די פטירה פונעם שאפינג סענטער
אין דער צייט וואס גאנץ אמעריקע און דארינטער די גאנצע וועלט באוויינט נעבעך דעם מצב הכספי אין וואס מיר זענען אריינגעשלעפט געווארן און קענען זיך נישט ארויסזעהן, ווען עס איז פשוט כלה פרוטה מן הכיס, עס איז נישטא קיין רויטע פעני פון וואו צו צאלן שכר לימוד, און ווער רעדט נאך פון א קאר פעימענט אדער מארטגעזש, אלעס ווייל דער עולם גייט נישט שאפינג.
עס איז היינט א מצב אז אפילו די נשים צדקניות פארשטייען שוין אביסל דעם געלט מצב פון דעם באנק (מאן), זיי שעמען זיך איינצוקויפן מיט'ן קרעדיט קארד, ווייל דאס טוען שוין היינט די שנארערס וועלכע האבן נישט קיין פריטה צו די נשמה. דעריבער מוזן זיי זיך באגעניגן מיט ווייניגער און די שאפינג סענטערס זענען אויסגעליידיגט.
אבער נישט דאס זענען מיר איצט געקומען באוויינען און מספיד זיין, נאכאלעם איז דאך אגרא דהספידה שתיקתא, אבער ווי קענען מיר זיין שטיל ווען די וויליאמסבורגער גאסן זענען פארשטימט געווארן, איינע פון אירע באליבטע אויסגאבעס דער בארימטער "שאפינג סענטער" האט פושט רגל געווען, און נאך אזוי פלוצים אז עס איז נישט נאר א צייט פאר חשבון הנפש נאר אויך אויפ'ן גאנצן רכוש אונזערן.
אוי, און נאכאמאל אוי, מיר קענען נישט פארגעסן די בא'טעמ'טע זמנים ווען מיר זענען געזעצן און געבלעטערט דעם שאפינג סענטער, און מיר זענען אריין אין אן אנדער וועלט אן אנדער אטמוספערע א בחינה ווי ווען מען קומט אהיים מיט'ן לאטערי טשעקפאט טיקעט און מען שמועסט אויס, וואס מיר וואלטן געטאן מיט'ן גרויסן געווינס, אה דער שיינער טשילאר און די הערליכע קיטשן אינעם שאפינג סענטער ברענגט טרערן פון זכרונות און האפענונג וואס דאס האט אריינגעברענגט אז אפשר וועט נאך קומען גוטע צייטן און מיר וועלן די אלע פארגענוגען זיך קענען איינהאנדלען און איצט כשמש בצהרים, ווי אין וואסער אריין, נישט קיין שאפינג נישטא קיין צענטער...
הויפט זייט » פארום » די פטירה פונעם שאפינג סענטער
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
8 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #43
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
אבער... מען קען זיך דאך טרייסטן אז הניח בן כמותו... לא אלמן ישראל... עס זענען נאך דא מערערע וועכנטליכע אויסגאבעס וואס ווערן פארטיילט בחנם אין די גראסערייען.
ומחה דמעה עכ"פ
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
וואס איז דאס געווען?
אידיש צי ענגליש?
ווער האט דאס מחבר געווען?
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
אזוי ווי "שאפערס רוט" "לינק" און "בולעטין"
אדווערטייזמענטס
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
ווי איך האב געהערט אז די שאפינג-צענטער האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט די בולעטין.
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
מאכט נישט קיין סענס
עס האט מיין איך באלאנגט פאר דער בלאט
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
<
p>
"פאטאקי08" wrote:
מאכט נישט קיין סענס
עס האט מיין איך באלאנגט פאר דער בלאט
יא, עס האט באלאנגט.
די פטירה פונעם שאפינג סענטער
<
p>
"פאטאקי08" wrote:
מאכט נישט קיין סענס
עס האט מיין איך באלאנגט פאר דער בלאט
מאכט טאקע נישט קיין סענס.
אבער עפעס האבן זיי אויסגע'ארבעט צווישן זיך.
כ'ווייס עס נישט פאר קראנט, כ'האב עס נאר געהערט.