ראדאמסק

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #41
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
(קאפיע פון 2008-09-16)#1
ראדאמסק
start content

ראדאמסק איז א שטאט און צענטער פוילן, לעבן די שטאט לאדזש און טשענסטעכוב.

ראדאמסק איז געווען גערעכנט פאר די צווייט-גרעסטע חסידות אין אייראפע איידער די חורבן, און איז ליידער כמעט גענצליך פארניכטעט געווארן. תיכף נאכן אויסבראך פון די צווייטע וועלט מלחמה פרייטאג י"ז אלול תרצ"ט, ווען די דייטשן ימ"ש האבן אינוואדירט פוילן מיט א בליץ קריג, דעם פאלגענדען טאג זענען שוין די דייטשן באפאלן די שטאט, און די רציחות אין יסורים אויף די טויזענטער אומבאהאלפענע אידן האבן זיך אנגעהויבן, רוב אידן זענען אין יאר תש"א דעפארטירט געווארן אינעם טרויעריגן בארימטן פארניכטונגס לאגער טרעבלינקע און פארגאזט געווארן. הי"ד.

די ערשטע חסידישע רבי איז געווען ר' שלמה הכהן רבינאוויטש זצוק"ל, בעל מחבר ספר תפארת שלמה, דערנאך איז די רבנות אריבער צו זיינע קינדער און אייניקלעך ביז פיר דורות, ביז די חורבן.

end content