הויפט זייט » ארטיקלען » און וואס טוהט זיך מיט ר' אייזיק פלאהר, אים קענט איר יא?

און וואס טוהט זיך מיט ר' אייזיק פלאהר, אים קענט איר יא?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

1 פאסטס אין ארכיוו · בלאט #9
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
SATURDAY, 10 NOVEMBER 2007 20:02#1
און וואס טוהט זיך מיט ר' אייזיק פלאהר, אים קענט איר יא?
ארטיקלען - סמעטענע ארטיקלען


שטייט זיך אזוי א אידעלע ביים פענסטער, און קוקט זיך צו ציה די אקטיוויטעיטן אינדערויסן, מענטשן גייען מענטשן קומען, איינער פארקויפט, דער צווייטער קויפט, קארס פארן אריבער, די באסעס נעמען אויף די תינוקות של בית רבן, און ער קוקט, ער האט סייווי נישט בעסער'ס וואס צו טוהן יעצט אויף די מינוט, און פלוצלינג באמערקט ער, א חבר זיינער הינקט, ער געט אזא טראכט ביי זיך, זייט ווען הינקט ער, איך האב אים נאך נעכטן געזעהן און גארנישט דערקענט אויף אים, איך מוז ארויס לויפן פרעגן וואס איז אים געשעהן, און אזוי האט ער טאקע געטוהן, ער קומט אן אינדערויסן, ער געט א שריי אויס, מרדכי מרדכי.



יא, יא, וואס איז יאנקל?

איך האב באמערקט פון פענסטער אז דו הינקסט, וואס איז געשעהן און ווען?

אה, ס'איז אביסל א לאנגע מעשה, איך וועל דיר זאגן אין קורצען.

נו רעד שוין, ציה מיך נישט אן.

דו מיינסט אז דו גייסט הערן איך ווייס וואס, ס'איז גארנישט, איך האב מיך באגעגענט מיט ר' אייזיק פלאהר.

איך פארשטיי דיך נישט, וואס גייט פאר מיט דיר? אז דו באגעגענסטעך מיט אייזיק פלאהר, דארפסטו אנפאנגען צו הינקען? אנדערש רעדט ער נישט צו דיר?

אקעי, איך וועל דיר פארציילן וואס עס איז פארגעקומען איך וועל פראבירן צו מקצר זיין, ווייל עכט יאג איך מיך.

סא הער אויס, איך שטיי אויף היינט צופרי, דאס איז שוין געווען נאכן זיך טרעפן מיט זעליג בעטמאן'ען, איך האב מיך ממש געבעטן ביי אים אז ער זאל מיך צוריה לאזן, ענדליך נאך א האלבע שעה, האט ער מיר געזאגט ווייסטו וואס, אז דו ווילסט דווקא גיי, איך האב נאך דעמאלטץ נישט געכאפט די שטעך ווארט וואס ס'ליגט דערין, איך האב אפילו נישט גע'חלום'ט אז ס'איז שוין ווינטער אינדערויסן, דו ווייסט דאך, אז דער ווינטער האט געסטרייקט לעצטענס, ער האלט נישט ביים קומען, ער האט אוועק געגעבן זיין חלק פאר זומער'ן, און מ'האט נישט קיין אהנונג ווען ער וועט דאס צוריק נעמען, עניוועי, איך גרייט מיך צו, ארויס צו גיין צום דאווענען, איך טרינק א קאפי, און נעם טלית ותפילין, און איך האב באמת געפלאנט זיך צו טרעפן מיט ר' היטשע ראוט, אבער אנשטאט צו טרעפן ר' היטשע'ן, האב איך מיך געטראפן מיט ר' אייזיק פלאהר, פרעג בעסער נישט וואס דארט האט זיך געטוהן, די תפילין אויף איין זייט, די היט אויף די אנדערע זייט, און די בושות איז געווען אין לשער, און ווי געווענליך וואס מ'טוהט אין אזא צייט, האב איך אויך געטוהן, איך האב מיך אויסגעדרייט צו זען וויפיל מענטשן ס'האבן אלץ מיטגעהאלטן, גראדע נישט געווען אזוי סאך, אבער פונקט גענוג וויפיל ס'איז געווען, איינער איז באלד צו געלאפן צו מיר, און געוואלט מיך העלפן, אבער ר' אייזיק האט אים אויך מסדר געווען, פארשטייט זיך אז מער איז שוין קיינער נישט צו געקומען, מיר האבן זיך איינער דעם אנדערן געגעבן די הענט און זיך פראבירט צו העלפן ביז מיר האבן זיך אויפגעהויבן.

אויפשטייענדיג, האב איך געדאנקט דעם פון אויבן אז ער האט דארט אויסגערופן אז נאר ר' אייזיק זאל מיך טרעפן, וואס טוה איך ווען, מ'רופט דארט אויס אז זעליג מיט זיין אנדערע בעקיטשע זאל מיך באזוכען, וואלט איך דאך שוין דאס אלעס נישט געקענט פארציילן, דעמאלץ האב איך הערשט געכאפט דעם שטעך ווארט פון זעליג'ן, אז דו ווילסט דווקא שטיי יא אויף, זעט אויס אז ער האט שוין געוואוסט דערפון.

איך האף אז דו פארשטייסט שוין אלעס, און יעצט לאמיך לויפן אין מקוה, איך זאל נאך קענען צייכענען אן איינסער ביי זמן קריאת שמע.

און אצינד האט איר געענדיגט ליינען די דריטע אין לעצטע פון די סעריע, ר' היטשע ראוט.
זעליג בעטמאן.
און ר' אייזיק פלאהר.

מ'קען עס אביסל משלב זיין, אז מ'וועט זיך נישט צוהערן צו זעליג בעטמאן'ען, וועט איר זיך נישט דארפן אזוי יאגן צו ר' היטשע ראוט, און אזוי האפנטליך וועט איר קענען בעסער אכטונג געבן זיך נישט צו טרעפן מיט ר' אייזיק פלאהר.

 

 

גענומען פון דא