ס לייגט מען צו.) הכלה.

כ"ק אדמו"ר שליט"א מכובד מיט סידור קידושין עדי קידושין. (געווענליך זאגט מען דאס בחטיפה אחת, איך ווייס נישט צו פון געוואוינהייט צו אלץ מנהג.) און דער נאך הערט מען אזוי איידעלערהייט, הרי את מקודשת וכו', און גלייך דערנאך הויעך מזל טוב מקודשת.

די ברכות ווערן אויסגערופן איינס נאכן אנדערן, ס'דערמאנט אסאך מאל, די סעלעקציעס אין לאגער, אבער די באטרעפנדע גייען צו, מיט פיל מער חשק, די באטרעפנדע גייען אריין אין זאל מיט חשק, און די נישט באטרעפנדע גייען אריין אביסל באבלאזן, אבער צום עסן איז יעדער א גלייכער מחותן, איך וויל נישט פארפארן, איך באגלייט דאך נישט די חתונה באטייליגטע, נאר אונזער הויעך באשפריצטער קעניג, ער געט א גוטן טרעט אויפן גלאז, און ביים דריטן מאל, איז עס געלונגען, אלע טרערעלעך וואס זענען נאך געווען אויף די באקן, גליטשן זיך צוריק אריין אויפן פלאץ פון ווי זיי זענען געקומען, און א שמייכל ציט זיך ארויף דערויף און ס'גייט שוין דערפון נישט אראפ ביז מ'באקומט די ערשטע עקספיריענס, און ביינעזאם שפאצירט מען אריין אין יחוד שטיבל, מיט די עדי יחוד מיט זייער זייגערל ביי די זייט, ווערט ער איינגעשפארט, ביז זיי געבן דעם אקעי און מ'ען עפענען, און די וואס פילן פאר וויכטיג פרייליך צו מאכן די נייע פארפאלק הייבן אן אריין צו שפאצירן, און זיך אויסגעבן זייערע ווערטליך, וואס אונזער חתן האט דאס שוין געהערט ווייסעך וויפיל מאל, ווען ער האט דאס מיטגעהאלטן ביי זיינע עלטערע געשוויסטער, אבער אלץ א טובה פארגעסט ער נישט צו צולייגן צו זיין אזוי אויך שמייכל'דיגן פנים, נאך א קליין ביסל פאר יעדע וויץ עקסטער.

המשך יבוא, אי"ה.

קאפיטל זעקס

המשך יחוד שטיבל.

איך האב פארגעסן פון די ערשטע און וויכסטיגע שאלה וואס מ'פרעגט די ערשטע רגע ווען מ'קומט אריין אינעם שטיבל, וואס דאס איז, ווי אזוי איז די שלום בית? א ווערטל אין די זייט, איינער דערציילט אז ער פלעגט האבן א מנהג צו פרעגן יעדן חתן, צו ער האט שלום בית, ביז איינמאל האט אים א חתן באלד צוריק געפרעגט מיט וואונדער, וואס, מ'ווייסט שוין אויף די גאס דערפון? זייט דעמאלטץ פרעגט ער נאמאר.

בקיצור, ( עקטשעלי באריכות.) ווען אלע זענען שוין פארטיג מיט זייערע באזוכן, קומט אריין דער אדער די פאטאגרעפער, און ס'הייבט זיך אן די יסורי איוב, שטעל דיך אזוי, כאפ אן אזוי, שמייכל שטערקער, די רעכטע האנט אביסל ארויפציה, און אזוי ווייטער, איך בין דאך נישט אין די ליין געדענק איך נישט פונקטליך וואס איך האב אלץ מיט געהאלטן דארט, ענדליך איז מען שוין מיט דעם אויך פארטיג, און פיינעלי לאזט מען זיי עפעס עסן, אבער נישט אויף לאנג, ווייל אט זענען די מחותנים דא אז מ'דארף שוין גיין צום טאנצן.

עוההההוד ישמע בערי יהודה וההובחוצות ירושלים, די מיוזיק מאכט די ספיקערס אויף כמעט די העכסטע וכל המרבה הרי זה משובח, און מ'לאזט זיך ארויס אין א טאנץ פארשטייט זיך לכבוד דעם חתן, ס'יאוועט זיך איינער און געט א כאפ דעם חתן אויף די פלייצע, די נשמה האלט זיך קוים ביי זיי, ביים אויפהייבער ווייל דער חתן האט זיך גרייטנדיג צום היינטיגן פאסט טאג, געגעסן א שיינע פאר טעג ספעשל מער, אז ער זאל דאס קענען פארטראגן, און ביים חתן וואס פילט ווי דער וואס האלט אים, האלט אט ביים צוזאם פאלן, און יעצט הייבן זיך אן די טאנצערייען, צום ערשט די פיר זיידעס, און דערנאך די מחותנים, אונזער מלך ווארט קוים אז זיי זאלן מיד ווערן און ער זאל קענען גיין אינעם אנדערן רינג, פון זיינע חברים.

ער איז שוין ביים אנדערן רינג, צום ערשט רוקט זיך צו, א חבר און מאכט זיכער אונטער צו שטיפן א בענקל, און רוימט אים אריין אין די אויער, זעץ זיך אראפ, דו טארסט נישט זיין אויסגעמוטשעט, און ברענגט אים באלד א גלעזל טרינקען, אונזער חתן רוהט זיך אפ, און הייבט אן צו באטראכטן מי ומי ההולכים, מיט וועמען גייט מען דא צום טיש, וועם נעמט מען ערשט, הייבט זיך אן גאנצעטע חשבונות, אים קודם ער איז דאך מיין בעסטע חבר, און היידא, געט זיך א שטעל אויף, און לויפט באלד צו צו יענעם, יענער פראבירט אים צו זאגן, נישט יעצט באלד, אבער אונזער חתן לאזט זיך נישט, אז ער האט שוין געמאכט דעם דעסיזשן קען ער שוין נישט צוריק ציען, און מ'נעמט זיך טאנצן, און אזוי פירן אים זיינע אויגן ארום, הו איז נעקסט, אקעי יענער איז א שטיקל רחמנות, לאמיר גיין צו יענעם, געט א שפרינג צו, און דער גאנצער עולם, פייפט און מ'קוויטשעט, אזש אז מ'קען מיינען אז דער חתן טאנצט יעצט מיט זיין איינציגסטן צווילינג ברודער אנגעטוהן אין א שטריימל, אבער ווי געווענליך, בתר עניא אזלא עניותא, איז די זעלבע בתר שלימזל אזלא שלימזלתא, און אלץ וועט זיך פונקט ביי אים מאכן, אז פונקט דאן וועט די גארטל אראפ פאלן, און דער חתן וועט מוזן אויסלאזן די הענט און זיך פאררעכטן דאס גארטל, און דערווייל דארף ער שטיין אינמיטן, ווי א יון אין די סוכה, און ווארטן אז דער מלך בכבודו ובעצמו זאל זיין אזוי גוט, און צוריק אריין נעמען זיינע הענט ביי זיך, אז דער טאנץ זאל ווייטער קענען אנגיין, פארשטייט זיך אז דו צייט פון ווארטן ווערט אויך גערעכנט, און איין סקונדע שפעטער איז ער צוריק אינעם רינג, און דער חתן טאנצט שוין מיט אן אנדערן.

אזוי מאכט זיך אלץ איינער, וואס ער איז דער וואס נעמט קער, און יעדע רגע שטופט ער אריין אן אנדערן צום חתן, דער חתן פרייט זיך אז אבי איינער נעמט שוין קער, און דארף נישט אליינס מאכן די שווערע דעסיזשן'ס, און יעדער נייער טאנצער נעמט דעם חתן אויף א פרישן בערן טאנץ, אבער צו בעטן אז יענער זאל טאנצן רואיגער פאסט דאך נישט, וואס הייסט איך קען נישט פארנעמען, און מיט די לעצטע כוחות נעמט ער איין חבר נאכן אנדערן, ביז מ'הערט אויפן הויך הילכער, אין פינף מינוט ארום וועט מען ווייטער טאנצן.

פיינעלי קען מען זיך אביסל אפרוען, דעמאלטץ קומען די זיסע פון זיינע חברים, איינער נעמט אראפ דעם שטריימל, דער צווייטער נעמט א נעפקין און ווישט אים אפ די שווייס, אן אנדערער זעצט זיך אויפן פלאר, און טראסקעט אראפ אלע שטויבלעך וואס האבן זיך דערוואגט צו לאנדן אויפן קעניג'ס שיך פונעם קבלת פנים ביז יעצט, און נאכדעם קומט נאך איינער און מאכט אים לופט מיט א הוט וואס די גערוך פון די שווייס פאטשט אים אין פנים מיט יעדן פליק פונעם היט, פון אויבן אראפ, ווען זיין מנין מעריב וואס שטעלט זיך געווענליך אין די צייט האלט שוין ביי שומר עמו ישראל לעד, געט ער זיך א שטעל אויף, און ביז איין מינוט האלט ער מיט ביי שמונה עשרה, פאקטיש האט ער א גוטע קאפ און א שנעלע תפיסה, סא קען ער עס מאכן שנעל, נאך בערך פופצן מינוט, (ווען די פינף מינוט האבן זיך שוין געענדיגט) הייבט זיך הערשט אן די ריכטיגע, דער חתן געט א ווינק פאר די מיוזיק און מיט א פלינקייט גראד צום בעל מנגן, און איינס צוויי דריי, און הארא איז אן היס וועי, הארא, הארא, הערט זיך מיט א ווידער קול, און יעצט הייבט זיך אלעס אן פון אנפאנג, מ'נעמט פריש א יעדע מינוט אן אנדערע כפרה און מ'שלאגט כפרות און מ'נעמט א צווייטן, פארשטייט אז די אפגעפליקטע הינדל איז ער אליינס, ווייל מ'בעט אים אפצוריען, איז דאך נישט אינטערעסאנט, און ווען ער וויל שוין פונקט דאן האלט ער אינמיטן טאנצן מיט עפעס א רחמנות חבר און מ'קען עס נישט טוהן פאר יענעם.

