אם אין 15 הבדלה מנין?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
16 מערץ 2005, 19:56#1
אם אין 15 הבדלה מנין?
אין אַ פֿריערדיקע שטיקל האָט רבי ר' מאירל מיר געמוסרט פֿאַר טרעפֿן פֿעלערס אין אַלע אונזערע אַקטיװיטעטן. כאָטש איך האָב בלױז געזאָגט אַז איך בין סקעפּטיש איז ער נישט אינגאַנצן אומגערעכט.

דער זאַך איז אָבער אַזױ. אין דער אַלגעמײנער װעלט בדרך כּלל אַז מען זעט אָדער מען הערט עפּעס אינטערסאַנט איז מען נישט דערין אַלײן און אַנדרע אױך האָבן עס געזען אָדער געהערט. מען שאַפֿט דערױף אַ מײנונג און דערנאָך קען מען אָפּמעסטן דער אײגענער מײנונג קעגן װאָס אַנדרע האַלטן. לאו דווקא אַז מען ענדערט דער מײנונג אָבער פֿונדעסטװעגן קען מען הערן װאָס אַנדרע זאָגן און באַשליסן צי ס'טוט אונז איבערצײגן אָדער מיר האַלטן זיך בײַ אונזערע. בײַ אונז הײמישע ייִדן האָבן מיר נישט דעם לוקסוס. דער װעלט אינטערסירט גאַנץ װײניג װאָס מיר טון און בײַ אונזערע הײמישע 'קריטיק' איז װאָס מיר טון אַלץ װאַרעם, און משוגע צו װערן, און מוראדיק, און געװאַלדיק ועוד סופּערלוטיװן אשר אין לשער ואין להעריך.

אױסער דעם װאָס רובא דרובא איז עס נאַרישקײטן קען מען אפֿילו נישט זען דער מקור פֿון דעם שרײַבערס נאַרישקײטן. ער זאָגט נישט פֿאַרװאָס ס'איז אַזױ, װאָס איז אים געפֿעלן און פֿאַרװאָס, װאָס עס האָט עװאָקירט אין זײַן מחשבה, פֿון װו דער קינסטלער קומט כּלומר פֿון װעלכע ברינעמס ער האָט געשעפּט און װוּ אַהין ער גײט מיט זײַן קונסט. דאָס אַלעס איז עיקר חסר מן הספֿר. ס'איז כּאילו דער קריטיק האָט געלײענט די ראשי פּרקים פֿון רעצענזיעס װאָס מען טרעפֿט אױף שער בלעטער פֿון ביכער און ער מײנט אַז דערין שטעקט מסכת קריטיק.

צוריק־קומענדיק צו אײַערע פּונקט, איר זענט גערעכט אַז נישט אַלעס בײַ אונז איז גרײַזיג און איך מײן אַז מײַנע פֿילע שטיקלעך זענען טעסטאַמענטן צו פֿילע פּאָזיטיװע זאַכן בײַ אונז. ס'איז אָבער דאָ אַ חילוק צװישן זאַכן װאָס זענען נאַטירליך הײמיש און 'אונזערע' און אַלגעמײנער קולטור װאָס מיר שמוגלן אַרײַן צו אונז און מען רעדט אײַן דעם עולם גולם אַז נישט נאָר איז עס אונזערס מימים ימימה נאָר בחדא מחתא לאָזט מען הערן פֿון צװישן די שורות אַז מיר זענען נאָך בעסער פֿונעם מקור אַלײן.

לדוגמא׃ בדחנות און גראַמערײַ איז אַ הײמישע פֿאַך און אַ זאַך װאָס פֿאַרנעמט בײַ אונז אַן אױבן אָן פּלאַץ בײַ קבלת פּנימס און מצווה טאַנצן װען ס'איז אַן עירוב פֿון סענטימענטאַליטעט און יומאָר און אױף פּורים װען ס'איז בלױז יומאָר. דער סאָרט פֿאַרװײַלונג האָט אַ רײַכע ייִדישע טראַדיציע כאָטש איך שטעל מיך פֿאָר אַז ס'האָט אַ שטיקל מקור אין 'דזאָקערס' און 'דזעסטערס' װאָס אַמאָליקע מלכים און פּריצים פֿלעגן אױסצוהאַלטן אין זײערע הײפֿ. הײַנטיקע צײַטן זענען זײ װי װײַט איך װײס נאָר פֿאַרהאַנען בײַ הײמישע חסידישע ייִדן, און אפֿילו ליטװישע האָבן נישט קײן מצווה טענץ מן הסתם װײַל זײ אײַלן זיך אַהײם.

װען אײנער װיל זאָגן דעות אױף אַ בדחן מיז ער אים פֿאַרגלײַכן מיט אַן אַנדרע בדחן. די װאָס געדענקן פֿאַרגלײַכן יענקל מילר מיט חייִם מענדל מערמאָלשטײן. די װאָס געדענקן נישט פֿאַרגלײַכן פּנחס װעבר מיט יענקל מילר, יהונתן שװאַרץ קעגן שלום קעסלער, שטױבער (איך קען מיך נישט דערמאַנען זײַן ערשטן נאָמן) קעגן שטערן פֿון לאָנדאָן (אַ שװאַכער פֿאַרגלײַך!) אואַז"װ.

