על מה עשה ה' ככה
ווי אלעמאל וואס סגעשעט עפעס און פרומע שטארבן אין א שווערע טראגעדיע, זענען די רבנים אייביג פארנומען מיט טרעפן די סיבות פארוואס סאיז געשען.
דא אינדעם אשכול וועלן מיר העלפן די רבנים טרעפן די שולדיגע אינעם שרעקליכע טראגעדיע וועלכע האט היינט פאסירט אין ארץ ישראל, אין וועלכע זעקס מענטשן זענען אומגעקומען אויף א באס וואס איז געפארן פון ירושלים קיין בני ברק.
כווייס אז ענק רבנים האבן א פעטיש צו באשולדיגן פרויען געווענליך, ווי שייטלעך, שמאלע געפאסטע קליידער, דענים סחורה קליידונג און אנדערע שטותים.
אין די לעצטע צען יאר צו וויפילהאט זיך עס אביסל געטוישט, היינט איז די אינטערנעט שולדיג, סמארטפאונס, טעבלעטס און אנדערע כלי השחתה.
כהאב געזען אז די מועצת החכמים פון ש"ס האט פארגעשלאגן א תענית הדיבור אין ליכט פונעם טראגעדיע, וועלכע איז טאקע געוואונטשען פאר ענק רבנים, ווייל מיר תורה טרייע אידן האבן נישט ליב קיין מחשבי חשבונות. מנחשים גייען אריין אין גדר פון כישוף מאכער און זענען מחויב מיתה מן התורה.
איך וועל פארשלאגן סיבות צום טראגעדיע און יעדער קען זאגן וואס ער טראכט פארוואס דאס שרעקליכע האט פאסירט.
די רבנים נעמען שוחד אדער טובות הנאה און פסקנען נישט לפי דין תורה נאר לפי נטית ליבם.
די באס איז געווען אן אפגעטיילטע באס, די באשעפער וויל ווייזן אז נארמאלע מענטשן גייען דעם מיטעלן וועג און נישט ראדיקאל.
דאס איז א שטראף פאר די פרומע וועלט פארן רודפן די רעפארמער און קאנסערוואטיוון אין ארץ ישראל, נאכדערצו ווען מפרובירט ארויף צווינגען אויף די אנדערע א לעבנסשטייגער וואס זיי ווילן נישט, וועלכע ברענגט אויף א צארן ביי גאט.
צום לעצט איז די אמתע סיבה פארן עקסידענט לכאורה, די באס דרייווער איז געפארן ווילד און האט נישט אינאכט גענומען אינעם טרעילאר און האט אריינגעפליקט אין אים.
נאך א סיבה, חברה קדישא איז לעצטענס געווארן ארבעטסלאז און זיי האבן געבעטן פון באשעפער ארבעט, וועלכע האט זיי נאכגעגעבן דעם פארלאנג. די זעלבע קען זיין מיטן מציבה פעקטאריס.
לייגט צו נאך סיבות צו העלפן די רבנים אינעם שרעקליכע אומגליק.