אוי די בושה
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען
דרייט זיך ארום אהרן זינגער, ביי די חתונה פון א חבר זיינע, און באטראכט אזוי דעם עולם ווי זיי טאנצן, ער גייט אריין אינעם רינג אבער באלד צוריק ארויס, און שטעלט זיך לעבן דעם שפילער, און באטראכט דעם זינגער, פארפאלן ער זינגט גוט, אבער איך קען דאך אויך, הלוואי פארשטייט ער אויפן ווינק און לאזט מיך אביסל זינגען, איי פון ווי זאל ער וויסן אז איך וויל, איך ווייס טאקע נישט אבער איך שעם מיך, און איך קען אים נישט בעטן, סא האף איך אז ער זאל אליין פארשטיין, און שוין, אבער
שטייט אזוי ברוך ראזענבלאט, אינעם קליינעם שולכ'ל ווי ער איז צו גאסט, מ'האלט ביי מנחה, און ער זעט ווי דער גבאי, דרייט זיך ארום און זוכט א בעל תפילה אויף קבלת שבת, אה, הלוואי פרעגט ער מיך, פארשטייט זיך אז איך וועל מיך קודם מאכן כאילו איך האלט נישט דערביי, ס'פאסט דאך אזוי, אבער נאך צוויי מאל, וועל איך אן קיין ברירה מסכים זיין, און נאכדעם מהנה זיין דעם עולם אזוי ווי ס'ברויך צו זיין, לאמיך טראכטן עפעס א גוטן ניגון אויף לכה דודי, אה, ס'פאלט מיר ביי, איך וועל זינגען דעם קה רבון עלם פון ........ לכו נרננה ל'שם נריעה לצור ישענו, וואס גייט דא פאר? אה, ווי לאנג איך בין געווען פארנומען מיט מיינע דמיונות און ניטאמאל געכאפט אז מ'האט שוין געענדיגט די הויכע שמונה עשרה, האט דער גבאי שוין לאנג צו געשיקט איינעם, פארוואס האט ער מיך נישט געפרעגט? שוין איך וועל מוזן ווארטן אויף מארגן, אפשר פאר שחרית וועט ער מיך צו שיקן, איי פון ווי זאל ער וויסן אז איך קען, איך ווייס טאקע נישט, אבער אז מ'זעט א גאסט מעג ער ווען פרעגן, קען זיין אז ער ווארט אויך אויף מארגן, שבת אינדערפרי, ברוך איז שוין אין בית המדרש נאך פאר מה טובו, קוקט אריין אין א ספר, און פון צייט צו צייט, פאלט זיין בליק אויפן גבאי, אבער יענער טראכט אפילו נישט פון צוקומען צו אים, אפשר זאל איך אים זאגן אז איך קען, נע, ס'פאסט נישט, אקעי איך וועל אים אדוירעך וואקן, אים זאגן שלום עליכם אפשר וועט ער כאפן אויפן ווינק, אה גוט שבת, שלום עליכם, וויפיל אזייגער שטעלט מען זיך דא? ניין דרייסיג, ברכות, אה שכוח, און גייט ווייטער, אזא נאר דער גבאי, ער הייבט נישט אן צו כאפן וואס איך וויל, מ'האט שוין אנגעפאנגען הודו, און דער גבאי דרייט זיך ארום, זוכן א בעל תפילה פאר שחרית, ברוך קלאפט זיך פונקט אריין אין אים, אה אנטשולדיגט, איך האב אייך נישט באמערקט, אבער דער גבאי ממש ווי נישט אים האב איך געמיינט גייט צו צו איינעם לעבן מיר,און טראגט יענעם אן דעם ברעטל און יענער כאפט זיך צו דערצו ווי צו א הייס שטיקל קוגל, איך זע שוין דעם שבת איז שוין פארפאלן, אבער פארוואס קען איך מיך נישט גובר זיין אויף די בושה?