געווענליך ווען ס'איז שוין די הויך פונקט פון די הארא טענץ וועט זיך פונקט יאווען א שיינער איד וואס וועט פונקט דאן אנקומען און וועלן א טאנץ טאן מיטן חתן, און די זעקסטע הקפה ניגון איז אין פראסעס, שוין צום צענטן מאל בערך, אבער דער שיינער איד, טאנצט דאס מיט אזא איידלקייט, מיט אזא חדות הנפש, אזש אז מ'קען מיינען אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט די זכי' משמח צו זיין א חתן, און מיט פארגלייזטע אויגן פארט ער אהין און צוריק, ביז איינער שטיפט אריין די מחותנים און ביז צוויי מינוט איז מען צירוק ביי הארא, און אזוי וחוזר חלילה פאסירט דאס עטליכע מאל, ביז מ'הייבט אן דעם ר' ר' אלימלך טאנץ, איינער כאפט אן ד עם חתן ביי די האנט, און מ'הייבט אן ארום צו לויפן אהין און צוריק, און מ'מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער טאנצט מיטן חתן, ער בייגט זיך קיינמאל נישט אראפ, איך מיין וואס ווילט עטץ, דער חתן זאל זיך חלילה אראפ בייגן, און אזוי מער ווייניגער ווערט פארדרייט דער גאנצער טאנץ, ביז מ'האלט שוין כמעט ביים ענדיגן, דאן נעמט דער חתן זיינע קליינע ברודער, וואס איינער דערפון איז אונזער באקאנטער יאנקי, און מ'טוהט זיי אן שטריימלעך, און ס'איז לעבעדיג, און דערנאך די קליינע שוואגערס, און לשנה הבאה בירושלים, לשנה הבא בירושלים, וכו'.

נאכדעם הייבט זיך אן די בחורים טיש, הנה מה טוב ומה נעים, און די חברים קענען זיך קוים אפגעזעגענען, פון זייער אזוי באליבטן חבר, ביז מ'האלט שוין ביי, מלך האט שוין חתונה געהאט, קיינער האט אים נישט גענייט ער האט זיך אליינס דעם קאפ פארדרייט, מלך האט שוין חתונה געהאט, און מ'לאכט, און שוין, און דער בדחן מורמלט שוין אריין אינעם מייק, נו, ווי איז די כלה מ'גייט שוין בענטשן, און דער חתן ווערט נעלם פאר בערך פופצן מינוט, ער דארף זיך דאך טוישן וועש, ס'איז נישט קיינע מעשיות, און ענדליך איז מען רעדי צום מצוה טאנץ.

המשך יבא אי"ה.

קאפיטל זיבן-א

מצוה טאנץ.

איך מיין אז איך וויל נישט צו סאך מאריך זיין מיט די מצוה טאנץ, כעל באלד זען וואס ס'וועט זיין די סוף,
ווייל פאקטיש איז נישט דא צו סאך צו רעדן פונעם מצוה טאנץ לגבי דעם מלך אונזערן, וואס לכבודו האבן מיר אנגעפאנגען די גאנצע באשרייבונג, אבער דאכט זיך מיר אז איך האב עס שוין ערווענט איינמאל, אז מתחלה, האב איך געפלאנט נאר צו באשרייבן דעם שנה ראשונה אינגערמאן, וואס דאס הייבט זיך אן, איין טאג נאך די חתונה, אבער כדי אנצופאנגען, האב איך געטראכט נאר אביסל צו געבן א שמועס איבער די פאר טעג פאר די חתונה, און דערנאך זיך באציען צום עיקר, אבער למעשה זעט איר דאך וואס ס'האט פאסירט, ממילא ווייס איך שוין נישט ווי סאך איך ווער רעדן פונעם מצוה טאנץ, איגנארן אינגאנצן קען איך עס נישט, ס'איז פשוט נישט יושר, ווידעראום צו רעדן צו סאך דערפון דארף איך נישט, ווייל מ'האט שוין עטליכע מאל גערעדט דערפון, און יעדער פאר זיך ווייסט דאך די ליצנות, וואס דארט קומט פאר, אנגעהויבן מיט די הספדים, און געענדיגט מיט די טיטלען וואס מ'באקרוינט יעדן פעטער און אזוי ווייטער, אקעי, צום ענין, זעט איר, איך האב ניטאמאל געוואוסט אז די הקדמה וועט נעמען אזוי לאנג, איר זעט דאך, איך האב געשריבן אויבן מצוה טאנץ, און פון דעם האב איך געוואלט רעדן, און דערווייל רעד איך שוין עטליכע מינוט, און נאך גארנישט גערעדט, ווי אזוי זאגט נאר יענער, בלא בלא בלא, רעדט און רעדט, און רעדט נישט גארנישט, עפעס אזוי, אקעי, סטאפ שוין, קום שוין צום ווארט.

דער אויסגעשלאפענער בדחן שטעלט זיך אויפן בענקל, מיט די שיינע נאסע געקרייזעלטע פיאות, און געט אזא היס ארויס פונעם גארגל, א מאדנעם רעש, און דאס איז ווי צו זאגן, רבותי איך בין דא, יעצט בין איך באלעבאס, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, און הייבט אן מיט אן אריינפיר, און דערנאך קומט א שטאטע ניגון ווער ער רופט אויף דעם לאגער מיטגעמאכטן זיידן, ער דערמאנט פארשידענע זאכן, וואס האבן יא און וואס האבן נישט פאסירט, און דער זיידע לאזט א טרער נאך א טרער, און ווערט ערנסטער ווען ער באמערקט, אז דער בדחן ווייסט פארשידענע מעשיות וואס ער אליינס געדענקט נישט, נאך א מזל ער מאכט חתונה אן אייניקל, האט ער כאטשיג איינעם וואס דערמאנט אים די זאכן וואס האבן נישט פאסירט, ווען נישט ווי אזוי וואלט ער דאס געוואר געווארן? פארטיג מיטן זיידן, ווארפט מען אריין עטליכע ווערטער פאר די באבע, און די געשליקערצן הערט זיך ווייט אוועק, און גוט שבת, דא קומט אריין שמעק טאביק'ס לחיים, און דער זיידע איז פארטיג, ער טאנץ אפ זיין טענצל, און ער איז רעדי פון יעצט אויף יעדע מינוט אז פון זיין זייט, קען מען שוין אהיים גיין.

אבער דער בדחן נעמט נישט קיין טויזנט דאלער נאר אויס צורופן איין זיידע, ממילא מוז ער צו ווארטן ביז דער בדחן וועט ענדיגן אריין צו לייגן זיינס, אז ער זאל קענען ארויס נעמען דעם מחותן'ס.

און אזוי גייט ער פון זיידע צו זיידע, און דערנאך קומען שנעלע ניגונים, און מ'מאכט א כל הנערים עטליכע מאל, פון אלע משפחות, דא איז דא א גורל, אזוי ווי קויפט און געווינט אויפן פלאץ, וועם דער בדחן קען נישט ווערט א תלמיד חכם ירא שמים, מלמד, לערנט יומם ולילה, און ס'טוישט זיך, איינער לערנט יומם ולילה, און דער אנדערע לילה ויומם, איינער איז א תלמיד חכם און ירא שמים, און דער אנדערער איז א ירא שמים און א תלמיד חכם, דער אנדערע א מכניס אורח, און אזוי פאבריצירט ער טיטלען פארן עולם, און דער עולם האלט זיך ביי די זייטן, אבער אך און וויי, אויב ער לאזט אויס איינעם, אויך ווען ער וואלט ווען געזאגט אויף יענעם א טיטל וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, איז יענעם נאך אלץ געשמאקער דאס צו הערן ווי איידער מ'זאל אים חלילה אויסלאזן, און אויב איז צווישן די אלע דא איינער וועם דער בדחן קען יא, איז געווענליך יענעם נישט צו מקנא זיין, אלע דזשאוקס, פארן אויף יענעם'ס חשבון, און ביי אים איז נישט דא קיין פאלשע טיטלען, דער גאנצער אמת שפראצט ארויס, און שוין ער איז פארטיג מיט זיי אויך, יעדער ווארפט אים אריין א דאלער, און ער איז צפרידן, און אצינד גייט מען זיך נעמען צו די מחותנים.

נו, זיי באצאלן דאך, לייגט מען טאקע אזויפיל אריין, וויפל מ'פלאנט ארויס צו נעמען, די ערנסטע מאמענטן לאזן נישט נאך פון די רגע וואס ער פאנגט אן, ביז ער ענדיגט, און אפילו נאך דעם, האלט עס נאך אן, ביז מ'האלט שוין ממש ביים טאנץ, און דערווייל שפילט נאך די מיוזיק אונטער דעם שטאטן ניגון מיט וואס דער בדחן האט יעצט אזוי שיין און הערליך אויפגערופן דעם מחותן.

פארשטייט זיך אז אינמיטן פון די אלע אויפרופס ווארפט מען אריין עטליכע דזשאוקס, רוב דערפון איז ער מעלה גרה, הגם ס'איז באוואסט זייער טענה, אז היתכן דער שפילער קען איבער זינגען די זעלבע ניגונים דער קעכער מעג קאכן די זעלבע מיני מאכלים, און נאר ער מוז אלץ פארשאפן נייע דזשאוקס, אבער פארפאלן, ווי ס'קוקט יעצט אויס, וועט ער דאס שוין מוזן מיטמאכן ביז משיח וועט קומען.

