ל"ג בעומר שאלות
נאָך זיך אויסוועלן אַביסל מוזיק צו הערן און וואַרטן ביים שערער באַלד אַ שעה מיר קורצער מאַכן די וואָנצעס האָב איך גענומן מיין קליינעם אין חדר. מיר האָבן מיר געשפרייזט שטאָלצערהייט מיט אונזער פייל און בויגן און איך האָב מיר געקלערט פאַרוואָס אויף ייִדיש לייגט מען דער פייל פאַרן בויגן מה שאין כּן אויף ענגליש שטעלט מען ערשט דער בויגן (בוי אַנד אַרוי) און דערנאָך די פייל?
ועוד אויף ל"ג בעומר, וואָס איז דאָס אַ ראָטל און פון וווּ קומט דער וואָרט? ביי מצות באַקן איז אַ ראָטל דריי קילאָ, אָבער ל"ג בעומר פאַרקויפט מען אַכצן ראָטל משקה און איך ווייס נישט וויפיל צו געבן אויף אויפצווועקן די סגולות.
אַז איך שרייב שוין, מיין טאַטע האָט שבת אינדערפרי אַרום גערעדט וועגן כּהלל ולא כשמאי וואָס מען זאָגט אין אתקינו סעודתא. מענין לענין האָט מען דערמאַנט דער גמרא אין שבת וועגן די שאלות וואָס מען האָט הללן געפרעגט ערב שבת פאַרן זמן. מיין שאלה איז צי הלל איז נישט געווען דער ערשטער דאַרוויניסט? די גמרא זאָגט אין שבת (ל"א.א) אַז מען האָט זיך געוועט ווער עס קען דערצערענען הללן. כדי אים אויפצורעגן האָט מען אים געפרעגט ערב שבת ביים באָדן פאַרוואָס זענען די אויגן פון תאַדמוראַנער ווייך אָדער שיף, און פאַרוואָס האָבן אַפריקאַנער ברייטע פיס. אויף דער ערשטער שאלה האָט הלל געענטפערט ווייל זיי וווינען אויף זאַמטיקע פלעצער האָבן זיי אויגן אָפצוהאַלטן דער זאַמד. אויפן צווייטן שאלה האָט ער געענטפערט ווייל זיי וווינען צווישן בלאָטעס ממילא האָבן זיי ברייטע פיס אַז זיי זאָלן נישט דערטראָנקן ווערן אָדער ווייל זיי גיין באָרפוס ווערן זייערע פיס נישט שמעלער פון גיין שיך.
הייסט עס לפי דעם אַז מיר טוישן זיך 29ט אונזער סביבה און מיר פאַסן זיך צו אונזער באַדערפענישן. ווען מען זאָל האָבן געפרעגט הלל, ווי דאַרווין האָט געפרעגט, פאַרוואָס האָבן גיראַפעס לאַנגע העלדזער? וואָלט ער אפשר געענטפערט, ווי דאַרווין האָט טאַקע געענטפערט, ווייל די צווייגן אַרום זיי זענען הויך. דער מוסר השכל פון זיין געדולדיקייט בלייבט דער זעלבער אָבער אפשר האָט ער עפעס אַנדערש אויך געמיינט.