מײַן שבת שירה
שבת אינדערפֿרי האָב איך אַרױסגעלײגט ברױט פֿאַר די פֿײגלעך מיט אַ דאָפּלטן לשם יחוד. דער ערשטער איז פּשוט װײַל איך האָב ליב ייִדישע מנהגים. דער צװײטער איז װײַל הײַנטיקע צײַטן אַז די האַלאַכיסטן זיגן איבער די סתם עמך האָבן זײ ערפֿונדן אַז געבן עסן פֿאַר די פֿײגלעך שבת אינדערפֿרי איז נישט גלײַך. ממילא זאָגן זײ מען זאָל עס אַרױסלײגן פֿרײַטיק נאָכמיטאָג. איך װײס אָבער אַז אַ מנהג ברעכט אַפֿילו אַ דין און מיט דעם פֿאַרגעניגן האָב איך געהאָלפֿן די קינדער אַרױסלײגן דער ברױט אינדערפֿרי אײדער איך בין אַװעק אין שיל.
*********************************
אין שיל האָב איך געזען אַ בחורל גײן צו צום שאַפֿער און זיכענדיק אַ ספֿר האָט ער אַרױסגעצױגן אַ חיבור אױף הלכות נדה און זיך גענומן בלעטערן. נעבעך דעם בחור ער מײנט אַז דאָרט שטעקט דער זאַפֿט. איך בין נישט בעסער געװען אין זײַנע יאָרן כאָטש איך בין שנעל אַנטױשט געװאָרן װען איך האָב אױפֿגעמישט אַ נדה גמרא און געפֿונען בית שמאי אומרים כּל הנשים דין שעתן. איך מײן, פֿון אַ חזירישן עק קען מען קײן שטרײַמל נישט מאַכן. פֿון דאָרט האָב איך גראַדויִרט צו די אָפּגעדריקטע הלכות פֿון כּיצד מרקדין װאָס געפֿונען זיך אין טאַמפּאָן פּושקעס ביז איך בין געװױר געװאָרן אַז אין אײן נודע ביהודה איז דאָ מער מיט װאָס זיך צו באַקװיקן װי אױף דער רוקן פֿון קאָנדאָם שאַכטלעך אױף די פּאָליצעס פֿון דיואַן ריד. דער בחור האַלט נאָך נישט דאָרט און מיט די פּיאות נאָך נאַס פֿון דער מקווה װאָס ער האָט אַרײַנגעכאַפּט װען אין שיל האָט מען פֿאַרקױפֿט די עליות און נאָך נישט גענוג טרוקן זײ אַרױפֿצודרײען אָן ניצול צו װערן פֿון חשש סחיטה און פֿון שופּנדיקע הױט אונטער די אױערן איז ער געשטאַנען און געבלעטערט. ס'איז נישט געװען דרך אגבדיק װײַל ער האָט עס צוריקגעשטעלט און באַלד דערנאָך עס װידער אַרױסגענומן.
גאָר אַ נאַאיװער בחור װײַל איך אין זײַן פּלאַץ װאָלט עס אַרױסגעשמוגעלט אונטער דער בעקיטשע און עס דורך געטון בעיון רב במקום שאין איש. שטײט ער און בלעטערט און איך האָב מיך אַװעקגעשטעלט װי מרים זען װאָס װעט זיך אױסקאָכן מיטן קלײנעם. אין מיטן קומט צו גײן אַ יונגערמאַן. ער האַלט שױן באַלד צװאָנציק יאָר נאָך חתונה און ער מאַכט שױן אַלײן באַלד חתונה. אַ קלײן געװאַקסענע מיט אַ לאַנגע בײזע באָרד. זײַן פֿרױ האָט אַמאָל, װען מיר זענען בײדע געװען יונגע ראָצערס, געװאָלט באַרוהיקן מײַן פֿרױ אַז זי איז נישט אַזױ צוריקגעבליבן װי איר היט אױפֿן שײטל און דיקע שטרימפּ טון פֿאָרשלאָגן, האָט זי געזאָגט פֿאַר מײַן פֿרױ אַז הונטערן שלאָפֿצימער טיר זענען די מענער אַלע אײניק. בלשון נקייה גערעדט. על כּל פּנים גײט צו דער אײניקער צום שאַפֿער און זיכענדיק אַ ספֿר מערקט ער איבער דער פּלײצע פֿונעם בחור אין װאָס ער פֿאַרטיפֿט זיך. ער געבט אים אַ זאָג 'דאָס איז נישט פֿאַר דיר' און דער בחור האָט עס צוריק געלײגט און שנעל פֿאַרשװינדן געװאָרן. און איך האָב בעסער פֿאַרשטאַנען אַז כּל ישראל עריבים זה לזה.