דער מלך אונזערע זיצט זיך אזוי אויף זיין פלאץ, אבער ער איז גאנץ ווייניג באקוועם, ער וואלט ליבערשט געזעצן לעבן זיינע ברודער און געשמאק פארברענגט, יא, אויך מיט יאנקי, אבי נישט צו דארפן זיצן דארט אזוי איינגעמאכט, אבער פארפאלן יעצט איז זיין טוירן, און ער קען זיך דערפון נישט ארויס דרייען.

דער בדחן האלט שוין ביים סוף, ער רופט שוין אויף דעם מלך אליינס, און יעצט איז דאס ריכטיגע, ס'פליען טיטלען, און מעלות, ( קען זיין פון אדר) פון אלע זייטן, לערנט, העלפט ארויס יעדן, א שמייכל אויף זיין פנים, א רואיגער ווייסט נישט וואס כעס מיינט, ( איר געדענקט עס נאך פון אנפאנג פונעם פארזעצונג, אמת?) און אזוי ווייטער פאשידענע זאכן וואס האוזן רוצה לשמעם, און דערנאך נעמט ער זיך איבער די מלכה, און ציעט אויס דאס מאקסימום וואס ער קען, און מ'האלט שוין ביים אשת חיל.

די אשת חיל טאנץ איז אן עקסטערע אפקומעניש פאר כמעט יעדן חתן, מ'האט נישט קיין אהנונג ווי לאנג מ'דארף טאנצן, ער האט שוין עטליכע מאל געענדיגט גאנץ אשת חיל, אזוי ווי מ'האט אים אויסגעלערנט, אבער זיין טאטע און זיין נייער שווער זענען פארנומען אין א שמועס, ווער ס'זאל אויסלייגן די געלט פארן בדחן, און דער אנדערער וועט זיך נאכדעם פאררעכענען, און זיי האבן פארגעסן, אז אן זיי איז נישט דא קיין רעדע דער חתן זאל אפלאזן די כלה, ענדליך, האט זיך אן עלטערע שוואגער געגעבן א וועק אויף פון זיינע חלומות, און זיך געגעבן א כאפ אז מ'זינגט שוין צו לאנג דעם אשת חיל, און האט זיך באלד דערמאנט פון זיינע קאשמארן, און געט א לויף צו צום חתן, מעשה גרויסער מענטש, און געט אים א ציה די הענט, און לייגט צו, נו, שוין גענוג געווען, און שלעפט אים אריין אינעם רינג, און דער חתן ווייזט אים אזא העפליכן שכוח'דיגן שמייכל, און מ'זיגנט נאך אפאר לעבעדיגע ניגונים, און די טאטע און שווער און זיידעס טאנצן נאכאמאל מיטן חתן, גיי ווייס פארוואס, מ'קען מיינען אז זיי זענען נאך גארנישט געטאנצן היינט, און לשנה הבאה בירושלים.

און וישכם אברהם בבוקר, אבער דאס אינעם נעקסטן פארזעצונג אי"ה

וישכם אלימלך בבוקר.

דער זייגער קלינג בערך א האלבע שעה פארן סוף זמן קריאת שמע, אבער ער דערמאנט זיך אז ס'איז דא וואס האלטן אז חתן איז פטור פון קריאת שמע, און די ציאונגס קראפט פון זיך צייכענען אין די קרעטשמע האט ער נאכנישט, און ממילא מיט די הילף פון אונזער באקאנטן ר' זעליג, האט ער אנגעצויגן נאך עטליכע שעה, און אביסל פאר חצות געט ער זיך א הייב אויף ממש מיט א גבורת ארי, און מאכט זיך צורעכט, און לאזט איבער א שמייכל'דיגן גוטן טאג, און מיט א צוזאג צו זיין אינדערהיים בערך אין איינס אהאלב שעה ארום, ער נעמט זיינע כלי זיין וואס אן דעם איז נישט קיין רעדע אונזער מלך זאל פון דערהיים ארויס גיין, ווי למשל די סעלפאן, וואס איז אים געבוירן געווארן אונטערן קישן, אוואו די קוואדער פאר די ארויס געפאלענע ציין, און די זייף פאר די מקוה, און יא, ער פארגעסט נישט זיין נייעם גרויסן טלית בייטל, און נאכן מאכן זיכער אז זי בלייבט נישט אליינס, איז ער אויפן וועג צום בית המדרש.

ער קומט אן בית המדרש, קוקט ארום צו דער עולם באמערקט אים, אבער דער עולם כאפט נישט אז ער איז הערשט נעכטן געקרוינט געווארן, און מ'געט אים נישט אפ עפעס ספעציעלע כבוד, ער הייבט שוין באלד אן צו טראכטן צו די גאנצע זאך האט זיך געלוינט, גראדע זענען יא געווען עטליכע וואס האבן אים פארגינען א מזל טוב, און אפשר אויך געפרעגט ביי וועם ער ווערט אן איידעם, אבער עפעס נישט אויף דעם האט ער געווארט, ענדליך באמערקט ער פון דערווייטנס, א גרופע פון זיינע חברים, ער מארשירט באלד אהין, און צו ביסלעך הייבט זיך עס אן אויס צו צאלן, מ'געט אים אפ זיינע פולע עטענשן, און ס'איז גראדע שיין פון זייער זייט, ווייל נישט מער ווי עטליכע מינוט צוריק האבן זיי טאקע גערעדט פון אים, אבער גראדע נישט פון זיינע מעלות, אבער יעצט איז ער דאך דא, האט מען באלד פארפירט א שמועס ווי אזוי די חתונה איז צוגעגאנגען, און ווען מ'האט געענדיגט, און צו דער בדחן האט געטויגט, און דער זינגער דער שפילער, און אזוי ווייטער, מ'באטראכט נאכאמאל שוין צום וויפלטן מאל דעם שטריימל, און ווען מ'זעט אז ס'איז עפעס נישט, פארגעסט ער נישט צו צולייגן, אז דער סוחר האט אים טאקע געזאגט אז ער זאל באלד נאך די חתונה צוריק קומען, און ער וועט עס נאכאמאל צוזאם פרעסן, ער האט זיך שוין אביסל בארואיגט, און מ'קען שוין גיין אין מקוה, אבער ער האט דאך א סעלפאן, נו דארף מען דאך קאלן די ווייב, פארוואס דען האט מען א סעלפאן אויב נישט וועגן דעם, אבער ער געדענקט נאך נישט זיין נאמבער, און ס'איז אים נאכנישט געסטארט אין זיין פאן בוק, קודם איז ער שוין ביזי, ער מאכט עטליכע פאן קאלס, אהיים, הייבט קיינער נישט אויף, איין שוועסטער ווייסט נישט, ענדליך, האט ער פארשאפט די נאמבער, און קאלט אהיים, אבער קיינער הייבט נישט אויף, ער ווערט נערוועז, וואס גייט פאר, אפילו לאמיר זאגן אז זי שלאפט, אבער איינער דארף דאך דארט זיין, ער פראבירט נאכאמאל, און גארנישט האט נישט געהאלפן, ביז ער קוקט נאכאמאל די נאמבער וואס ער האט אראפ געשריבן, איז מיט איין נאמבער געווען אנדערש, ענדליך קאלט ער די ריכטיגע נאמבער, האלא מלכי, וואס מאכסטו, ביסט שוין אויף, שרה'לע איז נאך דארט, אקעי, איך האב נאר געוואלט מאכן זיכער אז אלעס קלאפט, סי יו לעדער מלכי, ביי מלכי, וואס זאגסטו מלכי? יא, איך וועל באלד זיין אינדערהיים מלכי, אקעי מלכי, זיי געזונט מלכי.

ער לויפט אין מקוה, זיין קארטל ארבעט נאכנישט, ער כאפט זיך אריין מיט איינעם, און מ'גייט זיך רייניגן פון די אלע שמוץ וואס מ'האט זיך אנגעזאמלט, זייט די נעכטיגע שאויער, און ער טרעפט נאך אפאר חברה מיט וועם צו פארברענגען, ענדליך איז ער רעדי, פאר א קאפי פארן דאווענען, פארשאפט זיך עטליכע קוואדערס, און די מאשין שפייט ארויס א פיינע קאפי, א הכנה צום קומענדיגען פארברענג, פון נאך פופצן מינוט, איי ווי אזוי גייט מען מאכן פון די אלע פופצן מינוט'ס א טאטעל פון איינס און אהאלב שעה, נישט געזארגט די דאווענען מוז דאך נישט דויערן אזוי לאנג, און העכסטנס וועט עס נעמען צוויי און א האלב שעה, די ערשטע מאל וועט זיך דאך סייווי גארנישט זאגן, זי איז דאך א גוטע, אזוי האט מען מיר געזאגט.

מ'גייט שוין אנטוהן דעם טלית, ער כאפט אריין נאך איין פאן קאל אהיים, מאכן זיכער אז די דאך איז נישט איינגעפאלן אין די פאר שעה, און ער איז שוין רעדי צו דאווענען, קיין מנין איז שוין נישט דא, אבער מי שטרח מיט די זמן קריאת שמע, וועט שוין קער נעמען אויף אויף די מנין, און ער לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה, ס'איז גראדע געווען א לאקעל, ס'האט נישט גענומען לאנג, און ער האלט שוין ביי רבינו תם'ס.

אז מ'רעדט פון רבינו תם'ס, מוז איך אריין ווארפן א מלתא דבדיחותא, איך רעד דאך דא פון א חתן, סא, איז עס נישט אזוי פארדרייט דעם בלאט, איינער איז אמאל אריין געלאפן אין בית המדרש, און נישט געטראפן זיינע תפילין, ער האט זיך זייער געיאגט און נישט געהאט צו סאך צייט עס אויפצו זוכן, איז ער צוגעגאנגען צו איינעם'ס נישט צוזאם געלייגטע תפילין, און אנגעפאנגען עס ארויף צו דרייען אויף זיין האנט, אזוי אינמיטן גייט איינער צו צו אים, און זאגט אים ר' איד ס'איז רבינו תם'ס תפילין, געט ער זיך א רוף אן, ביז רבינו תם וועט צוריק קומען פון מקוה, וועל איך שוין זיין פארטיג.

