שערי דמעות לא ננעלו א': את קולך שמעתי

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
15 מערץ 2011, 20:54#1
שערי דמעות לא ננעלו א': את קולך שמעתי

אַן אָפענע בריוו צו 'פאַרוויינטע אויגן'

את קולך שמעתי בתוך הגן ואירא. איך האָב געלייענט דיין בריוו אין דער פאָרווערטס און איך וויל פאַרזיכן דיר צו ענטפערן. ראשית כּל וויל איך דיר זאָגן אַז ווען איך האָב מיך געטראָפן אָדער ווען איך טרעף מיך אין דיין מצב מיט אַזעלכע מחשבות האָב איך דער ווייניקסטער ליב אַזוינער ווי איך וואָס קומן און זאָגן מבינות כּאילו מיר זענען שוין דאָרט געווען, האָבן עס מיטגעמאַכט און האָבן אַ דעה צו זאָגן איבער יעדער וואָס האָט ספיקות און זוכט עפּעס אַנדערש אין לעבן. פונדעסטוועגן, ווי איך בין עלטער געוואָרן און איך האָב מיך אויסגעלערנט אַביסל אַנדערע צו געטרויען האָב איך געזען דער נוצן פון אויסהערן וויאַזוי אַנדערע געבן זיך אַן עצה מיט די זעלביקע פּראָבלעמן. ממילא נעם אָן וואָס איך זאָג ללבן הסוגיא ולברר הענינים און בבחינת דרוש וקבל שכר ולמעשה כל אחד יעשה שאלת חכם.

לאָמיך אָנהייבן מיט זאָגן אַז עס איז נישט דאָ אַ לעזונג. דאָס לעבן איז נישט אַ סדר מיט אַ היסב בעט וואָס אויב מען גייט דורך קדש ורחץ און כּרפּס קען מען דערנאָך זאָגן נרצה און זיין באַוויליקט. ממילא די וואָס קומען מיט חלומות אַז ביי אונז ליגט דער אמת און אַז דו וועסט דיר ב29ז אויפמאַכן די אויגן וועסט דו שוין זען, אַזעלכע זאָלסטו פאַרמיידן לחלוטין. איך האָב מיר אָבער אויך איסגעלערנט אַז ווי שלעכט מען קען זיך ביי אונז שפּירן, אַז די טוירן זענען פאַרשלאָסן און אפילו די פענסטערס לאָזט מען נישט אויפמאַכן קען מען זיך אַלץ צוגרייטן אַ קאַמערל, אַ ד' על ד' וואָס אפילו אַז מען קען דאָרט אויך נישט פריי אָטעמען ווערט מען כאָטש דאָרט נישט פאַרשטיקט.

איז וועל איך אָפּזאָגן מיינע פּאָר ווערטער און ווי אַ ראש ישיבה פלעגט זאָגן אַז זיין דרשה האָט געפּועלט ב29ז אויפן מעריב נאָכן דרשה האָט זיך עס אויך גע29נט.

איך האָב אַרויסגענומן פון דיין בריוו אַז דו פאָרסט שוין אויפן שטראָז וווּ דו זעסט אַ וועלט פון שיינקייט, וווּ אויף יעדן ווינקל שפּראָצט אַן עץ ה15 אָבער וואָס מען לאָזט דיר דערפון נישט טועם זיין. דו זוכסט זיכערקייט און וועגווייזערס אויף דיין נייער וועג וווּ די וואַקלסט דיך צי בכלל ווייטער צו גיין. דו זוכסט אויך תשובות צו שאלות. מעג מען קישן אַ צווייטן פרוי ווען מען האָט אַן אייגענס צי נישט? איז עס מענטשליך איבערלאָזן פיינע אומשולדיקע טעכטער אָדער וויי טון פיינע עלטערן צי איז עס געמיין?

