דינוב

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #40
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
(קאפיע פון 2008-09-15)#1
דינוב
start content

דער בני יששכר

ספריו הקדושים

פון בני יששכר זענען פארבליבן צענדליגער חיבורים וועלכע זענען ברייט באקאנט צווישן חסיד'ישע אידן צווישן די ספרים ציילן זיך,

  • בני יששכר - על מועדים וזמנים
  • דרך פקודיך - על מצוות התורה
  • אגרא דכלה - על התורה
  • אגרא דפרקא
  • אגרא דהלולי
  • חידושי מהרצ"א - על הלכות חנוכה
  • לקוטי מהרצ"א
  • כלי הרואים
  • הגהות מהרצ"א
  • דברים נחמדים
  • רגל ישרה
  • מעין גנים כנגד ההשכלה והמשכילים
  • מגיד תעלומה - על ברכות
  • ריח דודאים - על מסכת מגילה
  • והיה ברכה
  • ברכה משולשת
  • תקנות תמכין דאורייתא
  • מעשה השם השלם
  • פסח בחבורה

שלשלת הקדושה

דער בני יששכר האט געהאט פיהר זוהן און דריי טעכטער,

  • ר' מאיר משולם זושא (נפטר בחיי אביו), זיינע קינדער זענען געווען,
    • ר' יהושע דוד
    • הרבנית רבקה רחל אשת ר' משה אליעזר געללער אב"ד קריפטש
  • ר' אלעזר מ'לאנצהוט (זעה לאנצהוט הויפט ארטיקל)
  • ר' שמואל מ'בערטש חתן ר' נפתלי הירץ לאבין מו"ל ספר הק' בני יששכר פון זיין פאטער, זיינע קינדער זענען געווען,
    • ר' משולם חתן ר' פסח אייזנבערג
    • ר' משה לייב מ'פרעמישלא
    • חתנו ר' ברוך האלבערשטאם
    • הרבנית פערל אשת ר' מאיר יהודא ליבוש לאנגערמאן אב"ד טורקא
    • חתנו ר' בנימין ב"ר חיים מ'סערעט נכד הבעל שם טוב הק'
    • הרבנית רבקה אשת ר' ישראל שמעון מאיר וואלדמאן מ'בארשא
  • ר' דוד מ'דינוב (זעה ווייטער)
  • הרבנית ביילא בזווג"ר אשת ר' נחמיה ב"ר צבי וויינבערגער, ובזווג"ש אשת ר' שמעון ישעי' רייך אב"ד ריבאטיטש, זייערע קינדער זענען געווען,
    • הרבנית מיכלי אשת ר' לוי יצחק
    • ר' נפתלי חתן ר' שמעון ישעי' רייך הנ"ל (פון זיין ערשטע ווייב)
    • ר' יוסף בנימין חתן ר' שמואל ווילנער אב"ד העליש, ר' יוסף בנימין איז געווען רב אין העליש און אין ריבאטיטש
    • ר' שמעון ישעי' דיין ב'פרעמישלא
  • הרבנית שרה אשת ר' משה ב"ר אליעזר שיינפעלד, זייערע קינדער,
    • ר' פסח אברהם אב"ד קורימא
    • ר' אלעזר
    • הרבנית פעסיל אשת ר' ישעי צבי ב"ר בנציון לאופער
    • הרבנית יוטא לאה אשת ר' יעקב אורי אב"ד טורקא בזווג"ש
    • ר' מרדכי יוסף
    • הרבנית רבקה אשת ר' נפתלי צבי הארפודער
    • ר' שמעון
    • ר' אשר
    • הרבנית ברכה
    • הרבנית מירל ליפשא
    • ר' צבי אלימלך אב"ד מעזא-לאבורז, סלאוואקיי (נעבן סטראפקוב) חתן ר' משולם דוב קאליש דיין ב'מונקאטש
  • הרבנית רבקה אשת ר' יעקב אורי ב"ר פנחס ארי' אב"ד טורקא בזווג"ר, זיינע קינדער זענען געווען,
    • ר' אברהם יהושע העשיל וועלכע האט געוואונט ביים זיידן ווען זיין מאמע איז אוועק אינגערהייט
    • הרבנית הענא אשת ר' משה יוסף פאלימער מ'פשעצלוב
    • הרבנית גיטל הינדל אשת ר' משה ראטטענבערג אב"ד קאסוב
    • הרבנית רחל לאה אשת ר' נפתלי שיינפעלד

