הריני מקבל עלי...

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
6 יאנואר 2007, 19:57#1
הריני מקבל עלי...
אַ ווירטואַלן ידיד, אַזוינס וואָס נישט איך ווייס ווער ער איז און נישט ער ווייסט ווער איך בין, אָבער אַלץ זענען מיר ידידים מיט אַן אהבה שאינה ת29ה בדבר, כאָטש צו זאָגן אַז מיר זענען ווי דוד מיט יהונתן וואָלט געווען עטוואָס איבערגעטריבן...

על כּל פּנים האָט ער מיר אָפּגעשיקט אַפּאָר ווערטער צו מיין לעצטן שטיקל און דאָס וועט זיין מיין קבלה צום נייעם יאָר. פאַרשטייט זיך בלי נדר, שבועה, קונם, איסור, שמתא וארור

אלנפאלס, דארפסט זיך מאכן א ערנסטער חשבון הנפש זיך נישט צו לייגן אן שרייבן עפעס, אפי' א קורצע נארישע מעשהלע, אנדערש וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ, כמיין ווילאנג נעמט שוין צו שרייבן עפעס? עס מוז נישט און טאר נישט זיין צופיל דורכגעטראכט. ווען איך זאל אפי' איבערבליקן מיינע מאמרים וואלט איך כמעט נישט געשריבן.. איך פארשטיי אז ביי דיר איז אביסל אנדערש. ביסט דאך קטלא יר"ה אבער דאך... מיט א גבול.