מ'דרייט אראפ די תפילין, אין דעם האט ער נאך עקספיריענס, אבער נאך דעם קומט שוין די שווערע ארבעט, צוזאם צו לייגן די טלית, ער פראבירט נאך צו מאכן די קנייטשן, און נאך עטליכע מאל, געלונגט עס, און הכל על מקומו יבא, ער פארגעסט נישט נאכאמאל אהיים צו קאלן, דערציילן די גרויסע נייעס, אז ער קומט שוין ממש אהיים, ס'וועט שוין נישט נעמען לאנג, ער גייט ארויס אינדערויסן, זיין באגלייטער האט אים שוין לאנג איבערגעלאזט, יענער האט דאך נישט אזויפיל חברים, און האט נאכנישט קיין סעלפאן, מיט וואס צו קאלן, און אנצופילן די צייט, זוכט ער אזוי ארום א היטש, ביז ער געט זיך אזוי א כאפ, וואס א היטש אין קאפ אריין, איך בין דאך חתונה געהאט, לאמיך רופן א קאר סערוויס, איך האב דאך א סעלפאן, און ווי וואס ווען, איז ער שוין געווען אין פראנט פון זיין הויז, און מיט א שמייכל שפאצירט ער אריין, און נאכאמאל א שמייכל'דיגן גוט מארגן, און אויך צוגעלייגט, אז ער קען זיך עפעס נישט געהעריג אויס מיט די מנינים, און ער האט געדארפט ווארטן איינער זאל אים עפענען די מקוה, און נאכן דאווענען אויף א באגלייטער, און ממילא שטימט שוין פונקטליך דער חשבון פארוואס ער האט פארשפעטיגט, און זי, זי איז דאך אן אשת חיל, ענטפערט שעמעדיג, עה, דארפסט זיך נישט פארענטפערן, איך בין עניוועי כמעט הערשט יעצט געווארן רעדי.

די פארענטפערונגען זענען אדורך אויפן בעסטן אופן, און מ'איז רעדי פארן פרישטאג.

קאפיטל ניין

ביום הראשון.

(איינער געדענקט די שלשה אחים? יעדע פאראגראף פלעגט זיך אנהייבן מיט א לשון קודש ווארט, ויהי ממחרת, אדער ביום ההוא, און דאס האט געמאכט אז די געבעקס זאלן אויסקוקן מער עכט.)

מיר האלטן ביי פרישטאג, מ'האט שוין יעדן פארשיקט צו זייער דעסטינאציע, זיין באגלייטער און איר שומר, און אצינד גייען די מלך און די מלכה עסן פרישטאג, די טישטעך איז שוין אנגעגרייט, ווי אויך די דישעס און עסצייג, אבער די אנדערע זאכן האט מען דאך נישט געקענט אנגרייטן פריער, פאר עטליכע סיבות, איינס, ווייל מ'דארף אים קודם פרעגן וואס ער האט ליעב, און צווייטנס, אויב איז עס עפעס געקאכטס, קען עס דאך ווערן קאלט.

יעצט איז ער שוין דא, הייבט זיך אן די דין ודברים, איך טראכט וואס איך זאל מאכן פאר פרישטאג, איך קען אדער מאכן אייער שפייז, אדער אפשר בונדאש, וואס וואלסטו ענדערש געוואלט? ער וואלט ווען גערן געענפערט טונא מיט מייאנעיז, ווייל ער איז דאך נישט זיכער צו זי וועט עס מאכן ווי אזוי ער האט ליעב, אבער זי האט דאך דעם אפשן נישט געגעבן, ממילא דארף מען סטיקן צו דאס וואס זי פרעגט, ס'איז מיר נישט אזוי קיין גרויסע נפקא מינה איך קען ביידע עסן, וועלכע איז דיר גרינגער צו מאכן?

ס'איז ביידע נישט שווער, שעם דיך נישט, זאג מיר וואס דו ווילסט ענדערש, ענדליך זענען זיי געקומען צו א טאלק, און ס'איז געבליבן אייער שפייז, זי נעמט ארויס עטליכע רעפטלעך ברויט, לייגט זאלץ, און ענדליך איז אלעס רעדי, ער הייבט אן צו טראכטן, ווי אזוי ער זאל צו גיין צו די גאנצע ענין, זאל ער זיך מאכן אביסל פרומער ווי ער איז, און מיט די צייט זאל זי שוין איינזען דעם אמת, אדער זאל ער זיך אויפפירן נארמאל, ווי אזוי ער פלעגט טוהן אינדערהיים, זי פון די זייט באטראכט אים, און לאזט נישט אראפ קיין אויג פון אים, ס'ווי נישט ווי, די ערשטע מאל וואס זי קען באטראכטן זיין אויפפירונג, און לאמיר האפן אז זי האט געטראפן וואס זי זוכט, בקיצור ער האט מחליט געווען אז ער גייט נישט צו סאך שפילן, ער גייט עס פראבירן מאכן נעטשרל, ער וואשט זיך די הענט, ער מאכט אבער נישט צו סאך האוואיעס פאר דעם, יא, ער מאכט זיכער זיי זאלן זיין טריקן, אבער טריקן האט אויך א שיעור, מ'זעצט זיך צום טיש, ביידע מיט פאררויטלטע באקן, און ס'נעמט א גוטע פאר מינוט ביז מ'קען ארויף ברענגען עפעס א גוטע טאפיק, און מער ווייניגער איז עס געלונגען, ווי נישט ווי, האנדלט מען דא מיט אן אשה כשרה, וואס וועט נישט נאכלאזן קיין קוצו של יוד, און אז מ'זאגט אז זיי האבן תשעה קבין, וועט זי דאס אויפווייזן אויף אלע וועגן וואס איז נאר שייך, און ממילא איז אלעס פיין אדורך, געבענשט האט ער אין א סידור, זיך אליינס וואונדערנדיג אז ער געדענקט נאך אויף וועלכע פעידזש ער דארף עס זוכן.

מ'האלט שוין נאכן פרישטאג, ער פראבירט צו צולייגן א האנט מיטן אלעס אראפ נעמען פון טיש, און פארשטייט זיך אז זי האלט און איין זאגן, נע, ס'איז גוט איך וועל עס שוין מאכן, און ער ענטפערט, ווי לאנג נעמט עס דען, לאז איך בין שוין פארטיג, טראכטנדיג ביי זיך, יעצט ווי לאנג ס'איז נאך גרינג על איך מיך מאכן, כאילו איך וויל, און צו ביסלעך וועל איך איר אפגעוויינען דערפון, מיינענדיג אז ס'גייט אזוי גרינג, ארויס צו קלאפן פון די חברה א זאך וואס זיי האבן צו געזען מיט די אייגענע אויגן.

וואס טוהט מען ווייטער מ'דארף דאך שטיפן זיבן טעג, אבער נישט קשה, דער פון אויבן וואס האט געהאלפן ביז יעצט וועט העלפן ווייטער אויך, עפעס איז דאך דא וואס צו טוהן, אריין פאקן די ספרים אין ספרים שאנק, אויספאקן די זילבער, צו רעכט מאכן עטליכע זאכן וואס ס'איז אלץ בעסער ווען ביידע באשליסן ווי און וואס און ווי אזוי.

שיער פארגעסן מ'דארף זיך דאך עפעס אראפ לייגן, מ'האט דאך געהאט א שווערן טאג נעכטן, און אזוי האט מען געשטיפט נאך צוויי שעה, מ'גייט ארום אויף די גאס פאר אביסל אדווערטייזונג, איך מיין דער עולם מוז דאך וויסן אז איך האב שוין חתונה געהאט און מ'זאל מיך באצייטנס אראפ נעמען פון די ליסט וועם נאך צו קוקן, מ'גייט ארויס פון איין סטאר און אריין צו די צווייטע, און אזוי פארברענגט מען, און מ'פראבירט אן צו קניפן א קשר פארן לאנגן קומענדיגן צוזאמען לעבן.

עס נעמט שוין אביסל טינקעלער ווערן, מ'דאווענט מנחה, און מ'מאכט זיך גרייט פאר שבע ברכות.

נו, עטץ מיינטס אוודאי אז ס'איז גרינג, אויסדרוקליך נישט, וועלכע קלייד זאל זי יעצט אנטהון, מ'קען דאך נישט גיין די זעלבע קלייד יעדע נאכט שבע ברכות, סאו, וועלכע איז ערשט און וועלכע איז צווייט, מ'פראבירט אים אריין צו נעמען אין די דילעמא, כאטש זי געט עס נישט אפילו איין פראצענט אז ער זאל אפילו פארשטיין א חילוק פון איינס אונעם אנדערן, אבער זיך מאכן כאילו זי איז נייגעריג אויף זיין מיינונג אין דעם זענען זיי מומחים, און זי פרעגט אים טאקע אן, גראדע פארשטייט ער יא אביסל, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו פארפאטשקען די ערשטע טאג, מאכט ער זיך אביסל שעמעוודיג, און זאגט, מיינסט מיר איז נפקא מינה, אוודאי וויל איך זאלסט נעמען דאס וואס דו האלסט אז ס'איז פאסיג פארן ערשטן טאג, און נאכדעם צו ביסלעך יעדן טאג די נעקסטע אין די רייע, און מיט אזא ביטול ווארפט ער אריין, פון מיין זייט הייב אן מיט די קלייד, און שוין, איך מיין אז ס'איז שיין, אבער אז דו האלסט עפעס אנדערש טוה ווי אזוי דו פאשטייסט ס'מאכט באמת נישט אויס קיין חילוק אויף מיר.

