איך בין היינט געוואויר געווארן אז
TYPEWRITER איז לענגסטע (ענגלישע) ווארט וואס מען קען טייפן פון די אותיות פון נאר איין שורה.
31 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
TYPEWRITER איז לענגסטע (ענגלישע) ווארט וואס מען קען טייפן פון די אותיות פון נאר איין שורה.
איך פארקויף אתרוגים, עיין בבלאט נישט גרינג געווען,מסאכדעס.
ס'מיינט אז איך האב געהאלפען איינעם וואס פארקויפט אתרוגים.
אז מען קען זיין ביטער פארקילט טראצדעם וואס דער טעמפעראטור ביי "תלפיות" ספרים געשעפט האט געצייגט אויף 82!
<
p>
ס'מיינט אז איך האב געהאלפען איינעם וואס פארקויפט אתרוגים.
אבהג"ג אז דו האסט נאר געהאלפן דעם סוחר מיט זיינע קליענטן, אבער סארי, כ'בין אנגעקומען אזוי פארסאפעט האט מיר עס אין די ערשטע רגע אויסגעקוקט אז דו ביסט גאר דער סוחר, אבער אויב שוין יא אזוי זאגזשע מיר ביטע ווער איז דער קליינטשיגער וואס שטייט דארט ביין טישל? איז דאס שטילערהייט?
מ'מעג דא אויך שרייבן וואס איך בין נעכטן געוואר געווארן?
איך בין ממש יעצט געוואר געווארן, אז איך האלט שוין ביי דריי טויזענט זעקס הונדערט תגובות.
און איך בין היינט געוואויר געווארן, אז איכער האט ליב פון צייט צו צייט אראפצוגיין אין וויין-קעלער און ארויפברענגען אפאר פלעשלעך אלטע אבער גוטע וויין.
דו ביסט עס נעכטען געוואור געווארען איך בינעס היינט געוואור געווארען ודפח"ח
און אויך בין היינט געוואויר געווארן אז יאכער האלט איבער 3600 תגובות.
וואס מיינט ? אין אויך היינט געוואור געווארען?
טעות לעולם חוזק. (מאשקע)
כאב גגעוואלט שרייבן איך, און נישט אויך.
<
p>
איך בין א חוזק?...
וואס מיינט דיין קשיא, אז לכאורה באלאנגט עס נישט אין דעם בלאט, ווייל דו ביסט עס נישט היינט געוואר געווארן?
אבי מ'לעבט איז היינט געוואויר געווארן אז קרעמער אז דא געווען אויף שבת. ס'ארא דורכפאל.
אין מ'קען עס אריין שטעלן אין יענעם בלאט געאאייגנט פאר דורך פעלער.
אז סאכדעס קען אריין קומען, און גארנישט מגיב זיין.
ביסטו זיכער אז ער איז דא ?
אזא זאך קאן נישט פאסירן, כ'מיין אז דיין דמיון לויפט.
<
p>
ביסטו זיכער אז ער איז דא ?
אזא זאך קאן נישט פאסירן, כ'מיין אז דיין דמיון לויפט.
איך בין זיכער אז ער איז דא געווען, ווען איך ווייס ווען אז איינער וועט פראבירן מיך צו לייקענען, וואלט איך עס ווען פאראייביגט מיט א פיקטשער, אבער ס'איז מיר דאן אויפן מח נישט ארויף געקומען אז דאס גייט ווירקליך פאסירן, אז ער זאל דא זיין און גארנישט צו שרייבן.
בארואיגטס ענק. ער האט שוין געשריבן אינעם שלום עליכם בלאט.
מאשקע, איך בין אקארשט געוואר געווארן אז דו האסט מיך אויסגעכאפט.
רערערערעגסטעך מעמעמעמעגסטעך וויוויוויווילסט נישט מומומומוזט נישט.
איך זעה אז דו ווערסט יונגער און יונגער. איך האף אז דו וועסט מיך רופן צו דיין אפשערן.
אויב דו וועסט נעמען נקמה, און איך וועל ווערן עלטער, וויל איך אפילו נישט טראכטן צו וואס דאס קען אלץ צו ברענגען.