פטירתו

דער בני יששכר איז נסתלק געווארן י"ח טבת

ר' דוד'ל דינוב'ער

[בילד — נישט געראטעוועט]
שער בלאט פון ספר צמח דוד לר' דוד'ל דינוב'ער

ר' דוד שפירא איז געבוירן צו זיין פאטער ר' צבי אלימלך מ'דיונוב דער "בני יששכר" אין יאר תקס"ד, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית רחל מינא בת הנגיד ר' ישעי' הירץ מ'טורקא, ער האט משמש געווען ברבנות און סטריזוב, ווען שפעטער האט ער ממלא מקום געווען זיין גרויסן טאטען ברבנות ואדמורו"ת אין דינוב אפי' ער איז געווען דער אינגסטער זוהן ווייל ווי דערמאנט איז ר' משולם זושא שוין נישט געווען בין החיים, ר' אלעזר האט שוין געהאט א רבנות און ר' שמואל האט מוותר געווען פאר ר' דוד דאס רבנות זייענדיג עוסק און מסחר.

ר' דוד'ל איז געווען באקאנט אלס א גדול בתורה אזוי ווייט אז זיין זוהן ר' מאיר יהודה פון ביקאווסק האט נישט מסכים געווען צו דריקן דעם ספר "צמח דוד" זאגנדיג אז דאס קען פארקלענערן די גרויסקייט פון זיין פאטער.

פון ר' דוד זענען געבליבן די קינדער,

  • ר' ישעי' נפתלי הירץ ממלא מקומו ב'דינוב (זעה ווייטער)
  • ר' צבי אלימלך מ'בלאזוב חתן ר' משה הורווויץ מ'ראזוואדוב ב"ר אליעזר מ'דזיקוב נפטר ה' ניסן תרפ"ד
  • ר' מאיר יהודא מ'ביקאווסק בעמח"ס "אור למאיר", בזווג"ר חתן ר' האגער ובזווג"ש חתן ר' ישראל מ'קאסוב נפטר י"ט תשרי תרס"ט, די קינדער פון ר' מאיר זענען געווען,
    • ר' דוד מ'ביקאווסק בזווג"ר חתן ר' יהושע מ'דזיקוב ובזווג"ש חתן ה"קדושת יו"ט מ'סיגעט
      • ר' דוד'ס טאכטער הרבנית חיה לאה האט חתונה געהאט מיט ר' משה יוסף ב"ר ברכי' ט"ב מ'איהעל
    • ר' אלתר ראובן
    • הרבנית חיה טובא אשת ר' דוד שפירא מ'דינוב(השני)
    • הרבנית הינדא מלכה אשת ר' אליעזר הורוויץ מ'גרודזיסק ב"ר אברהם חיים מ'פלאנטש מגזע ראפשיץ
    • הרבנית שינדל רחל
  • הרבנית אסתר רבקה אשת ר' יהודא רוקח מ'דינוב, ר'יהודא'ס זוהן איז געווען,
    • ר' מנחם מענדל
  • הרבנית נחמה מלכה אשת ר' טובי' הורוויץ אב"ד מיידאן בגלילות קאלבאסאוו ב"ר מאיר מ'דזיקוב ה"אמרי נועם", זייער זוהן איז געווען,
    • ר' בנציון
  • הרבנית דבורה אשת ר' מנחם מענדל ב"ר יצחק מארילעס אב"ד דובעצק וראפשיץ, זייערע קינדער זענען געווען,
    • ר' מנשה
    • הרבנית מרים שפירא
  • הרבנית יהודית אשת ר' אלטר משה חיים רובין מ'גלאגוב בזיווגו הראשון, זייער זוהן איז געווען,
    • ר' מנחם מענדל זיידא הי"ד ראב"ד קולבאסאוו ומצודתו פרוסה לגלאגוב בעל עצי צדיק
      • דער איינציגסטער זוהן פון דעם בעל עצי צדיק וועלכער האט איבערגעלעבט דעם ביטערן חורבן להחיות לכם לפליטה גדולה ממשיך שלשלת אבותיו כ"ק מרן רבינו משה חיים רובין האדמו"ר מדינוב שליט"א על ישראל הדרתו בעיר התורה מאנסי