און זי מיט איר חנופה איז אויך רעדי, וואהאו פונקט אויף דעם האב איך אויך גראדע געטראכט, זעט אויס אז מיר האבן די זעלבע טעיסט, זעמער דאך יא א גוטע פאר, ביידע צולאכן זיך פארן מאכן אזעלכע שנעלע דעסיזשן'ס נאר פון איין מעשה, ווי ביידע האבן געשפילט דאס בעסטע וואס זיי האבן געקענט.

אלעס איז מסודר מ'גייט צו שבע ברכות, מ'פראבירט צו נעמען די לענגסטע וועג, אז ווי מער מענשטן זאלן באמערקן אז ער האט שוין חתונה געהאט, און מער ווייניגער שפילט זיך אפ די זעלבע, יעדן איינציגן טאג פון די שבע ברכות.

ביז מ'האלט שוין ביי מלוה מלכה, און מ'איז שוין רעדי אוועק צו לייגן דעם שטריימל ביזן קומענדיגן שבת, און מ'הייבט אן ערענסט צו טראכטן אז אלעס גייט צוריק צום אלטן, ער אין כולל אנשטאט אין ישיבה, און זי צו די ארבעט, און זיי נעמען זיך אונטער נישט חלילה צו פארגעסן איינער פונעם אנדערן, זי נעמט די נאמבער פון כולל און ער נעמט די נאמבער פון די ארבעט.

און ויהי ערב ויהי בוקר יום שביעי. פארזעצונג קומט אי"ה.

קאפיטל צען

וביום השמיני הקריב אלימלך.

ער האט זיך געמוזט מקריב, און אויפשטיין פארטאגס, ס'איז דאך די ערשטע טאג, ער מוז דאך ווייזן אז ער איז א פיינער יונגערמאן, און פאקטיש וויל ער דאך זיין ערענסט, נאר דער שאור שבעיסה, איז דאס וואס ס'שטערט, סאו, ווי לאנג איך קען וועל איך פראבירן צו זיין גוט, און נאכדעם עמער זען ווייטער.

ער גייט דאווענען ווי א מענטש, דער בית המדרש זעט אים אויס ווי א חידוש, ער זעט דארט מענטשן, וואס מ'קען זיי נישט זען א גאנץ יאר, נאר ווער ס'קומט אין די צייט דאווענען, ער האט זיך אין זיין לעבן נישט גע'חלום'ט, אז אין די צייט אין טאג, איז דער בית המדרש אזוי פול.

בקיצור ער זוכט א מנין, און ער איז גרייט צו לייגן טלית ותפילין, די ערשטע זאך, כאפט ער אן זיין היט, אויפן זעלבן אויפן ווי מ'נעמט אראפ דעם שטריימל, פשוט פון געוואוינהייט, (קרעדיט טריאו) און קוקט שנעל ארום וויפיל מענטשן ס'האבן דאס באמערקט, אבער ער האט נישט קיין אהנונג, אז די מענטשן פון יענע צייט אין שול, האבן צו דעם קיין געדולד נישט, זיין קוקן יעדער פאר זיך, און ווארטן אז דער מנין זאל זיך נעמען פארן, ער טוהט אויס זיין הוט, און ער רעדי פאר די עטיפה, אביסל עקספיריענס האט ער שוין פון די לעצטע זיבן טעג, אבער ס'איז נאך אלץ שווער, אבער ער האט עס געמאכט, פראבירט צו מאכן זיכער אז קיינער זאל נישט כאפן קיין פליק פון זיינע ציצית, ער פילט נאך די פליקעס, וואס ער האט געכאפט אלס בחור פון די גרויסע טאטעס, און ס'האט אים גאנישט געשמעקט, און ער האט זיך דאן אונטער גענומען, אז אויב דער באשעפער וועט אים צו שיקן זיין באשערטע גרינגערהייט, וועט ער אויף דעם שטארק אכטונג געבן, און כך הוה, ער איז שנעל א חתן געווארן, און ער געדענקט זיין צוזאג, און ער האלט עס איין.

ער האט שוין גענדיגט לייגן די תפילין, און געט א ריק ארויף זיין הוט אויפן קאפ, אנשטאט די טלית, אויך פון געוואוינהייט, (קרעדיט טריאו) אבער דא, האבן שוין יא אפאר חברה מיט געהאלטן, און מקיים געווען, דעם ענין צו לאכן פון יענעם'ס דורכפאל, אז יענער זאל קומען אפקומען זיינע עבירות,- זיך נישט רעכענענדיג, אז ער האט אקארשט געהאט א יום החופה-, ער איז געווארן גוט רויט, און שנעל אויס געטוהן דעם הוט, און ארויף גערוקט דעם טלית און זיך אנגעפאנגען שאקלען א-ווי גארנישט האט פאסירט.

ביז נאכן דאווענען האט ער שוין לאנג פארגעסן פונעם אינצידענט, און אלעס איז צוריק צום אלטן, ער שפאצירט אהיים, מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ, אזוי ווי אלע פרישע אינגעלייט, ער קומט אן אהיים, און זי ווארט אים שוין אפ, מיט א ברייטן שמייכל, כאטש נאך רויטליך, און מ'איז גרייט צום פרישטאג, ער האט גראדע נישט אויסגעפאלגט דאס וואס א בדחן האט אים געזאגט, אז באלד דעם ערשטן טאג ווען די ערשטע פרישטאג איז רעדי, גרייט מען דאך נאך אן אין שיינע פארצעלאן טעלער, שיינע גלעזער, און אזוי ווייטער, זאל ער צו גיין צום טישטעך ביים קארנער, און אנפאנגען אראפ ציען ביז אלעס קומט אן אויפן פלאר צובראכן און פארשמירט, און זי וועט אים אוודאי פרעגן, וואס גייט פאר? זאלסטו איר ענטפערן אז דאס איז פאר גארנישט, און זי זאל זיך אליינס פארשטעלן וואס ס'גייט געשען ווען ס'וועט זיין פאר עפעס.

בקיצור, די דזשאקס אין א זייט, (פאר אביסל) מ'האלט שוין נאכן פרישטאג, אלעס קלאפט, מ'איז גרייט צום שיידונג.

מ'געט זיך נאכאמאל איבער די נאמבער'ס פונעם דזשאב און פון כולל, און מ'גייט ארויס פון דערהיים, די ערשטע שטיקל וועג גייט מען נאך צוזאמען, ביז יעדער נעמט זיך זיין וועג, ער קומט אן אין כולל, קוקט ארום ווי דער האן אין בני אדם, ביז ער זעט דעם ראש הכולל, גייט צו צו אים, און באקענט זיך פאר אים, ער זאגט אים ווער זיינע חברותא'ס זענען, און דער ראש הכולל צייגט אים אן ווי זייערע פלעצער זענען, און ער נעמט די ספרים וואס מ'דארף האבן און זעצט זיך אויפן פלאץ, ווארטנדיג אויף זיין חברותא -וואס האט שוין חתונה געהאט עטליכע וואכן צוריק און האט שוין מער עקספיריענס מיטן זייגער, ווען אנצוקומען,- דערווייל קוקט ער ארום, פראבירט זיך צו מאכן באקאנט מיט די ארומ'יגע שכנים, אלעס אויפן איידעלן אופן, ער מאכט אויך זיכער צו באטראכטן ווי דער דער טעלעפאן איז, אז ווען ער וועט עס דארפן ניצן זאל ער עס נישט דארפן זוכן, און ווער איינער וועט אים קומען זאגן אז ער האט טעלעפאן, זאל ער קענען צו גיין, ווי א מומחה, ענדליך דער חברותא קומט אן, מ'מישט אויף די גמרא, פארשטייט זיך נאר פאר שיינקייט, איך מיין מ'קען דאך נישט פארלאנגען אז מ'זעל אנפאנגען לערנען, איידער מ'ווייסט פונקטליך מיט וועם מ'גייט צום טיש, ווי אזוי אלעס איז דוירך ביז אהער, און ווי אזוי ער האט עס ליב, און ווען מ'האט שוין א פונקטליכן דעסקריפשן פון אלעס ארום און ארום, קען מען שוין אנפאנגען לערנען, אבער נישט פאר מ'גייט קאלן די ווייב, מאכן זיכער אז זי לעבט, און אז מ'האט איר נישט אפגעזאגט פון די ארבעט, אזוי פון איין מינוט צו די אנדערע.

די פאן קאל, אין די קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.

קאפיטל עלף

די פאן קאל אין כולל.

איך בין נאר מקדים, אז כדאי ס'זאל זיך נישט סותר זיין, פון איין ארטיקל צום אנדערן, מוז איך אייך ערקלערן, פארוואס ער האט פונקטליך געדארפט וויסן ווי די פאבליק פאון, איז, ער האט דאך געהאט א סעלפאן, די סיבה איז פשוט, ער איז נאך געווען ניי, און זיך געשעימט צו ווייזן באלד אין אנפאנג, אז ער איז פון די בעסערע, וואס האבן סעלפאן'ס, ממילא האט ער מיט איר אפגעשמועסט, אז אין אנפאנג וועט מען נאר רעדן דוירכ'ן פאבליק פאן, ס'איז אפשר א בעיבישע תירוץ, אבער פאקט בלייבט פאקט, איך קען מיך מיט דעם נישט קריגן.

ער לויפט ארויס צום פאבליק פאון, און צו זיין מזל ווערט ער געוואר אז ער איז נישט דער איינציגסטער שנה ראשונה אינגערמאן, און ער איז אויך נישט דער איינציגסטער וואס האט אויך פונקט פארן לערנען געמוזט מאכן זיכער, אז מיט די אידענע האט גארנישט פאסירט, פון ווען מ'האט איר איבער געלאזט ביז יעצט, ער טרעפט דארט נאך דריי וואס שטייען אין די רייע פאר אים.

ער געט א זאג פארן דריטן, איך גיי נאר צוריק צו מיין חברותא, זאגן אז ס'גייט נעמען א פאר מינוט, ווייל ס'איז פארנומען, און איך קום שוין צוריק, מאך זיכער אז קיינער נעמט נישט אוועק מיין רייע.

