2015 אין פילם

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1183
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג פעברואר 26, 2016 8:53 pm#1
2015 אין פילם
מ'האלט שוין בלויז צוויי טעהג פון די גרויסארטיגע 88ציגסטער אַסקאָר צערעמאניע וואס וועהרט געזעהן ווי דער גרעסטער אווענט אין פילם און דיענט ווי דער חתימה פארן פריהערדיגן יאהר, קומענדיג נאך די קלענערע אווענטן ווי די גאלדענע וועלטן אא"וו
m https://en.wikipedia.org/wiki/88th_Academy_Awards m

מתחילה האב איך נישט געוואלט עפענען אן אשכול דערויף, וויבאלד אין 2015 האב איך זיך מעהר אפגעגעהבן אין נאכגיין אלטע פילמען ווי אין גיין קוקן נייע, אבער פאָרט אז קיינער איז זיך נישט מרחם... פּטור בלא כלום אי-אפשר...

ס'איז אייך מסתמא באקאנט איבער די קאנטראווערסיע איבער דאס אפּוועהזנהייט פון שווארצע נאמינאציעס פאר די היי-יעהריגע צערעמאניע.
צב"ש, סטרעיט אַוטע קאַמפּטען, (Straight Outta Compton) וואס איך האב געזעהן און איז גאהר א גוטער פילם און אייז קעסטל'ס זוהן לייגט אראפ א גוטער דזשאב, איז בלויז דער ווייסער שרייבער נאמיניהרט געווארן

זעהט דא ווי עס וועהרט געדעקט דורך די דיעלי שאָו m https://www.youtube.com/watch?v=EkpZTRUkFYI m און סנ"ל m https://www.youtube.com/watch?v=ospx7tXWYbI m
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא, זינט כ'האב נישט צופיל אריינגעקוקט דערין. ס'קען זיין אז ס'באמת נאר א צופאל און ס'קען אויך זיין אז ס'איז סיסטעמאטישע - אדער גאהר צופעליגע - ראסיזם
ס'איז כדאי אנצומערקן אז דער היי-יעהריגער יושב-ראש (פאָהרזיצער אין דזשאַרגאָן) וועט זיין קריס ראַק

יעהדנפאלס, אויסער די אויבנדערמאנטע פילם און לערנינג טו דרייוו l viewtopic.php?p=21688#p21688 l , וואס איז טעכניש א 2014 פילם אבער איז הערשט ערשינען פארן פובליק אום 2015, מיין איך אז כ'האב נישט געזעהן א גאנצע נייע פילם וואס איז וועהרט א ספּעציעהלער אויסצייכענונג...
איך האב געזעהן שטיקער פון ברוקלין m https://en.wikipedia.org/wiki/Brooklyn_%28film%29 m און סטיוו דזשאבס m https://en.wikipedia.org/wiki/Steve_Job ... 15_film%29 m , אבער נישט די גאנצע צו קענען זאהגן א מיינונג

איך האב אויך לעצטנס געזעהן דעדי'ס האום m https://en.wikipedia.org/wiki/Daddy's_H ... #Reception m , וואס איז נישט קיין שלעכטער פילם און די ריוויו'ס זענען לדעתי היבש נעגאטיווער ווי סע קומט זיך; אבער פארט איז די סקריפט נישט עפעס אויסגעצייכנט אז ס'זאל פארדיענען א נאמינאציע
אויב דארף איך נאמיניהרן איינעם פאר א קאמעדי פון פאריאהר, וואלט עס געוועהן ען העטעוועי
זי לייגט אראפ א גוטע ארבעט אין די אינטערן l viewtopic.php?f=15&t=287&start=40 l

געט הארד איז אויך געוועהן זייער גוט, טראץ די נעגאטיווע איבערזיכטן l viewtopic.php?p=18148#p18148 l

נאך א פילם וואס וועהרט פאררעכנט אלס א 2014 פילם, אבער איז געווארן נאמיניהרט צו די היי-יעהריגע אסקארס פאר בעסט פרעמדע-שפראך פילם איז דער פראנצויזיש-שפראכיגער פילם ראָן פון אייוואָרי-קאָוסט m https://en.wikipedia.org/wiki/Run_%282014_film%29 m
ס'איז טיילווייז געספּאַנסערט דורך די פראנצויזישע רעגירונג ממילא איז עס ווי פארשטענדלעך בייעסט, אבער דער פילם זעלבסט איז גאהר א גוטע פון אלע שטאנדפונקטן

אויב כ'וועל זיך דערמאנען פון נאך עפעס וואס כ'האב געזעהן, אויסער וואס כ'האב שוין דערמאנט דא l viewtopic.php?p=15292#p15292 l , און איז אויסגעצייכנט, וועל איך אייך לאזן וויסן...

וואס זענען אייערע פילמען פון פאריאהר וואס איהר קלעהרט זענען גאהר גוט אדער פארקעהרט?
דינסטאג מערץ 01, 2016 2:36 pm#2
Re: 2015 אין פילם
אפשר קען איינער וואס האט מיטגעהאלטן די אסקאר, דערציילן וואס איז פארגעקומען.
אויסער די בויקאט פון די שווארצע, האב איך נישט באוויזן מיטצוהאלטן גארנישט פונעם געשעעניש וועלכע געט אויסצייכענונגען פאר די פילמס פון די פארגאנגענע יאר.
מיטוואך מערץ 02, 2016 6:32 pm#4
Re: 2015 אין פילם
איינע פון די הויפט זאכן פון וואס מ'רעדט איז אז ליאָו דיקעפּריאָו, איינע פון די באַריהמט'סטע האַליוואָד אַקטיאָרן, האט עהנדלעך באקומען אן אסקאר אויסצייכענונג
ס'איז כדאי צו באמערקן אז ער איז שוין נאמיניהרט געווארן מיט 22 יאהר צוריק און צו זיין מזל האט עהם גענומען ביז יעצט צו געווינען פארThe Revenant, א פילם וואס כ'האב גראדע געזעהן רוב דערפון אבער ס'האט מיר נישט צו שטארק געצויגן
די פילם זעלבסט איז זייער גוט, נאר איך גלייך נישט צו שטארק די סארט דזשאנער פון דראמע

ליאו איז אויך דער בא'ליעב'סטער עקטער ביי אונדז אין פאליש l viewtopic.php?f=15&t=579 l מיט פערציג פּראָצענט שטימען לטובתו...
מאנטאג מערץ 21, 2016 9:15 pm#5
Re: 2015 אין פילם
איך האב נארוואס געזעהן דעהם דראמע פילם צימער (Room)און כ'מוז אייך זאהגן אז ס'עפעס אויסערגעוועהנלעך
די סקריפט איז גאהר גוט און די צוויי הויפט אקטיארן לייגן אראפ אן אויסגעצייכנטע ארבעט
ס'נישט קיין ווינדער אז זיי האבן געווינען אזויפיל אויסצייכענונגען, כאטש ס'איז נישט קיין האליוואד פילם

m https://en.wikipedia.org/wiki/Room_%282015_film%29 m

איך ראהט עס יעהדן צו גיין קוקן