נתן תתן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
3 יאנואר 2005, 19:36#1
נתן תתן
װי דער רעשט פֿון דער װעלט האָב איך צוגעקוקט דערשראָקן און ערשטױנט אױפֿן שרעקלעכן כּוח פֿון דער ים און די אומגלױבלעכע פֿאַרלוסטן פֿון דער צונאַמי. איך פֿאַרמאָג נישט אַ טעלעװיזיע און איך האָב מיך פֿאַרלאָזט אױף דער נעץ און אױך אױף די בילדער אין די צײַטונגן פֿון גופֿות װאָס שימלן אין דער זין, פֿון עלטערן װאָס זיכן די קינדער, פֿון קינדער װאָס האַלטן אױס די הענט אױף עסן און פֿון עסן װאָס קומט נישט אָן צו די הונגעריקע. איך האָב געזאָגט פֿאַר מײַנע קינדער װאָס דאָ גײט פֿאָר, איך האָב זײ געגעבן צו פֿאַרשטײן דער נױט פֿון די מענטשן און איך האָב זײ געבעטן אַז װען זײ לײגן זיך אַרײַן אין זײערע װאַרעמע בעטן זאָלן זײ טראַכטן אַ רגע פֿון קינדער װי זײ װאָס זײערע בעטן און זײערע גאַנצע הױז איז פֿאַרפֿלײצט געװאָרן.

ביז אַ טאָג צװײ האָבן זיך אָנגעהױבן די אַפּילן דורך בליץ־פּאָסט און דער נײַעס װיפֿיל מען האָט שױן צאַמגעשטעלט. איך האָב באַשלאָסן אַז איך װיל אױך געבן. איך קען נישט שטײן אין דער זײַט און צוקוקן װי אַזױפֿיל לײַדן און גאָרנישט טון. איך האָב עס אױך געטון צו װײַזן פֿאַר מײַנע קינדער אַז מיר אין אונזער הײם זענען פֿון דעם נישט פּטור װײַל זײ זענען גויים, װײַל זײ זענען װײַט און װײַל ס'האָט נישט קײן שום שייכות מיט אונז. איך האָב געפֿרעגט מײַנע קינדער צי זײ װילן געבן פֿון זײערע װאָכן־געלט. דער עלטסטער האָט געזאָגט ער װעט געבן אַ ניקל. מיר האָט עס געבײזערט, נישט אױפֿן נישט געבן נאָר אױפֿן שפּאָט. איך האָב געזען אין אים דאָס װאָס איך האָב אַזױ פֿײַנט בײַ אונזערע חסידים און הײמישע און װאָס איך פֿאַרמאָג דערפֿון אַלײן. איך האָב אים נישט געװאָלט צװינגן און איך האָב אים בלױז געמוסרט אױפֿן לײַכטשעצונג פֿון דער פּײַן פֿון אַזױ פֿיל מענטשן.

איך האָב מיך אַװדאי אױך געבײזערט װײַל זײן אומװילנדיקײט האָט רעפֿלעקטירט מײַנע צװײפֿלונגן. דער קאָפּ זאָגט טאַקע װאָס איז דען דאָ צו צװײפֿלן און דער האַרץ שרײַעט געװאַלד 'קוק װאָס דאָ טוט זיך.' גרסא דינקותא בוזשעװעט אָבער אױך און לאָזט זיך נישט אַזױ שנעל פֿאָפּן. אָפֿיציעל איז אונזער ליניע ורחמיו על כּל מעשיו און אַז אַ צײַטונג שרײַעבער אָדער אַ פּאָליטיקאַנט באַזוכט אין אונזער שיכטן זענען מיר מלא מיטגעפֿיל און מיטלײַד. אומאָפֿיציעל און װאָס טוט זיך למעשה איז אַ גאַנץ אַנדרע מסכת. די בהמות, און פֿון זײ איז אױך דאָ גענוג, זײ האַלטן אַז אפֿילו צו שפּירן טרױער איז צו פֿיל. די בהמות קען מײן אײַנטײלן אין צװײען. די װאָס האַלטן אַז כּל זמן אַ הײמישע ייִד איז נישט באַרירט האָט עס מיט אים נישט קײן עסק. ער האָט צו זײַן מײנונג אַ הױפֿן מיט מאמרי חז"ל װאָס װיבאַלד ליכּא מידי דלת רמיזי באורייתא איז דאָ דאָרט צו געפֿונען ראיות אױף די נאָבעלסטע זאַכן און אױף גענוג געמײנהײטן אױך. זאָגט פֿאַר די אירע מעשה ידי טובעים בים... באַקומט איר אַ נעבעכדיקן בליק כּאילו 'ער װײסט שױן אױך פֿון אַ שטיקל גמרא צו זאָגן', דער זעלבער סאָרט בליק װאָס מען באַקומט װען מען ציטירט דער רעפֿאָרמער גמרא פֿון טוב תורה עם דרך ארץ.