ער לויפט צוריק אריין, און זעצט זיך אוועק, און זאגט פאר זיין חברותא, אז דער פאן איז ביזי, לאמיר עפעס אנפאנגען לערנען, און אין פינף מינוט ארום, על איך נאכאמאל טשעקן, מ'מישט אויף דאס בלאט ווי מ'גייט אנפאנגען, און מ'הייבט זיך אן צו טענה'ען ווי פונקטליך מ'זאל אנפאנגען, צו נאכאמאל פון די משנה, אדער סוף עמוד א', ביז מ'האט מחליט געווען אז מ'הייבט אן פון די משנה, און דערווייל איז שוין אדוירך פינעף מינוט, און ער גייט נאכאמאל ארויס, קוקן צו זיין רייע איז שוין אנגעקומען, און דער יעניגער קוקט אים אן אביסל גערעגטערהייט, איך האב שוין געדארפט וועגן דיר אוועק שיקן עטליכע אינגעלייט, איך האב עס נישט ליעב צו טוהן, ווילסט רעדן ווארט אין די רייע, אז נישט לאז מיך צוריה.

ער האט זיך אנטשולדיגט פאר יענעם, און דערווייל געגעבן א בליק, ווי די רייע האלט, און זעט אז דער ערשטער רעדט נאך, איך מיין רעדט נאך, ער האלט דעם טרייבל, האט ער דען פון וואס צו רעדן? ס'האט זיך אנגעפאנגען א געקלאפעטכטס, און געהיסעכטס, אזוי ווי ביים בית הכבוד אין בית המדרש צופרי פארן דאווענען, דער יעניגער האט אנגעפאנגען צו פארשטיין אויפן ווינק, און ביז צוויי מינוט איז דער טעלעפאן אריבער צום נעקסטן, ער האט זיך אנטשולדיגט און אריין לערנען, דער צווייטער האט עס געמאכט גאנץ שנעל, און דער דריטער נאך שנעלער, און אצינד איז אויף די רייע.

ער נעמט דעם אזוי געגארטן טרייבל אין די הענט, דרוקט אריין דעם קאלינג קארד נאמבער, און נאכדעם די טעלעפאן נאמבער, און ס'קלינגט, און ס'קלינגט נאכאמאל.

ענד קא. גאד מארנינג, פערי ספיקינג, מעי איי העלפ יו?

איך קען רעדן צו מיסיס קעניג?

טו האם?

מיסיס קעניג.

אה, יו לוקינג פאר מיס,

נאו, זי האט שוין חתונה געהאט, און זי הייסט היינט קעניג.

קוד יו ספיק ענגליש פליז? ביקאס מיי אידיש איס נאט ווערי וועל.

אה, איי עם סארי, איי עם לאקינג פאר מיי ווייפ שי זשאסט מעריט.

און וואטס איז היר נעים?

מיסיס קעניג, מלכי קעניג.

אה, איי גארעט איי גארעט, דיד יו מעריט וויט מלכי, שי איס סאטש א קיוט גערל, איי מאסט טעל יו.

יעס, באט איי עם אין א ליטל ראהש, קוד יו טרעספער מי טו היר?

יעס, איי עם סארי, באט איי עם טינקינג, דעט שי דזשאסט לעפט פאר לאנטש, לעט מי סי.

מיסיס קעניג טעלעפאן, עטס יור האוסבענד.

נאו בארי איז דער, איי וויל ליוו היר ע מעסעדזש, דעט יו קאלד היר, איז דיס אקעי?

איי העוו נאו טשויס עניוועי, טענק יו ווערי מאטש.

מיט כעס הענגט ער אויף דעם טרייבל, נאך א מזל קיינער שטייט נישט פונקט נעבן אים, ער וואלט איינגעזונקען פאר בושות, מיט די צורה ווי ער זעט יעצט אויס, ער דרייט זיך אויס, און וויל אריין גיין אין כולל עפעס לערנען, און דער טעלעפאן צוקלינגט זיך, ער איז כמעט זיכער אז ס'איז נישט פאר אים, און ער הייבט אן אוועק צו גיין, אבער זיין געוויסן לאזט אים נישט, און ער דרייט זיך צוריק און הייבט אויף, האלאו.

יא, מ'קען אפשר צו רופן אלימלך.

נו, איך רעד דא.

ווער אלימלך גראס?

אה, ניין, איי עם סארי, איך בין פונקט געשטאנען דא, און איך הייס אויך אלימלך, אנטשולדיגט.

איין מינוט ווער איז דאס, דאס איז מיילעך קעניג?

יא, ווער זענט איר?

זי שיסט אויס אין א געלעכטער, מיילעך דאס בין איך דיין שוועסטער אסתי, איך זיך מיין מאן, דו דערקענסט נישט מיין קול?

יא, יעצט דערקען איך עס, איך בין געווען אביסל אנגעצויגן, און ממילא האב איך נישט אריין געטראכט.

סאו, ווייסטו וואס, דארפסט אים נישט יעצט צו רופן, ווען דו זעסט אים, געב אים איבער ער זאל אהיים קאלן, זיי געזונט.

ער וויל שוין מער נישט הערן קיינע קלינגעס, ער יאגט אריין, ער זעצט זיך אויפן פלאץ, ביז איין מינוט שטייט איינער נעבן אים, ביסטו מיילעך קעניג?

יא.

האסט טעלעפאן.

ער שעמט זיך שוין פאר זיין חברותא, אבער ווי ס'זעט אויס, האט דער חברותא די זעלבע זאך מיטגעמאכט, ווייל ער האט אים מיט א שמייכל געוויזן מיט די הענט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם.

ער גייט צום טעלעפאן האלאו.

יא, מיילעך, איך פראביר שוין באלד צען מאל דיך צו קאלן, און ס'איז א גאנצע צייט ביזי.

און איך האב דיך געקאלט, און די סעקרעטערי, נאכן מיך אויפהאלטן, און זיך צו קראצן מיט מיין צוזעצטן ענגליש, האט זי מיר געזאגט אז דו ביסט שוין נישט דארט.

אקעי, איך בין שוין געווען אין לאבי, און ווען איך האב געהערט אז זי רופט מיך בין איך צוריק געגאנגען, אבער דו האסט שוין געהאט אראפ געלייגט, און פון דאן שטיי איך דא, און איך האלט אין איין רידיילן.

ער דערציילט איר אלעס, און יעדער בארואיגט זיך.

סאו, ווי אזוי איז געווען דיי ערשטע טאג אין כולל.

ב"ה זייער גוט, ס'ארדענט זיך איין זייער פיין, און ווי אזוי איז ביי דיר?

איך האב הנאה צו הערן, ביי מיר איז דאך אלעס די זעלבע, ס'איז זייער פיין, ס'איז געווען א וועלקאם בעק סיין, יעדער האט זיך געפרייט צו מיר, און שוין, וואס נאך?

גארנישט ספעשל, ביז וויפיל אזייגער ביסטו דארט?

ביז פינעווע.

אקעי, סאו סי יו לעטער מלכי.

זיי געזונט מיילעך.

טענק יו מלכי, האב הצלחה מלכי, כאב הנאה אז אלעס איז אקעי, מלכי, ביי מלכי.

ביי.

פארזעצונג קומט אי"ה.

שוין גענוג געווען כולל, וואס ווייטער.

אלימלך זיצט מיט זיין חברותא, מ'האט שוין מער ווייניגער געענדיגט פארן טאג, און אזוי ווי ס'איז נאך דא אפאר מינוט ביז די טאג איז פארטיג, ענדיגט מען מיט א שמועס.

נו, מיילעך, וואס איז סתם אזוי נייעס?

נישט עפעס עקסטערס, איך פלאן צו גיין בקרוב ארבעטן.

מיינסט עס אמת'דיג? ווי יאגסטו דיך? דו מיינסט אז אין די ארבעט איז נאר דא פאן?

ניין, אבער ווייסטעך, ס'גייט נישט אלעס ווי איך וויל, און אז מ'טראגט מיר אן עפעס גוטס, זעה איך נישט פארוואס איך זאל עס נישט אננעמען, במילא פלאן איך דאך נישט צו ווערן קיין דיין, איז פארוואס פארברענגען די צייט, איך וועל האבן א שיעור צופרי און ביינאכט, און איך וועל זיין א געהעריגער באלעבאס, איך זעה נישט דערין קיין פראבלעם.

ביסט גערעכט, אבער ווי לאנג דו דארפסט דאס נישט, דיין ווייב ארבעט סייווי, פארוואס זאלסטו דאס טוהן? יעצט קענסטו נאך ענדזשויען, נאכדעם גייט עס שוין נישט אזוי שנעל.

ביסט גערעכט, אבער ווי לאנג וועט זי דען בלייבן ארבעטן? איך מיין ווייסט דאך, די סדר העולם, מ'האט קינדער, און מ'מוז זיין א מאמע פאר די קינדער.

אבער האסט דאך קוים חתונה געהאט, פארוואס כאפסטו? ווי לאנג דו ביסט דא, קענסטו זיך נאך גוט אומקוקן וואס פאר א מין ארבעט דו זוכסט, און דיסיידן וואס דו ווילסט, אבער אז דו עסט כאפן אלעס וואס מ'טראגט דיר אן, עסטו נאכדעם נישט אזוי שנעל טוישן.

איך האב טאקע קוים חתונה געהאט, אבער אין פאקט עט זי ארבעטן אפשר נאך א האלב יאר, (און פארגעסט נישט צו צולייגן א באהאלטענעם שמייכל) און דאס איבריגע, אוודאי כאפ איך נישט, איך טראכט גוט אדוירך יעדע פארשלאג, אבער איך האב ברוך השם אסאך אפערס, און איך גלייב אז איינס פון די אלע, וועט עפעס ווערן.