********************************
אַמאָל פֿלעג איך האָבן אַ קרענק אַז פֿרײַטיק צו נאַכטס האָב איק געליטן פֿון פּחדים. איך פֿלעג צו שפּירן אַ הילפֿלאָזיקײט פֿון נישט זײַן פֿאַרבינדן מיטן מאָדערנעם װעלט. פֿון נישט האָבן צוטריט צום טעלעפֿאָן, צו אַ קאַר, צום לאָמפּ־קנעפּל. איך פֿלעג מיך אױפֿװעקן פֿרײַטיק צו נאַכט אין דער פֿינסטער און ציטערן אַז מען באַגנבט מײַנע געשעפֿטן, אַז מען װעט מיר באַפֿאַלן אינדערהײם און איך בין הילפֿלאָז צוליבן שבת. ס'איז געװען צײַטן װאָס איך פֿלעג צו טראַכטן אַז אפֿשר איז דאָס אַ חלק פֿונעם זינען פֿון שבת. השלך על ה' יהבך װײַל סוף סוף איז מען אַלײן נישט קײנע גרױסע זיבן זאַכן. אַ גאַנצע װאָך דאַכט זיך אַז מען יאָגט אָן מיט די אײגענע קראַפֿטן, קומט שבת און מען טוט דעם מענטש אױס פֿון אַלע זײַנע געמאַכטע מיטלן װײַזט מען אים דערמיט װי אָנהענגיק ער איז אין זײַן באַשאַפֿער. און מיט דעם איז שבת זכּרון למעשה בראשית װײַל מען דרײט דעם ייִדל צוריק צו זײַן נאַקעטן מצב נאָכן בריאה אַז ער זאָל געדענקן װעם ער איז שולדיק זײַן לעבן און זײַנע קראַפֿטן.
אַז איך בין עלטער געװאָרן האָב איך געמאַכט פֿון מײַנע פּחדים אַ ליד. איך קען נישט געפֿונען די שורות אָבער אָנגעפֿער האָט עס געזאָגט װעגן די קלאַנגן פֿון שלאָס און שליסל װאָס הערן זיך אינעם לכה־דודי ניגון, װי דאָס טרײַבל איז אַראָפּ געװױגן מיט סקילה שטײנער, דאָס עירוב שטריקל דרױערט װי בײַ אַ תלייה און דאָס איז אַלעס אײַגעהילט אין דער פֿינסטערניש פֿון די שפּעטע שבת נעכט. ס'איז דאָרט געװען אַנדרע װײניקער געראָטענער מטעאַפֿאָרן און מײַן רעדאַקטאָר האָט זיך בצדק פֿון דעם אָפּגעזאָגט.
הײַנט צו טאָג איז מײַן שבת געװאָרן אַ חשבון הנפֿש. יעדן שבת צײל איך די מינוטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם װאָך װאָס איך װאָלט געקענט מיט זײ אױפֿטון און איך קוק אױס אױפֿן קומענדיקן װאָך מיט אַ פֿרישע קבלה בלב. אַז איר לײענט דאָס איז אַ סימן אַז פֿון דער קבלה איז עפּעס געװאָרן. סתם שרײַבן איז אָבער נישט קײן תכלית איבערהױפּט נאָך דעס װאָס עפּעס האָט זיך געביטן סײַ אין מיר און סײַ אין די לײענערס. איך קען אַלײן נישט אָנװײַזן אױף װאָס אָבער דער הײַנט איז עפּעס נישט װי דער תמול שלשום. מײַן דאָקטאָר האָט מיר געראָטן אױפֿהערן שרײַבן אױף אַ צװײ חודשים און דערנאָך װידער פֿאַרזיכן. דאָס בין איך אָבער נישט ביכולת אױסצופֿירן. קלער איך אױף דערװײַל אַזױ. דאָ װעלן װערן די שטיקלעך קורצער און מער טאָג־בוכיק װי ס'איז אָריגינעל געװען מײַן פּלאַן און אין דער איבעריקער צײַט װעל איך װידער פּריװן מײַנע הענט צו מער שעפֿערישע זאַכן. װעט עס גײן הרי טוב, און אַז נישט װעט מען מיזן זוכן פֿרישע עצות.