די סאָרט רעאַגירונגן קומט געװענדלעך פֿון אידיאַלאָגישע רעאַקציאָנערן פֿון װעם ס'איז דאָ פֿיל װײניגער װי מען װאָלט ערװאַרט װיבאַלד רוב עולם האָט נישט די װיסנשאַפֿט צו זיך קענען אַפֿילו מאַכן אידיאַלאָגיש. לעצטענס זענען דאָ די רעכטע אידיאָלאָגן און פֿון זײ איז אַ פּחד. זײ זענען אינגאַנצן עפּעס אַנדערש צו די פֿריערדיקע. זײ קענען היסטאָריע, זײ קענען גיאָגראַפֿיע, נוקמים ונוטרים װי זײערע גאָט װײסן זײ פֿון יעדן עוולה װאָס יעדער פֿאָלק האָט אין אירע היסטאָריע געטון פֿאַר כּלל ישראל און אין יעדן געשעעניש זען זײ דעם יד ה'. זײ האַלטן מיט יעדער ברעקל נײַעס װי ישראל איז אַ מחותן און זען װײַטער דאָס אַנטי36ישקײט פֿון דער װעלט. מאַכט אָבער איבער זײ נישט קײן טעות. זײ רעדן טאַקע אַ מאָדערנער שפּראַך אָבער גלײבן גלײבן זײ גלײַך װי די אַנדרע. גאָט האָט באַשאַפֿן דער װעלט צוליב אונז און גאָט אַלעדיקט דער װאָס שרײַבט קעגן שרון אַ קריקאַטור פֿון זײַן גרױסן אחור. אַן ערד ציטערנישט אין איראַן איז צוליב זײערע שנאת ישראל, אונזערער אײגענער רבין איז דערמערדערט געװאָרן פֿאַר זײַנע 'רציחות' און יעצט אין סרי לאַנקאַ איז װײַל זײ זענען מוסלמענער און קוק זײ האָבן נישט געװאָלט נעמן הילף פֿון ישראל. מאַכט נישט אױס אַז נאָר מענטשן האָבן זײ נישט געװאָלט, מאַכט נישט אױס אַז אין די צײַטונגן איז געװען אַ מעשה פֿון אַ פּאַלעסטינער פּאָר פֿאָלק װאָס האָבן געהאָלפֿן אַ ישראלישע משפּחה װײַל צײַטונגן און אַנטי36ישקײט גײן צוזאַמן װי מטות־מסעי. אױסער, פֿאַרשטײט זיך, די פֿרומע צײַטונג װאָס געהערן כּמעט אַלע צו דער לעצטער גרופּע.

בײדע זענען אָבער נישט קײן רוב און הודו לה' אױף דעם. רוב עולם איז אינטערסירט אין דער נײַעס, האָט רחמנות אױף די מענטשן אָבער צוליב נישט האָבן צוטריט צו די מאָדערנע פֿאַרבינדונגס מיטלן זען זײ נישט דער רױע פּײַן װאָס די כװאַלן האָבן אָנגעמאַכט. זײ זענען שטאַרק נתפּעל פֿון דער כּוח פֿון דער ים, שטאַרק צוטון צי דער חב"דסקער האָט אױך געװוּסט אַז ס'גײט פּאַסירן אָדער בלױז דער חפֿץ־חייִם, שטײן שעות און זענען דן דאָס גרײס פֿון די באָסעס און באַנען װאָס די כװאַלן האָבן געװאָרפֿן, זענען שטאַרק צופֿרידן אַז זק"א איז אַהין אָנגעקומן אָבער פּראַקטיש עפּעס טון פֿאַרדעם, עד כּאן. ס'האַנדלט זיך ברוך השם נישט מיט עגונות. װײַטער עפּעס געבן, איז זײ פֿרעמד אַרױס נעמן אַ פּרוטה פֿון קעשענע פֿאַר אַזאַ צװעק. קײן מליצה בריװ פֿון קײן רב איז נישט דאָ, אַ טײַ אָװענט װעט מען אױף דעם נישט מאַכן און אַ בעל מקובל װעט אײַך נישט צוזאָגן בני חיי ומזוני אױף אַהין צו געבן. אױסער דעם זענען די פּרטים װיאַזױ צו געבן אױך נישט פּובליצירט אין פֿרומע טײַטונגן און ממילא אַפֿילו אַז ס'פֿאַלט עמעצן אײַן װײסט ער נישט װי ס'קומט צו זײ אָן.