שפאצירט זיך אזוי אונזער באקאנטער ר' היטשע ראוט אויפן וועג צום בית המדרש, און האפט אז א גוטער איד וועט זיך פאר אים אפשטעלן, אבער ער דרייט זיך נישט אויס, ווען ער הערט אז א קאר קומט, אפשר וועט זיך יענער נישט אפשטעלן פאר אים, און ער וועט נאך זיין חוזק ביי יענעם אין די אויגן, אז ער דארף נעבעך וואקן, איי פון ווי זאל דער דרייווער וויסן אז איר ווארט יעצט אויף א היטש, ווען ער וואלט ווען באמערקט פון די בעק אז איר זענט ר' היטשע מילא, אבער מ'דערקענט אייך נישט, איר גייט א שווארצע קאוט, א שווארצע שאל נעמט ארום אייער האלז, און די קוטשמע ציט זיך אראפ ביז נאך די אויער, איך ווייס טאקע נישט, אבער וואס פארלאנגט איר פון מיר, איך זאל מיך אויסשטרעקן די האנט און ווייזן אז איך דארף היטש, איך מיין, איר זענט אויפן קאפ געפאלן? איר ווייסט וואס דאס מיינט אויפהייבן די הענט און ווייזן אז יענער זאל זיך אפשטעלן און יענער פארט ווייטער, איר האט דען אן אהנונג ווי אזוי דאס פילט? מ'קען זיך דאך באגראבן פאר בושה, עטליכע טריט פאראויס, שפאצירט א בחור, ער הערט די קאר קומען ער טראכט נישט קיין צוויי, שטרעקט אויס זיינע ידים, און א מיריקל האט פאסירט, די קאר האט זיך אפגעשטעלט, ר' היטשע טראכט זאל איך מאכן מיינע טריט אביסל שנעלער איך זאל נאך כאפן די קאר? אדער זאל איך ווייזן מיט די הענט פאר דעם בחור, אז ער זאל בעטן די קאר זאל ווארטן איין סעקונדע? אבער ווי לאנג ער טראכט נאך אזוי, פילט ער שוין די גערוך פון די געז, וואס ס'איז אקארשט ארויס געלאזט געווארן פון די אוועק פארענדיגע קאר, אוי, שוין ווייטער וואס וועט זיין מיט מיר, פארוואס קען איך מיך נישט גובר זיין אויף די בושה?
דרייט זיך אזוי ארום דער אינגערמאן ארויף און אראפ שוין עטליכע מאל אויפן זעלבן פלאץ, וואס איז וואס גייט פאר? נישט עפעס ספעשל, אבער ער האט אקארשט באמערקט דעם דיין, וואס ער האט אים שוין זייער לאנג נישט באגעגענט, קען אפילו זיין אז ער איז נישט דא געווען, און ער וויל אים געבן שלום עליכם אבער דער דיין גייט אזוי פארטראכט, ער האט אפילו געזען דעם דיין געבן אים א שאקל מיטן קאפ, אבער ער באמערקט אז דער דיין האט נישט אריין געטראכט אין אים, ווייל ווען יא, וואלט ער ווען אויסגעשטרעקט די הענט צו אים, און געפרעגט אויב ס'איז דא עפעס נייעס, אזוי ווי ער טוהט געווענליך, ווען ער זעט אים, אבער ווען איך וויל נאר צוגיין פונקט גייט אדוירעך אן אנדערער, און געט די הענט, און דער דיין שמייכלט אזוי שיין צוריק, איז פארוואס קען איך נישט צוגיין? אקעי נאך דעם נעקסטן מענטש, גיי איך צוה, און פונקט איז צוגעגאנגען אזא איינער וואס יאגט זיך נישט ספעשל, און ס'זעט נישט אויס אז איך גיי האבן צייט דאס אויסצו ווארטן, איך האב דאך אבער אזוי ליב דער דיין זאל ארויס ווייזן זיין אינטערעסע אין מיר, ס'מאכט אויס אסאך פאר מיר, אבער פון ווי זאל דער דיין דאס וויסן, אז דו ווארסט יעצט אז ער זאל ווערן ליידיג, וואס הייסט פון ווי, איך דריי מיך שוין ארויף און אראפ שוין ווייסעך וויפיל מאל, פארפאלן איך מוז יעצט גיין, אבער פארוואס מוז דאס אלץ פאסירן צו מיר? פארוואס קען איך מיך נישט גובר זיין אויף די בושה?
די צווייטע העלפט איז פארדרייט די אמת'ע פאקטארן אז די באטרעפענדע זאלן זיך נישט פילן באטראפן, אפילו ס'קען זיין אז זיי וואלטן זיך געוואלט פילן געטראפן. וד"ל
גענומען פון דא
| < פאריגע | קומענדיגע > |
|---|