הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » היסטאריע » סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770

סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 17 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #110
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:59 am#1
סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770
ר' משה שמואל זופניק העכער'ן סאטמאר זאלי רבי שליט"א
תמונה


דער רייכער אמאליגער טעקסטיל און היינטיגער ריעל עסטעיט סאטמארער זאלי וויליאמסבורג מאגנאט ר' משה שמואל זופניק האט זיך אונטערגענומען צו רענאווירן דאס אפיצעיעלער שטאטישער אנערקענטער לענדמארק 500 בעדפאר עוועניו דער סאטמאר רבי'ס רבינו יואל ט"ב בעל ויואל משה'ס הויז אין וויליאמסבורג קארנער קליימער סטריט און דאס פארוואנדעלען פאר א פארגעטערטער הויז אוואו חסידים זאלן קענען קומען זיך דערמאנען די עבודה וואס זיי האבן מיטגעהאלטן מיט זייער רבי בשנים קדמוניות די ערשטע יארן און די עיקר יארן פון זיין שאפונג דאהי על אדמת ווילימאסבורג.

דאס בנין איז אין שלעכטן צושטאנד זינטן פטירה פון סאטמאר רב איז דאס געווען א אפיס פאר ר' משה דוד נידערמאן'ס "רב טוב" אימיגראנטן הילף מוסד.
תמונה
שוין צענדליגע יארן וואס דאס האט "סקעפאלדינג'' ארינגס און ארום אויב עס פאלן שטיקער נישט אויף קעפ פון דורכגייער חלילה.

דאס הויז האט געקויפט יענע יארן ר' שלמה בראווער א איד וואס איז געקומען פון אונגערן פאר די מלחמה שנארן דא און געווארן גאר רייך. ר' שמואל זאנוויל גאלד און ר' אברהם ווערצבערגער האבן אויך דארטן געוואונט אויף די אנדערע שטאקן געצאלט רענט פאר'ן סאטמאר רב. אונטן איז געווען דער שיל און איז נאך היינט אויך א שיל. די סוכה פון סאטמאר רב איז היינט א שמחה זאל וואס די הכנסה גייט צו דעקן די קאסטן פון אויפהאלטונג פון בנין.

פונקט ווי לובאוויטש האט געלאזט דעם לעצטן רבי'ס הויז זייערע אויף 770 אלס מוזעיום און מקום ווי זייערע חסידים קומען נאכאלס אין מאסן זיך אויסבעטן א ישועה כאילו דער מנחם מענדל לעבט נאך... אבער דא אחוץ דאס מאכן פאר אזא לעבעדיגער ''בית חיינו'' מאכט ער אויך א ''חצות כולל''.

אט שוין דא דאס ערשטער בילד פון רענאוואציע

תמונה
מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:40 pm#2
Re: סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770
נישט קיין שלעכטע איידיע, כ'האף אז עס קומט אויך א מועזיאום פון די חפיצים פון סאטמאר רב וכו' בילדער פון יענע תקופה ועוד,
דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:33 am#3
Re: סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770
די סאטמארע האבן דאס שוין לאנג אין מאנרא אין יצחק שלעזינגער'ס הויז, וואס מ'קוקט מיט התפעלות ווי ר' יואליש איז געזעצן.
זונטאג פעברואר 23, 2014 8:09 pm#4
Re: סאטמאר זאליס קאפירן חב"ד מאכן 500 בעדפארד ווי 770
פאר א נויט וועט מען אויסלייגען אפאר קאפלעך מיט א טלית אין נאך אפאר חפיצים אין זאגן אז דאס איז די רעבע זעכרונו ליברכהע גאגאנגען ביי שובבים תת תורה