אקעי, זאל זיין מיט הצלחה.

אמן, א גוטן טאג.

טרררררר, טררררררררר,

האלאו, יא, ווער איז?

דאס איז מיילעך קעניג?

יא, ווער רעדט?

מיר רעדן דא פון די ארבעט'ס פארמיטלונג, דו האסט דיך איינגעגעבן פאר ארבעט, שטימט?

יא, נו, ס'איז דא עפעס נייעס?

עפעס האמיר, איך ווייס אבער נישט צו דו וועסט עס גלייכן, דו ווייסט דאך, אז ס'איז נישט גרינג היינט, יעדער זוכט ענדערש צו נעמען ביליגערע ארבעטערס.

נו, סאו וואס האסטו?

אקעי, איך האב ארבעט אין א ווערהאוז, מ'זוכט א מענעזשער, דו מיינסט אז דו קענסט עס אננעמען?

וואס איז די ארבעט דארט?

מ'דארף ערלעדיגן שיפינג און רעסיווינג, און מענעדזשן אפאר גויים, און צולייגן א האנט און א פלייצע צו יעדע זאך וואס פעלט זיך אויס דארט.

און וויפיל באצאלט מען?

ער זאגט אז ער איז גרייט שיין צו באצאלן, ווען מ'ארבעט זיך גוט אריין, ער הייבט טאקע אן נאר מיט אכט דאלער א שעה, אבער ער גייט שנעל ארויף, איך מיין אז ס'לוינט זיך, ס'איז נישט דא צופיל בעסערס, טראכט אריין און לאמיך וויסן.

אקעי, שכוח.

טרררררררר, טררררררר,

האלאו, טובי' וואס איז נייעס? וואס הערט זיך? שוין לאנג נישט גערעדט.

טאקע טאקע, איך קאל דיך גראדע פאר דיין טובה.

יא, וואס איז?

האסט מיר שוין איינמאל געזאגט אז דו זוכסט ארבעט, זוכסט נאך אלס?

יא, אוודאי, ס'איז געפערליך, דער עולם האלט נישט ביים באצאלן, אבער ארבעטן דארף מען ווי פערדן.

אזוי גייט עס, מיינסט אז מיר איז בעסער?

סאו, וואס האסטו?

מיין באעלבאס זוכט א טראק דרייווער, וואלסט עס אנגענומען?

מאכסט חוזק פון מיר? א פרישער אינגערמאן א טראק דרייווער?

וואס מאכסטו זיך נאריש, אז מ'האט נישט עפעס בעסערס, איז דאס אויך גוט.

אבער וויפיל באצאלט ער דען? צען דאלער א שעה, און פארדעם זאל איך מיך אזוי אראפ לאזן? און וואס וועט מיין מלכי זאגן צו דעם?

מיילעך, איך גיי דיר נישט איינטיילן וואס יא און וואס נישט, איך קען דיר נאר זאגן, וואס אונז זוך מיר, און אויב דו וועסט מיר זאגן אז ס'איז אינטערעסאנט, קען איך ארבעטן פאר דיר, אז דו זאלסט זיין ערשט אויפן ליסט, און ניין ער הייבט נישטאמאל אן מיט צען דאלער א שעה, ער הייבט אן מיט אכט און א האלב, אבער נאכדעם גייט ער ארויף, ביי יעדע קינד, און יו"ט געט ער א באנוס, בקיצור, איך בין זייער צופרידן דא, מוזט מיר נישט ענטפערן יעצט, קענסט מיך לאזן וויסן מארגן, אבער אויף נישט צו לאנג, ווייל מ'האלט דא אין איין אריין קאלן.

אקעי, שכוח.

פארזעצונג קומט אי"ה.

קאפיטל דרייצן

מיילעך זוכט ארבעט.

א גוטן מיילעך וואס מאכסטו?

אה מאכי, דו ביסט דאס, איך מאך גארנישט, איך זוך וואס צו מאכן.

וואס, פלאנסט שוין ארויס צו גיין פון כולל?

ניין, איך פלאן נישט ארויס צו גיין פון כולל, דאס האב איך שוין געענדיגט פלאנען עטליכע וואכן צוריק, יעצט בין איך שוין אינדרויסן, און איך זוך ארבעט, וואס האלטסטו קען זיין פאסיג פאר מיר?

וואס הייסט וואס, אן אינשורנס אגענט, אדער א ריעל עסטעיט בראקער.

נאר דאס איז מיר נישט בייגעפאלן, ווי אזוי האב איך נישט געטראכט דערפון ביז יעצט, דאס איז דאך ממש ווי געגאסן אויף מיר, שכוח, איך גיי מיך שוין איינגעבן ביי איינע פון די אינשורענס אגענטורן, זיי געזונט.

האב הצלחה.

ביים אינשורענס אפיס

יא, קום אריין.

מיט וואס קען איך אייך העלפן.

איך הייס מיילעך קעניג, איך האב חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק, און איך זוך ארבעט, און איך האב געטראכט אז צו סעילסן אינשורענס, דארף זיין זייער גוט פאר מיר, איר מיינט אז איך קען מיך דא איינגעבן?

קודם שלום עליכם, וועמענ'ס איידעם ביסטו נאר?

ר' גימפל האניג, איז מיין שווער, איך בין נישט זיכער אז איר קענט אים.

גימפל'ען, וואס הייסט איך קען אים נישט, כ'בין געגאנגען מיט אים'ען אין איין חדר.

אזוי, ער איז אזא שטילער מענטש, אז כ'האב נישט געגעלייבט אז איינער קען אים אפילו, נו וואס זאגט איר ס'קען זיין אינטערעסאנט פאר מיר?

לאמיר דיר פרעגן, ביסט גרייט אדוירך צו גיין אלע קורסעס דערצו?

כ'בין אלעס גרייט, זאגט'ס מיר נאר וואס איך דארף טוהן און איך וועל זיך צו אלעם צו שטעלן.

ערלעדיגט, קום צוריק מארגן, און איך וועל דיר פונקטליך זאגן וואס דו האסט צו טוהן.

שכוח, א גוטן טאג.

האלאו מלכי, וואס זאגסטו צו מיר, איך האב שוין אן ארבעט.

אמת'דיג, איך בין אזוי העפי, פון וואס איז די רעדע?

איך גיי ווערן אן אינשורענס עידזשענט, האסט אן אהנונג וויפיל געלט מ'קען מאכן דערפון, איך ווייס פון עטליכע וואס האבן מעכטיג מצליח געווען דערפון, און דו ווייסטעך אז איך טויג דערצו, איך דארף פון דיר איין זאך, מאך מיר א ליסט פון אלע דיינע פרענדס, מיט זייערע טעלעפאן נאמבערס, און זיי וועלן זיין די ערשטע קרבנות מיינע.

דו האלסט אז דו גייסט טויגן דערצו, מ'דארף זיין א גוטער נודניק צודעם, איך קען דיך נישט פאר אזא איינעם.

כ'מיין אז דו קענסט מיך נאכנישט, עה, כ'האב געמאכט א דזשאוק, אבער דו ווייסט דאך, אז צו וואס איך האב מיך נאר גענומען האב איך ברוך השם מצליח געווען, סאו וועט דער אייבישטער העלפן דא אויך.

אקעי, איך וועל דיר מאכן א ליסט. ווען קומסטו אהיים?

געהעריג ווי יעדן טאג.

נאו פראבלעם, סי יו, ביי מיילעך.

ביי מלכי.

כ'גיי נישט פונקטליך באשרייבן אלע נודנישע טעלעפאן קאלס, ווייל דאס איז אן עקסטערע באשרייבונג, וואס האט נישט דייקא מיט א שנה ראשונה אינגערמאן, דאס איז מיט יעדן עידזשענט, אבער זיין גיין אויפן גאס ווי אן אינשורענס עידזשענט, געמישט מיט שנה ראשונה געפילן, דאס איז געווען עפעס מער ווי וואס מ'קען פארציכטן צו באשרייבן.

דאס גראדע שטאפן היט, די טאשקע אין די הענט, דאס רעדן נאר צו אזעלכע וואס וועלן חלילה נישט אנשמעקן זיינע טייערע בגדים מיט זייערע וואכעדיגע גערויך, די ציגארעטל וואס ווערט קיינמאל נישט פארלוירן פון צווישן זיינע פינגער, די גלעזער וואס נאר די שווארץ אפעל פונעם אויג קען דארט דוירך קוקן, די אלע קלאפער געצייג וואס ער נעמט אלס מיט אין מקוה, וועגט היבש מער ווי זיין טלית ותפילין בייטל, א קאר די לעצטע מאדעל, כאטש ער האט נאכנישט פון וואו צו נעמען זיינע פעימענטס, קען ער דאך נישט זיך עפארדן אנצוקומען צו זיינע קרבנות מיט אן אלטן דזשילאפי, די חברים וואס האבן נישט די זכי' צו געהערן צו זיין גרופ, אבער זענען דאך געגאנגען מיט אים אין איין חדר, ווערן באגריסט מיט א קליינעם שאקל נישט נידריגער ווי אן אינטש, מיטן קאפ. און דאס דארף זיי מאכן צופרידן פיל מער ווי זיי מיינען טאקע, כ'מיין וואס טראכטן זיי, איך מיילעך צוקונפטיגער עושר, זאל איך געבן א גרויסן שאקל מיטן קאפ, פאר יענעם נאר וועגן דעם ווייל ער איז געגאנגען אין מיין חדר? ס'איז דאך נאריש, אז איינער פון די קאסטומער'ס מיינע וועלן נאר באמערקן אז איך בין גוט מיט יענעם, וועט ער דאך מיר אראפ קוקן מיט ביידע אויגן, איך קען מיך דאס נישט עפארדן, איך בין מיילעך קעניג, דער בעסערער און געלונגענער.

