הויפט זייט » אינטעלעקטואלע נושאים » דת ואמונה » רעליגיע מאכט אונז שלעכט

רעליגיע מאכט אונז שלעכט

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 14 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1206
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ב' מרץ 28, 2016 12:35 pm#1
רעליגיע מאכט אונז שלעכט
רבי יוד איך קען בארגן דיין סעלפון? אה... ניין עס האט נישט קיין מינוטן מער.. אדער... עס האט נישט קיין באטאריע.....
האט איר זיך באגעגענט אין אזא סיטואציע? איך ליידער יא.. ווייל ליידער בעוה"ר האב איך א טמאנע סמארטפון און אויב נעם איך ארויס דער כלי אים צופארבארגן וועל איך באקומען א מוסר דרשה במקרה הטוב ובמקרה הרע וועלן קינדער פליען פון מוסדות ממילא מיז איך ווערן א שקרן און א שלעכטע מענטש אין נישט העלפן א צוויטע ווען ער דארף א טובה.
עס האט אפשר נישט מיט אלגעמיינע רעליגיע אבער מיט די רעליגיע וואס די חסידים האבן זיך עיוואלווד..
ב' מרץ 28, 2016 12:38 pm#2
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
עס גיסט אינדרויסן איך פאר מיטן קאר טאר איך חס ושלום אפערן מיין שכינה א רייד ווייל ....איי זי ווערט דורכגיווייקט נאס....
ב' מרץ 28, 2016 6:25 pm#3
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
ווען ער וואלט ווען געוואלט נוצען דיין אייפאון, און דו ווילסט אים עס נישט געבן אלס שלעכטקייט, וואלסטו אפשר געקענט באשולדיגן רעליגיע דערפאר.
אבער ער וויל דאך נישט דיין אייפאון, איז מיט וואס ביזטו שלעכט?

ווען די פרוי וואלט ווען געוואלט כאפן א היטש מיט דיר, און דו ווילסט איר נישט געבן אלס שלעכטקייט, וואלסטו אפשר געקענט באשולדיגן רעליגיע דערפאר.
אבער זי איז דאך גרייט ענדערש דורכגעווייקט צו ווערן ווי אריינצוגיין אין דיין קאר, איז מיט וואס ביזטו שלעכט?
ב' מרץ 28, 2016 11:45 pm#5
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
עס איז נישט ווייל יענער וויל נישט עס איז נאר ווייל א צווייטער וועט אים פארהאלטן פארוואס ער האט א סמארטפאון אדער עס פאסט נישט פאר א חסידישע יונגערמאן אויפציפיקען א פרוי פאר היטש
ג' יוני 21, 2016 1:25 pm#6
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
זאג האסט פרובירט זיך אפצושטעלן פאר דיין שכנה?! אפשר וויל זי יא אריינקומען אין דיין קאר ווען ס'מבול'ט אינדרויסן....

פאר דעם בחור'ל זאג אפען און קלאר, 'כ'האב א סמארט פאון כ'קען דיר עס נישט בארגן כ'ווייס נישט צו דיין טאטע לאזט' פינטל