איך האָב פאַר דיר נישט גוטע נייעס. עס זענען נישט פאַראַן קיינע תשובות, ב29ז שאלות. דער לעבן קומט נישט מיט אַ קיצור און אַ חיי אדם, פאַר דיין וועג איז נישט דאָ אַ מאַפּע אין אַ מסלת ישרים אָדער ארחות צדיקים, און אין דער גאָרער וועלט זענען נישט דאָ קיינע פּוסקים פון איסור והיתר און חיוב און פטור. אוודאי זענען דאָ אַדוואָקאַטן איבער געזעצן, דאָקטוירים איבער מעדיצינישע ענינים, ארכיטעקטן איבער וויאַזוי צו בויען וכדומה. די זענען אָבער נאָר פאַר מצבים אינעם לעבן און נישט פאַרן לעבן אַליין. איבער את הדרך אשר ילכו בו ואת המעשה אשר יעשון איז נישט דאָ קיין מדריך, קיין משפיע, קיין רבי, קיינע ספרים. גאָרנישט.

איידער דו ווערסט מיואש אַז דו זעסט נישט אַן אויסוועג האָב איך אויך פאַר דיר אַביסל בעסערע נייעס. לא בשמים היא ולא מעבר לים היא כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו. די תשובות וואָס דו זוכסט ליגן ביי דיר און ב29ז ביי דיר אַליין. דאָס הייסט דו קענסט שרייבן בריוו אָן אַ שיעור און אויסהערן אַזעלכער ווי איך און אַנדערע. דו קענסט קויפן גאַנצע פּאָליצעס זעלבסט-הילף ביכער און צאָלן פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָטעראַפּיסטן אָבער צום צום סוף וועסט דו שטענדיק אָנקומן צו דער זעלבער. דו מיסט אַליין ענטפערן די תשובות, באַשליסן וואָס דו ווילט טון מיט דיין לעבן און קיינער קען און וועט עס פאַר דיר נישט טון. וועסט שטענדיק אָנקומען צו דאָרט וווּ דו האָסט אָנגעהויבן, ובחרת בחיים: אין לעבן מיז מען זיך אַליין קלייבן.

נאָך אַזאַ הקדמה אויפן כּלל איז עטוואָס לייכטער צו פאַרזוכן צו אַדרעסירן דיינע פּרטיתדיקע שאלות. דו ביסט אין אַ קלעם וואָס נאָר דער וואָס גייט עס דורך קען עס פאַרשטיין. דו ביסט אין אַ געזעלשאַפט וואָס זעט אויס ווי מצרים וואָס לא ברח עבד מעולם, פון וווּ מען קען נישט אַרויס. האָסט אויך אַן אחריות צו דיין פרוי, צו דיינע טעכטער, צו דיינע עלטערן, משפּחה, חבירים און אפשר אפילו צום גראָסערי קאַסירער און צום מקווה ייד וואָס שמייכלן און גרוסן דיר. דיין פרוי און קינדער זענען אויף דיר אָנגעוויזן, דיינער עלטערן האָבן דיר נישט שלעכטס געטון, דו נאַשסט פון דער וואַרעמקייט פון דער ברייטערע געזעלשאַפט וואָס האָט דיר אַלץ יחיד נישט געשעדיקט און עס קומט זיך זיי נישט צו ליידן אָדער האָבן עגמת נפש איבער דיין רצון וואָס האָט פאַר זיי און ביי זיי נישט קיין פּלאַץ.