װיאַזױ צו געבן האָב איך געװוּסט אָבער דאָך איז עס מיר געװען מאָדנע. איך האָב בלױז אײנמאָל געגעבן פֿאַר אַ נישט ייִדישן צװעק, פֿאַר אַן אַנטי קאַנצר צדקה און דאָס איז געװען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. אין קאָפּ האָבן זיך מיר אױפֿגעשטעלט טענות אַז ס'איז קאָרופּט, און דער געלט קומט אַהין נישט אָן, און איך געב נאָר װײַל איך װיל עפּעס טון. בקיצור אַלע טענות װאָס איך קען ברענגן אױף יעדער צדקה צי ייִדישע צי כינעזישע אָבער דאָ האָט עס מיר עפּעס מער געשטערט װײַל איך האָב געװוּסט אַז איך געב נישט נאָר פֿאַר דער צונאַמי.

איך װאָלט מיך געפֿאָפּט װען איך זאָל מאַכן דעם אָנשטעל אַז איך האָב נאָר געגעבן פֿאַר דער צונאַמי. װיבאַלד איך װײס װי פֿרעמד דאָס קומט אָן פֿאַר מײַנע באַנדע איז געװען אין דאָס געבען אַ שטיקל מרידה. אַ װעג פֿון זאָגן צו מיר אַלײן אַז מײַנע װערדן און בילכערקײטן האָבן זיך געענדערט. באָדט אײַך געזונטערהײט אין אײַערע בלאָטעס, מײַנע קינדער צװינגט איר מיר אָפּצוגעבן אין אײַערע מוסדות, מיר נױטיקט איר זיך צו פֿאַרשטעלן אונטער מאַסקעס פֿון פּענע־נעמער אָבער איבער װאָס איך טו און װוּ איך לײג אײַן מײַן האַרץ און מײַן קעשענע זענט איר נישט בעלי בתים. איר דרשנט אײַך װײַטער װעגן עניי עירך און לערנט עס אָפּ צו מײנען די װאָס שטײן מיט אײַך אױף אײן פּאַרענטשע, ברענגט דעם חיד"א װען ס'לױנט אַז עניי ארץ ישראל זענען נאָך פֿאַר עניי עירך און איך װעל אָפּשיקן געלט קײן טײַלאַנד. שרײַבט אין אײַערע פּרעסע, די ענגלישע פֿאַרשטײט זיך, װי אײַערע מיטלײַד ליגט איבער אַלע ע' אומות אָבער מיר קענט איר עס נישט פֿאַרקױפֿן. איך װײס װי איר װאָלט פֿאַרשטײנערט אַ רב װאָס זאָל רעדן בײַ זײַן כּל נדרי דרשה, אָדער אפֿילו אױף זײַן שובֿבֿי"ם דרשה פֿון נױטיקע אױפֿן אינדיאַנישן ים. יאָ, איך זע אײַך אױס מאָנדע און אױפֿגעקלערט, באַשולדיקט מיר פֿון זיך מה יפֿיתן פֿאַר די גויים און זאָל דאָס זײַן מײַן ערגסטער זינד, און נײן ס'אינטערסירט מיך נישט װאָס זײ װאָלטן געטון װען ס'זאָל זײַן פֿאַרקערט. איך האָב אַ ברירה צו גײן מיט דער שטראָם פֿון דער װעלט אָדער מיט אײַערע שטראָם און איך װעל מיט קײן אײנס נישט גײן בלינדערהײט. ס'איז דאָ אַ גרענעץ צו אײערע שליטה איבער אונז. אַז דאָס מאָל גײט דער װעלטס שטראָם קעגן אײַערע װעל איך אײַך נישט בעטן מחילה דערױף.

דער בעסטער זאַך איז אַז צום סוף האָב נישט נאָר איך געגעבן נאָר מײַנע קינדער אױך. יעצט זאָל דאָס געלט אָנקומן װוּ עס קומט נאָר אָן. מיר קען מען נישט נאַרן װײַל איך װײס דאָך אַז רחמנא ליבא בעי.