ר' דוד איז נסתלק געווארן י"ט אדר תרל"ד און איז נטמן געווארן נעבן טאטן אינעם אוהל אויפן ביה"ח אין דינוב

ר' ישעי' נפתלי הירץ שפירא

ר' ישעי נתפלי הירץ האט ממלא מקום געווען זיין טאטען אין דינוב ביז ווען ער איז אינגערהייט נסתלק געווארן אין בלויזן עלטער פון 50 יאר אין טאג ד' סיון תרמ"ה, עס איז פארבליבן פון אים א חיבור "הנותן אמרי שפר", זיינע קינדער,

  • הרבנית חנה מינדל אשת ר' יוסף שפירא ב"ר צבי אלימלך מ'בערטש ב"ר אלעזר מ'לאנצהוט ממלא מקומו ב'דינוב
  • הרבנית נחמה טילא אשת ר' נחמי' ב"ר משה יהודא לייב שפירא מ'סטריזוב ב"ר שלמה מ'מונקאטש

ר' יוסף שפירא

ר' יוסף איז ווי דערמאנט געווען א זוהן פון ר' צבי אלימלך מ'בערטש ב"ר אלעזר לאנצהוט'ער בן הבני יששכר, ער האט חתנוה געהאט מיט הרבנית חנה מינדל בת ר' ישעי' נפתלי הירץ ב"ר דוד מ'דינוב, ער האט ממלא מקום געווען זיין שווער נאר ברבנות ער האט נישט געוואלט פראווען קיין רבי'סטעווע.

ר' יוסף האט געדריקט די חיבורים פון זיין שווער און געפירט די עניני העיר ביז צו זיין פטירה "ז אדר א' תרצ"ב ,די רביצין איז נפטר געווארן כ"ו סיון תרצ"ד, זייערע קינדער זענען געווען,

  • ר' דוד (השני) מ'דינוב
  • הרבנית בילא אשת ר' דוד משה ב"ר אלישע האלבערשטאם מ'גארליץ
  • הרבנית שרה ריזל אשת ר' חיים דוב ב"ר משה האלבערשטאם מ'בארדיוב
  • הרבנית פרידא אשת ר' משה אלי' זידא ב"ר מאניש ספרין מ'קאמארנא
  • הרבנית גיטל אשת ר' אלעזר ב"ר שלום רוקח

ר' דוד שפירא (השני)

ר' דוד ב"ר יוסף שפירא איז געווען אן איידעם ביי זיין עלטער-פעטער ר' מאיר יהודא מ'ביקאווסק ב"ר דוד מ'דינוב נעמענדיג זיין טאכער הרבנית חיה טובא, ער האט געוואונט און סאניק וועלכע געפינט זיך בגלילות דינוב, ווען זיין פאטער איז נסתלק געווארן האבן די ראשי הקהילה פון דינוב אים אויפגענומען אלס ממלא מקום. למעשה איז ער שוין דאן קראנק געווען און ער איז בפועל קיינמאל נישט אריבער קיין דינוב , אבער מ'האט אים גערופען "דינוב'ער רב".

נאך עטליכע וואכן איז ער נפטר געווארן און סאניק כ"ו תשרי תרצ"ג, ווען ס'האט אויסגעבראכן א סכסוך צווישן די צוויי קהילות וואו מ'זאל אים לייגן למנוחות. ר' מאיר שפירא פון לובלין האט געפסקנט לטובת קהילת סאניק ושם מנוחת כבודו.

די קינדער פון ר' דוד זענען געווען,

  • ר' מענדל ממלא מקומו בדינוב
  • ר' אליעזר ב'סאניק
  • הרבנית העני אשת ר' ברוך האלבערשטאם
  • הבחור צבי אלימלך
  • הבחור ישראל

אלע זענען ליידער אומגעקומען עקד"ה בימי הזעם

ר' מנחם מענדל שפירא

end content