הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » וויסענשאפט » יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות

יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 8 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1158
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג פעברואר 05, 2016 9:15 pm#1
יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
כ'האב זיך לעצטנס גענומען אביסל פלייסיגער דורכטוהן די רייכע יודישע ליטעראטור פון בעפאר, און אין די עטלעכע יארן נאך, די קריעג
ס'איז אינטערעסאנט אז זייער אסאך אויסדרוקן און ווערטלעך וואס זענען שגור ביים היימישן עולם, טרעפט מען דארט.
צב"ש, שלום עליכם דערמאנט עטלעכע מאהל דעהם קאמישן אויסדרוק עזות-מחוצף-פנים
איך ווייס נישט צו עס איז ווייל אונדזערע זיידעס האבן געלייענט די ביכער אדער די שרייבער האבן אראפ געשריבן וואס דער עולם האט גערעדט, אדער עס פאלט אונדז פשוט ביי וואס ס'איז זיי בייגעפאלן... אלענפאלס וועלן מיר פרוביהרן דא מיטטיילן פון צייט-צו-צייט ווען מיר טרעפן אזא אינטערעסאנטע אויסדרוק, ווערטל אדער באגריף

וזה החלי
ווען איהר פארשטעלט איינעם פון זעהן עפעס פאהראויס, האט איהר שוין מסתמא געהערט זיך אויסדרוקן רוק זיך, ביסט נישט געמאכט פון גלאז אדער עפעס אזוי
אינע ביכל טרופּע טאנענצאפָּ תשכ"ז וואו עס וועהרט געדרוקט די שריפטן פון מיכאל ווייכערט פאר א גאלדפאדען שפיל אין א גאליציאניש שטעטל m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7 ... 7.95.D7.9F m
בלאט 18: משה זאהגט דערנאך וואס מ'הייסט עהם טוישן פלאץ פארן נגיד, פאַרשטעלט נישט, פּאַניע, אייער טאַטע איז נישט געווען קיין גלעזער.

m http://archive.org/stream/nybc207270#page/n19/mode/1up m
זונטאג פעברואר 07, 2016 3:31 pm#2
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
סאיז דא אסאך, ווען כפלעג לייענען שלום עליכם ביכער אדער הערן דזשיגאן און אנדערע, האב איך מיר אפט אנגעשטויסן מיט אויסדרוקן און וויצן וואס ווערן היינט נישט באנוצט ביים עולם אזוי ווייט.
אמאל האב איך געזען א ווידעא קליפ אויף די אינטערנעט פון איינער וואס רעכנט אויס א רשימה פון שלום עליכם'ס באגריפן און אויסדרוקן, ווי אויף קללות און ענליכס. כקען עס אבער נישט טרעפן און כגעדענק נישט וואו כהאב עס געזען.
איינער פון די ווערטער וואס איך געדענק איז דער מושג לאמטערנשיסער, וואס כגעדענק נישט פונקטליך וואס סדארף צו מיינען.
פיין שטיקל ארבעט מיסטער נייגעריגער, מיר ווארטן אויף נאך.
מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:38 pm#3
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
דו מיינסט אודאי שלום עליכם'ס לעקסיקאן פון קללות לויטן א-ב, וועלכע איז אין פאקט געוועהן זיין סאמע עהרשטע שרייבערישע ווערק...
זעה דא ווי ער שרייבט דערוועהגן אין זיין אויטא-ביאגראפישער בוך פונ'ם יאריד, קאפיטל א מענה לשון פון א שטיעפמאמען
m https://books.google.com/books?id=sgVIA ... AA&f=false m

דער קליפ פון וואס דו רעדסט איז לכאו' וואס כ'האב דערמאנט אינעם שטרענגל קללות אויף אידיש
l viewtopic.php?p=6457#p6457 l

לגבי וואס לאַמטערנשיסער דארף גענוי צו מיינען, קען איך דיר נישט העלפן... ס'קען אז ס'איז סתם א קללה ווי זאַק פּאָלאָווע און זוויערע קיסליצע, נעמליך אבי געשאסן... אדער פילייכט מיינע עס יא עפעס
אפשר קען דער דאזיגער העברעאישער איבערזעצונג העלפן m http://simania.co.il/forum.php?showNoteId=277874 m
מאנטאג פעברואר 08, 2016 4:38 pm#4
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
אדאנק פארן ברענגען די לינק צו יענע אשכול, ווייל יענע קליפ האב איך טאקע געמיינט, און ווען יענער האט געזאגט שוטה בן פיקהאלץ, האב איך מיר דערמאנט אז דאס איז געווען זייער אן אנגענומענער שענד ווארט, ביי אן אלטער גאליציאנער וואס מן הסתם זענען דא דא אין פאליש נאך וואס געדענקן אים, פון בארא פארק.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 4:12 pm#5
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
ווי מעהר איך לייען פריערדיגע יודישע ביכער, אלס מעהר וועהר איך געוואוינט צו דארט טרעפן היימישע אויסדרוקן און באגריפן
אבער צו טרעפן דאס אויסדרוק טיף-טייע"ר אין דער ערד אין א בוך פון תשכ"ה, די יידן פון ליימענע הייזלעך, איז מיר געוועהן א חידוש

גענוי פשט דערין ווייס איך נאך אלץ נישט, אבער עס זעהט אויס איז עס נישט קיין וויליאמסבורגער פאבריקאציע ווי איך האב זיך פאהרגעשטעלט
דאנערשטאג מערץ 03, 2016 4:16 pm#6
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
איך האב אמאהל געטראכט אז דער אויסדרוק וואס כ'האב כמ"פ געהערט איך מיין קיינעם נישט, אבער וועהר ס'מיינט אז מ'מיינט עהם; עהם מיינעך טאקע פאסט זייער גוט צו שטאַמען פון די שאַרפע ליטווישע בעלי מוסר
און כאטש כ'האב עס פון זיי נישט געהערט און כ'האב נישט קיין קראַנטע ראיה לדברי, האב איך אַנומלט אַנטדעקט א שטיקל אַסמכתּא צו מיין טעאריע

חיים גראַדע אין זיין עסיי מיין קריג מיט הערש ראַסיינער שרייבט ווי פאלגענד:

ר' חיים?
מיר האָבן דאָך אָפּגעשמועסט, אַז איר וועט ניט ווערן בייז?
ניט אייך מיין איך. איך זאָג עס על פּי משל. נאָר אויב איר פילט זיך, מיין איך טאַקע אייך אויך!


איך האף אז איהר ווייסט אז ער האט געלעהרנט אין א נאָווהאַרדאָקער סטייל ישיבה אין ביאַליסטאָק און איז פון די מערסט באקאנטע יודישע שרייבער פון יוצאי ליטע וועלכער האט פאראייביגט די מוסר מהלך אין זיינע באריהמטע ערציילונגען, צמח אטלאס און נאך m https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%93%D7%A2 m
שבת מערץ 05, 2016 10:28 am#7
Re: יודישע וויצן און אויסדרוקן אין פריהערדיגע מקורות
די ווארט איך מיין קיינעם נישט, אבער אויב איינער מיינט אז איך מיין אים, מיין איך טאקע אים. איז א ווארט וואס מקען הערן אויף אנדערע שפראכן אויך.
דאס מיינט אז כבין נישט אזוי זיכער אז סאיז א אידישע אפשטאמיגע ווארט, קען זיין סאיז, כווייס נישט, קען זיין אז אידיש האט געהאט א השפעה אויף אנדערע שפראכן, אבער כהאב עס שוין געהערט פון אנדערע אויך.