Re: האקן א לעבן ווען דער ווייב איז נישטא
חפץ חיים כתב:1) אני מאמין שכל דברי חז"ל אמת, ואם הם פסקו שמותר לחיות עם כמה נשים
בטוח אני שבעז"ה ימצא מספיק נקבות, לכל אחד שמבקש להדר אחר דברי חז"ל.
דו גלייבסט אויך אין דברי חז"ל אז "מרצה מעות ליד אשה כדי להסתכל בה, לא ינקה מדינה של גהינום"? ס'קוקט נישט אויס אזוי.
דעס איז א פראבלעם וואס מיר טרעפן ביי אסאך רעליגיעזע אז מען נעמט ערענסטע אישוס און מ'גייט זיך פארלאזן אויף א גלויבן, דו וואלס אנגענומען א רפואה וואס חז"ל זאגן אז עס העלפט כאטש די פאקטן וועלן ווייזן אז עס מאכט קראנק, און זיך האקן קאפ אין די וואנט אריין שרייען "אני מאמין בדברי חז"ל".
2) אני באמת לא התכוונתי ל 10 נשים, אלא כפי פסק חז"ל בכתובות, 4 מקסימום.
וואס? נישט 10 נאר 4, הייסט 4 וואס איז 400% מער פון 1, דאס פארשטייסטו, 10, וואס איז נאר 250% מער פון 4, דארט פארשטייסטו שויך אז עס איז טו מאטש, (און ווי איז די מקור אין כתובות, איך ווייס אז שלמה המלך האט געהאט 1000 ווייבער)
3) תעלה סקר כאן ותראה שעפ"י הטבע יש בכל קהילה יותר נקבות מזכרים,
וואס איז דיין מקור, כ'ווייס נישט צו דו מיינסט קהילה דוקא יידישע קהילות, ווייל אין די אלטוועלטליכע שאצונג איז בערך 50-50, און אפי' אויב ס'איז אביסל מער, אבער צו געבן פאר א יעדע מאן אפי' נאר 2 ווייבער דארף זיין 200% מער מיידלעך פון אינגלעך.
והסיבה ידועה ליודעי חן, עפ"י חז"ל: איש מזריע תחילה וכו'
קודם כל, נישט דאס מיינט יודעי חן, יודעי חן מיינט די וואס פארשטייען קבלה.
דאס וואס חז"ל זאגן איש מזריע תחילה וכו', איז געווען לויט זייער פרימיטיווע פארשטאנד אין עמבריאלאגיע, זיי האבן געזאגט ענליכע זאכן וואס זענען פשוט אנדערש ווי די מציאות, אז אין האשה מתעברות מביאה ראשונה, און אז מ'קען נישט ווערן מעוברת שטייעדיג, און אז ס'מוז זיין יורה כחץ (וואס ס'איז אפשר אמת אז ס'איז גרינגער צו ווערן ווען ס'איז יורה כחץ, אבער נישט אויסשליסלעך), זיי האבן פארשטאנען היבש ווייניג וויאזוי די זאכן ארבייטן.
בכלל קענסטו מיר אפשר אפטייטשן די ווערטער איש מזריע תחילה וכו' אשה מזרעת וכו', וואס מיינט מזריע, מיינט דאס "די הנאה וואס די פרוי האט" ווייל די הנאה איז בכלל נישט געבינדען מיט די ווערן נתעבר, ס'האט צו טוהן מיט אוויולעיט'ן, סוי אויב דו קענסט מיר קלאר מאכן אין די טייטש פון חז"ל, איי וואד עפרישיעיט איט.