הויפט זייט » אלגעמיינע קולטור » מוזיק » "אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט

"אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
שבת נאוועמבער 09, 2013 10:27 pm#1
"אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט
פאר די וואס גלייכן אמאליגע יודישע לידער און אזוי אויך אביסל אלטע סטייל חזנות, איז נישט דא קיין בעסער אלבאם ווי דאס:
זעכציג יודישע לידער פון גרויסע חזנים אין איין mp3 און אלע ווערטער אפגעשריבן אין א ביכל וואס איז בייגעלייגט.

עס איז צום ערשט ארויסגעקומען פאר דריי אר צוריק אין דריי סידיס m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=12587 m
אבער היות ס'איז שוין אלעס אויסגעגאנגען האט מען עס איבערגעדרוקט אין א mp3 אין די געשעפטן קאסט עס אינגאנצן 25 דאלער
און מ'קען עס קויפן אנליין ביי מאוסטלי, אויף עמעזאן און ביים דיסטריבוטער

גאר א פאסיגע מתנה פאר חנוכה!
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:53 pm#2
Re: "אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט
איך זע האסט געלייגט א לינק צו אייוועלט, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער מען ברויך וויסן, אויב קליקסטו אויף א לינק דא וואס פירט דיך צו אייוועלט, וועט די הנהלה דארט פאטענציעל קענען זען דיין איי פי אדרעס, און אויב דו האסט דארט אן אקאונט וועלן זיי קענען זען אז דער חשובער ניק פלוני באזוכט פרימארגן.
דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:08 pm#3
Re: "אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט
אויב די חשוב'ע הייליגע הנהלה פון אייוועלט ווייסט אז פרימארגען איז א פראבלעם האבן זיי דאך אליינס אויך דא באזוכט.....
זונטאג פעברואר 02, 2014 5:02 pm#4
Re: "אמאליגע אידישע לידער" איבערגעדרוקט
אז איך טו מיר דערמאנען,
מיינע קינדערישע יארן,
פונקט ווי אין א חלום, זעט דאס מיר אויס,
ווי זעט אויס דאס הייזעלע, וואס האט אמאל געגלאנצט,
צי וואקסט נאך דאס ביימעלע וואס איך האב פארפלאנצט?

אוי אוי אוי, בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז,
מיין היימעלע דארט וואו איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט,
ביסטו געווען אמאל אין בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז,
אין ארעמען שטיבעלע, מיט אלע קינדערלעך דארט געלאכט.

יעדן שבת פלעג איך לויפן, מיט אלע קינדערלעך גלייך,
זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע, ווארפן שטיינדעלעך אין טייך.
אוי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז,
מיין היימעלע דארט וואו איך האב געהאט די שיינע חלומות אסאך.

דאס שטיבל איז אלט, באוואקסן מיט מאך,
דאס שטיבל איז אלט, אין פענסטער קיין גלאז,
דאס שטיבל איז אלט, צעבויגן די ווענט,
איך וואלט שוין זיכער דאס ווידער נישט דערקענט.