דער מענטש טראכט און דער פון אויבן לאכט, אזוי זאגט די וועלט, און מיילעך איז איינע פון די וואס האבן די עקספיריענס דערפון אויך, ער האט זיך ארום געדרייט עטליכע חדשים, און בלי שום גוזמא, ניטאמאל איין פאליסי האט ער ערלעדיגט, נישט חלילה אז ער האט נישט די שפראך דערצו, גראדע האט ער זייער גוט אויסגענומען ביי היבט אפאר חברה, און זיי זענען טאקע לכבוד אים, געגאנגען צו זייערע נאנטע קרובים, וואס זענען אויך געווען אין די ליין, אבער האבן דאס נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין ווי אים, און יעצט אז זיי פארשטייען שוין, מוז מען דאך שטיצן אייגענע קרובים, און אזוי יעדער איינער מיט זיינע אנדערע תירוצים, אבער מיילעך האט גארנישט געהאט דערפון אויסער חובות צו באצאלן זיין שיינע קאר, און די אנדערע זאכן וואס ער האט זיך ערלויבט אויפן חשבן פון זיין עשירות וואס שטייט אים אונטערן טיר.

אפשר זאל איך מיך אריין לאזן אין ריעל עסטעיט, א שיינע פאר חברים האבן מצליח געווען דערין, ער קניפט אן פארבינדונגען, און ביי זיך אין מח איז ער פעסט אין ריעל עסטעיט, ווען איינער פרעגט אים, מיילעך וואס טוהסטו פאר פרנסה?

איך בין אין ריעל עסטעיט.

און אויב יענער דרייט זיך אוועק מיט א שמייכל, וועט אים מיילעך צוריק שלעפן, אוןפרעגן פארוואס לאכסטו, איך זאג דיר איך בין פעסט אין ריעל עסטעיט, איך גיי קלאזן נעקסטע וואך אדער צוויי.

כ'מיין איך דארף אייך נישט דערציילן אז דערווייל איז פאר מיילעך'ן נישט געווען באשערט קיין עשירות, און פון אלע זאכן האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און מיר האלטן צוריק ביים קעפל פון דעם ארטיקל.

מיילעך זוכט ארבעט.

פארזעצונג קומט אי"ה.

קאפיטל פערצן

מיילעך טרעפט 'ארבעט'

אזוי זענען אריבער שווערע טעג אויף מיילעך'ן, זיך ארום דרייענדיג און אויסהערן'דיג, אלע ערליי פארשלאגן, ביז ער האט דיסיידעט אז ער האט מער נישט קיין ברירה, נישט לערנען און נישט ארבעטן האט נישט קיין פשט, און ער מוז טוהן דראסטישע שריט, אז די זאך זאל קומען צו אן ענדע.

מיילעך זיצט אינדערהיים, און שמועסט מיט זיין אשת חיל, וואס זאגסטו, זאל איך אננעמען א פלעינע ארבעט פון שלעפן באקסעס?

כ'וואלט באמת נישט געוואלט, איך וואלט פיל מער געהאט חשק, אז די אלע דיינע פריערדיגע זאכן זאלן זיך אויסארבעטן, אבער דו זעהסט דאך וואס ס'געשעט, ס'האט אונז דערווייל נאר מער אריין געשלעפט אין חובות, ממילא מיין איך אז דו האסט נישט קיין צווייטע ברירה, ווייל צו לאנג גיי איך סייווי נישט קענען אנהאלטן ביי די ארבעט, און אן גארנישט וועט נישט טויגן.

אקעי, ביסט גערעכט, כ'וועל מוזן אזוי טוהן, לאמיך קאלן מיין חבר, זעהן צו די דזשאב וואס ער האט מיר אנגעטראגן איז נאך עוועילעבל, איך גלייב שוואך, אבער פראבירן מוז איך.

האלאו טובי', דאס איז מיילעך, וואס איז נייעס?

רעד שנעל איך בין ביזי, וואס ווילסטו?

עם עם עם, איך האב נאר געוואלט וויסן צו די ארבעט פון וואס דו האסט גערעדט צו מיר א צייט צוריק, איז נאך עוועילעבל?

עה, כ'האב דיר באלד געזאגט אז מענטשן רייסן זיך דערויף, איך האב געזען אז דו קאלסט מיך נישט צוריק, האב איך פארשטאנען אז דו האסט געטראפן עפעס בעסערס.

יא, איך האב אויך געמיינט אזוי, אבער דערווייל האלט עס דא, למעשה זוכט נישט דיין באלעבאס נאך ארבעטערס?

נישט עכט, אז כ'וויל וויסן וועל איך דיך קאלן, זיי געזונט, און הצלחה.

וואס פאר א נאר איך בין, איך וואלט שוין געקענט דארט זיין עטליכע חדשים, און שוין נאך א ביסל באקומען א רעיס, איך האב מיך געזוכט גליקן, און דא האלט איך יעצט, שוין אלעס איז פון הימל, לאמיר האפן צום באשעפער אז ער וועט מיך נישט פארלאזן.

טררררררר, טרררררררררר, האלאו, יא ווער איז?

מיילעך, דאס בין איך טובי', פארפאלן ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, האסט מיך פונקט געקאלט אין די ריכטיגע מינוט, מיין באלעבאס האט מיך ממש יעצט אריין געקאלט, אז ער וואלט אויף גענומען נאך א איד אונעם ווערהאוז, צו איך ווייס איינעם וואס וואלט דאס געוואלט אננעמען, איך האב געזאגט אז איך ווייס איינער א חבר מיינער וואס זוכט ארבעט איך קען אים פרעגן, און ער ווארט אז איך זאל אים צוריק קאלן צו דו ווילסט עס, סאו וואס זאגסטו, מיילעך, וואלסט עס אנגענומען?

האב איך דען צוויי ברירה'ס, יא, איך נעם עס אן, קענסט אים קאלן אז יא. זאג מיר נאר ווען ער וויל איז זאל אנפאנגען, און ווי איך דארף גיין.

אקעי איך קאל דיך באלד צוריק.

זעהסטו מלכי, אז מ'מיינט עס ערענסט העלפט דער אייבישטער, אז ס'איז באשערט אזוי, זאל זיין אזוי, און לאמיר האפן אז מיט די צייט וועל איך שיין פארדינען.

טררררר, טררררררררר. יא, טובי' וואס זאגסטו?

אקעי, נעקסטע וואך מאנטיג, זאלסטו ווארטן ביי אים אין אפיס, און ער וועט דיר אנצייגן וואס דו האסט צו טוהן, דו ווייסט ווי אונזער ארבעט איז, יא?
(ווייל איך נישט)

יא, יא, איך וועל דארט זיין אי"ה, א גרויסן שכוח טובי', דער אייבישטער זאל דיר אלעס גוטס באצאלן.

אמן, זייער גערן, אויף ווידער זען מאנטאג, זיי געזונט.

איך האב נאך אפאר טעג, איך וועל זיך דערווייל מסדר זיין א חברותא, פאר פארטאגס און ביינאכט, אזוי איך זאל כאטש זיין א שטיקל איד.

איך האב עכט הנאה, איך זאג דיר באמת, אין אנפאנג ווען איך האב געזען ווי שטארק דו ווילסט ארבעטן, האט מיך דאס גוט געבאדערט, איך האב דיר אבער גארנישט געוואלט זאגן, ווייל איך האב דיך נישט געוואלט מצער זיין, אבער פאקטיש מיר האט מען געזאגט אז איך באקום א כולל אינגערמאן, און אסאך פון מיינע פרענדס האבן טאקע מענער וואס זיצן און לערנען, און איך האב זיי אביסל מקנא געווען, אבער אז איך הער יעצט, אז דו גייסט האבן א שיעור, בין איך מער ווי העפי, איך פריי מיך עכט.

און מיילעך האט זיך געשפירט היבש בעסער ווי די אלע טעג, וואס ער האט געבלאזן פון זיך, ער האט זיך טאקע מסדר געווען א חברותא, און די אנדערע מאנטאג, האט ער זיך געטראפן מיטן צוקונפטיגן באלעבאס זיינער, און זיך אדוירך געקומען, יענער האט אים צו געוויזן פונקטליך וואס ער וועט דארפן טוהן, און מיילעך האט אנגעפאנגען צו ארבעטן, ער האט נישט געארבעט גרינג, אבער ער האט זיך געפילט באפרידיגט אז ער איז א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן, לערנט, ארבעט, און זיין ווייב איז צופרידן מיט אים.

נאך עטליכע חדשים.

מזל טוב, א אינגל.

מיילעך האט געהאט א אינגל, און ער איז געווען זייער פרייליך, אז ער האט געהאט שכל, און האט זיך שנעל געכאפט איידער ס'איז צו שפעט, און יעצט אז ער האט הוצאות האט ער קעגן דעם הכנסות.

דעם נאמען פארן קינד זיינעם האט ער שוין נישט געזוכט צו געבן עפעס מלכות'דיגע נעמען, ווייל ער האט שוין איינגעזען אז דאס אלעס איז גארנישט, נאר איינצוזייען אין אים אהבת התורה און יראת שמים.

תם ונשלם דער שנה ראשונה אינגערמאן.

עפילאג.

ווי איר זעט אלע, האב איך פראבירט אראפ צו שטעלן דעם מער ווייניגער אויסזעהן פון א שנה ראשונה אינגערמאן, וואס מיינט אז די גאנצע וועלט באלאנגט פאר אים, הגם ס'האט זיך פארצויגן אביסל מער ווי איך האב געטראכט, האף איך אז איר האט הנאה געהאט, אין איינוועגס וויל איך מיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה, און שרייבן שכוחות, וואס דאס איז די וויכסטיגטסע זאך, צו קענען ציען א מעשה און שרייבן נאך ארטיקלען, האטס מיר אלע א גליקליך לעבן, צוזאמען מיט די בני בית, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
(גענומען פון דא)