דער אונטערשטער שורה איז אַז מען מיז אַרײַנקריכן אינעם תוך פֿון בדחנות עס צוצונעמן אױף קרישקעלעך און דערנאָך פֿאַרגלײַכן די באַזינדערע עלעמענטן. װי דברי תורה װאָס זענען עניים במקום זה ועשירים במקום אחר אַזױ בדחנים אױך. אײנער טױג בעסער אױף די מעשהלעך, אַ צװײטער אױף בדחנות און אַ דריטע אױף בײדע נישט.

װען עס האַנדעלט זיך אָבער מיט זשאַנערן װי פּאָפּולאַרע מוזיק, שרײַבערײַ און אַנדרע שעפֿערישע פֿעלדער װאָס ס'איז דאָ צו זײ אַ זה לעומת זה איז דער לײַכטער און פֿױלער װעג נישט צו אַנאַליזירן װאָס מיר הערן און זען אַרױסצובאַקומן מה טובם, נאָר זײ צו פֿאַרגלײַכן מיט דער װעלטלעכע װאַריאַנט אָדער װאָס דאַכט זיך אונז איז אַ װעלטלעכע װאַריאַנט און באַלד צו דעקלאַרירן אַז מיר זענען גאָר די זיגער. אָפֿט נעמט זיך עס װײַל מיר קענען און פֿאַרשטײן נישט צו די אַנדרע זשאַנערן. אַנשטאָט אָבער צו זײַן אָרענטלעך און זאָגן אַז ס'איז נאַטירליך אַז מען באַזינדערט זיך אָפּ פֿון דער װעלט קען מען דערפֿון נישט צופֿיל פֿאַרשטײן זאָגן מיר נײן, ס'פֿעלט אונז גאָרנישט והראיה הנה זה, קוינו לו ויושיענו. אַן ענדלעכע אַספּעקט איז אַז מחמת דער קורצקײט פֿון אונזערע מושגים װערן מיר 'צושפּרינגן' פֿון יעדער פֿאַלענדיקע בלעטל און אין אַן אײנציקן שװאַלב זען מיר נישט בלױז אַ פֿרילינג נאָר די קאָלירן און געזאַנג פֿון אַ פֿולן זימער טאָג. דאָס איז אָבער מעורר אַ קשיא׃ אַז ס'איז אַזױ גוט װוּ איז דער װעלט, פֿאַרװאָס קומן זײ נישט צו װערן אַרױסגענומן פֿון די כּלים. צו פֿאַרענטפֿערן דער קשיא נאָך קריעת ים־סוף און מלחמת עמלק האָב מען געברענגט יתרו זאָל זאָגן עתה י15י, הײַנט ברענגט מען אָן די מבינים װאָס זאָגן אַז בײַ אונז ליגט נאָך מער װי בײַ זײ. מיר לערנען אָפּ װעלט מוזיק װי בלױז אַביסל רעש פֿון אַ װילדן פּױק און מיר פּױקן נאָך העכער. קלאַסישע מוזיק לערנען מיר אָפּ באַשטײט פֿון הונדערט שפּילער ממילא ברענגן מיר אָן הונדערט און אײנס צו שפּילן דער באָבאָװער קל אדון און מיר האָבן שױן אײַנגעפּאַקט אפֿילו בײטהאָװן אױך. אינו דומה שונה פּרקו מיט מאה שפּילערס צו הונדערט מיט אײנס.

דער קרענק איז נישט נאָר אין מוזיק אָדער קונסט נאָר ס'פֿאַרנעמט אַלע אונזערע אַקטיװיטעטן. אַ מלמד מומחה איז נישט בלױז אַ לערער מיט פֿיל געניטשאַפֿט נאָר ער פֿאַרשטײט צו פּסיכאָלאָגיע און יעדער עבודה זרה װאָס ס'דאַכט זיך אונז בלאָזט דורך די גאַסן. װער האָט עס אים אױסגעלערנט? איז שױן אבק אפּיקורסות. װיסקי מיט אַ הכשר איז װי שיװאַס ריגעל. און װען האָט איר דאָס לעצטער מאָל פֿאַרזיכט סקאָטש און װיפֿיל גענױ האָט איר געטרינקן? פֿרעג נישט,'ער פֿאַרשטײט'. יענער עסקן איז נישט בלױז אַ פּגע װאָס קען פֿיקסן אַן אַפּױנטמענט מיט דער בעסטער דאָקטאָר, װײַל ייִדן פֿאַלן אַרײַן אָדער צו די בעסטע דאָקטױרים אָדער צו רוצחים, נאָר יענער פֿאַרשטײט אױך צו מעדיצין. פֿון װוּ? און פֿון װוּ װײסן דען די ריכטיקע דאָקטױרים? און אַזױ גײט עס פֿון דאָס טריװיאַלע צו דברים העומדים ברומו של עולם. מיט אײן אױג זען מיר אונזערע גדלות און מיט דער אַנדרע דער שפֿלות פֿון דער װעלט און אינדערמיט שטעקן מיר אַרײַן דער נאָז.

לענינו, װען מען זאָל זאָגן אױף העלפֿגאָטן אַז ער איז אַ נישקשהדיקע חזן װאָלט איך געקענט דערמיט לעבן. מיז מען אָבער פֿון אים באַלד מאַכן ראָזענבלאַט, קוסאָװיצקי און דאָמינגאָ ואוכלן ביחד. נו, אױף דעם ערלױב איך מיך דאָס רעכט צו אַביסל סקעפּטישקײט.