ס'האט מיט ריעליגיע ווי איך האב מיט סאוט קאריע
ד' יוני 22, 2016 9:24 am#7
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
יא יא. אפשר טאקי. צוליב רעליגיע וועל איך אפשר נישט קענען געבן מיין סמארטפאון אובער צוליב די רעליגיע וועל איך און כמעט יעדע אויך נישט געבען א פשוטע סעלל וואס אין אנדערע רעליגיעס וועלען געבען מיט פארגעניגען ווייל אונזערע רעליגיע מאכט אונז שלעכט.
איך וועל נישט קענען אפערן א ליפט פאר א שכנט'ע, און נישט נאר איך און נישט נאר פאר די שכנט'ע. חסד איז נישט געמאכט געווארן צו נעמען יעדע איינער, בייטאג און ביי נאכט, רעגענדיע טעיג אין הייסע טעיג, צו מ'קען זיך צו נישט, מענער און פרויען. ווייל אונזערע רעליגיע מאכט אונז שלעכט.
און בכלל, אין שפיטאל, נאר אונזערע רעליגיע לאזט נישט קויפן עסען פאר פרייזען פון... און דערפאר האבן אונז נישט קיין ברירה, און אונזערע מענטשען דארפן צו שטעלן עסען איינער פאר'ן צווייטען, פון אלע סארטן, פון אלע ארגעניזעישענס, מכל טוב וטוב. ווייל אונזערע רעליגיע מאכט אונז שלעכט.
און ווען איינער איז ח"ו איז אין אן עמערגענסי מעדיקאל קאנדישיין וועט ער "נישט" קאללן הצלה, ווייל די נאשיונאל סערוויסעס זענען בעסער, זיי וועלן ארויס טאנצען פון בעט מיט שלאף קליידער (קוק אין די אנדערע אשכול וועלעכע) אינמיטען נאכט צו העלפען א צווייטע איד. זיי וועלען זיכער מאכען אז וועט מען טוהן אלעס ביז ער קומט אין שפיטאל. ווייל דאס איז פון די רעליגיע וואס מאכט אונז שלעכט.
און ווען א גוי וועט פראבירען איין ברעכען דיין הויז, איז שומרים וועלען קומען צו הילף. אובער מ'קען זיי נישט קאללן, ווייל זי מאכען חילול השם און זיי זארגען נאר פון די מעמבער פון אונזערע רעליגיע וואס מאכט אונז שלעכט.
און ווען מ'האט חתונה, אונזערע שלעכטע רעליגיע שטעלט צו גמח"ן מיט אלעם כדאי ס'זאל זיין שלעכט. און אז מ'דארף ערבים וועט מען גייען זוכען ביי די שווארצע, ווייל אונזערע רעליגיע לאזט נישט ווייל זי וויל אונז מאכען שלעכט.
און אז מ'האלט נאך א בעיבי, וועט מען זיך צו שטעלען פון אלע אידישע נעיבורס ווארימע עסען, ווייל פון די גוים קעמען דאך נישט נעמען, ווייל ס'איז נישט כשר. מוזן די אידען זיך צו שטעלן איינעם צום צווייטן, ווייל דאס איז אונזערע רעליגיע, אונז צו מאכען שלעכט.
און טאקי, איך האב אינגאנצען פארגעסען. איך קען נישט בארגען מיין סמארטפאון, ווייל אונזערע רעליגיע מאכט אונז שלעכט.
א' יוני 26, 2016 5:13 pm#9
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
יעדער ארגאניזאציע וואס איז דא ביי די אידן, איז בלויז צו מאכן גרינגער צו בלייבן..
יא,
מען האט גמח'ן פאר חתונה מאכן.
פארוואס אבער מאכט מען נישט אז די לעבן. זאל זיין מער אפארדעבל? ווייל מען וויל זאלסט דארפן צוקומען צו אונז, ממילא וועסטו בלייבן פרום וכו'.
א' יוני 26, 2016 6:18 pm#10
Re: רעליגיע מאכט אונז שלעכט
לעט מי קארעקט יו

צו זאגן אז די ארגאנעזאציע איז געמאכט כדי צו אנהאלטן אין די קאמיוניטי איז פאלג מיר א גאנג, די טבע פון די אידישע נעישאן איז רחמנים ביישנים ו'גומלי חסדים' יא איים פראוד מיט וויפיל חסד די אידישע וועלט איז ארומגענומען

עפארדעבל?!? כ'רעד שוין נישט פון די פאקט אז פעיר פרעשור איז דא אין יעדע קאמיוניטי, ווי לאנג מענטשן זענען יומען און מ'לעבט צוזאמען, וועט איינער וועלן געפעלן פארן צווייטן, אסאך האבן שוין פרובירט אראפצוברענגן די סטענדערט פון פארשינדענע הוצאות, און פארשידענע עספעקטן פונעם לעבן, מיט שוואכע ערפאלג, און דאס האט גארניקס מיט אידישקייט, זילטש! פרעג דיין זיידע ווי אזוי ער האט חתונה געהאט! מיט ווייניגער וואס די האסט בר/בת מצוה געהאט.... די סטענדערט האמיר זיך אליינס געהויבן און אויב עפעס האבן די פירערס פון די קאמיוניטי פרובירט אסאך צו טוהן עס אראפצוברענגען

שוין גענוג געפלעפקעט

וואס נאך.....