דו קלערסט אפשר אַז דיינע מחשבות זענען נישט ענינים וואָס עס ווענדט זיך אין זיי לעבן אָדער טויט מה שאין כּן דיינע קינדער וועלן ווערן האַלבע יתומים, דיין פרוי אַן עלענדע גרושה און אַלעס איבער דיינע מחשבות, און נייע השקפות. אפשר אין תוך תוך ביסט דו אויך באַאיינפלוסט פון דיין אויפציונג און דו קוקסט אַראָפ אויף דיר אַליין אַז דו ביסט אַזוי ווייט פאַרקראָכן אַז דו זאָלסט וועלן מקריב זיין דיינע אייגענע קינדער אויפן מזבח פון דיינע תאוות. אַז דו פעלטשסט נישט ב29ז אין דיין איצטיקע משפחה נאָר אויך אין די צווייגן און בוים וואָס איז כּלל ישראל. אַז מיט דיינע קושיות און קריטיק ביסטו אַ נותן יד לפושעים און ביסט נישט בעסער פון משומדים און מלשינים פון אַמאָל.

מצד אחר איז לייכט זיך איינצורעדן אַז ערגעץ אַנדערש זענען נישט דאָ קיינע ראַמען. אונזער ערציאונג וואָס זאָגט אונז אַז 'אַ גוי פּאָפט און פרעסט' כּאילו ער איז בכלל נישט פאַרצוימט כדי אונז צו פאַרעקלען פון זיי, מאַכט זיי אויך אויסזען פאַר דער וואָס קוקט זיך אום ווי אַ גן עדן התחתון וווּ מען קען טון מה שלבו חפץ. אָבער ווי שלמה המלך זאָגט גם זה הבל ורעות רוח. אמת, זיי קענען גיין אין טיאַטער און מיזן נישט אַרויס29פן איידער מען צינדט אָן די לעמפּ, זיי קענען עסן ווען זיי זענען הונגעריק אָן באַקוקן די קליינע אותיות, און זיי קענען זיך אָנטון ווייניק אין וואַרעמע וועטער און נאָך ווייניקער אין 'הייסע' וועטער. אָבער נאָך דאָס טועם זיין אַביסל וועסט דו זען אַז איבעראַל זענען דאָ צוימען כאָטש אַ היפּש ביסל ברייטער.

אַז דו וועסט גיין שטודירן, און דאָס לעניות 15י דאַרף זיין דיין ראשית חכמה, וועסט דו מיזן קומען אין קלאַסן און אַריינגעבן דיינע אַסיינמענטס צום צייט אָן אַ פשעטל פון אַ רבינו תם'ס זמן. אַז דו וועסט גיין אַרבייטן וועסט דו נישט קענען פאַרפעלן מיט אַ תירוץ פון שה”י פה”י אָדער פאַרשפעטיקן ווייל עס איז ראש חודש צי אַ יומא דפגרא. און אַז דו וועסט ווערן פאַרליבט מיט אַ צווייטע פרוי וועסט דו קענען קושן אַ דריטע פרוי אויף די באַקן זיך צו גריסן אָדער באַדאַנקן אָבער איבער ישקני מנשיקות פיהו וועט דיר דיין נייע פרוי נישט אַזוי שנעל מוחל זיין. זי וועט דיר אפשר נישט באַשטיינערן איבער ייחוד אָבער נאָך אַ פּאָר מאָל וועט זי אויך קרומען מיט די אויגן.

דער חילוק איז נאָר אַז ביי אונז איז בין אדם למקום הייליק און בין אדם לחבירו געראָטן אָבער מען ווערט איבער דעם נישט אויס ייד. ביי זיי איז בין אדם לחבירו דער עיקר, און בין אדם למקום איז נכלל אין בין אדם לעצמו - אַ רשות היחיד וווּ דו אַליין ביסט בעל הבית. אַז דו ווילסט קענסטו זיצן אויבן אָן און זינגן מה ידידות און קיינער וועט דיר נישט שולדיק זיין די נשמה. און אַז עס שמעקט דיר נישט זעץ דיך פון אונטן און נאַש אַרבעס ווען אַנדערע זינגן נאָך שלום עליכם און קיינער וועט נישט שרייען, 'נו, קידוש'.

ווי שלמה המלך זאָגט, כל אשר תמצא ידך לעשות בכחך עשה און דו טו וויאַזוי דו פאַרשטייסט.

אויף ממשיך צו זיין…