Williamsburg כתב:און בעצם איז נישט קיין סתירה מען קען זיין א כופר און היטן שבת און מען קען זיין א מחלל שבת און נישט זיין א כופר
לאמיר מסביר זיין למשל איינער איז מחלל שבת ווייל סאיז
עים צו שווער צו היטן שבת און ער טראכט נישט פון שכר ועונש
אזא איינער מיינט נישט בכלל צו זיין א כופר איך זאג נישט סאיז נישט אויסגעשלאסן סקען זיין אז יא און סקען זיין אז נישט
און נאכדעים איז דא איינער וואס גייט אנגעטוען מיט א ברייטע ביבער היט און ארויפגעצויגענע זאקן און איז אן אפיקורת גמור פון אינעווייניג
למשל איך האב אמאל געהערט פון איינעם שיינע מעשה דערוועגן סאיז געווען א איד וואס האט געהערט אז און יענע יענע שטאט וואוינט א איד וואס הייסט יענקל כופר האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וויל גיין באזוכן דעים באווסטן יענקל כופר אויף איין שבת און זעהן וואס ער טוט צו זיין א כופר און אזוי האט ער טאקע געטוען ער קומט אהן און יענע שטאט און פרעגט זיך נאך ווי עס וואוינט דעי יענקל כופר און מעוואזט עים צו און דעי הויז וואוינט ער קלאפט ער אהן אזוי ערב שבת פארן זמן און דא וואוינט עפשער דעי באוואוסטע יענקל כופר זאגט ער עים יא דעיס בין איך קענסט דא זיין פאר שבת אז דו ווילסט ער איז שוין געווארען אביסל צומישט איז ער יענקל כופר וואס רעדט ער וועגען שבת וואס האט האט עס מיט עים צוטוען שוין טראכט ער לאמיר צו ווארטן ביזן זמן און זעהן אויב ער וועט אנצונדען א לעקטער אזוי אויף להכאיס ער איז דאך א כופר דארף ער עפעס טוען פארדעים ביזדערווייל זעהט ער ווי ער גייט און מקווה לכבוד שבת און גייט און שוהל דאווענען מיט יעדען און קומט אהיים און מאכט קידוש וואשט זי צו די סעודה אין עסט חלה פיש זינגט זמירות עס זיפ און זינגט ווייטער מה ידידית און י' אכסוף און אזוי איז געווען א גאנץ שבת ער האט געפירט שבת פונקט ווי יעדע נארמאלע מענטש און האט אפילו איינמאל נישט געטוען א חילל שבת סגעקומען נאך שבת און זיין גאסט איז שוין געווארען אינגאנצען צומישט וואס גיי דא פאר איך בין אפשר נישט ביי די גוטע אדרעס געט ער א פרעג דעים יאנקל וואס גייט פאר דו ביזט א כופר אדער נישט דו האסט אפילו איינמאל נישט געטוען א חילל שבת אזוי אויף להכאיס
ענטפערט ער עים
להכאיס פאר וועם ?
ווער ספארשטייט דו טיפקייט פון דעי מעשה פארשטייט וואס כהאב געוואלט ארויסברענגען מען דארף נישט מסביר זיין סרעדט פון זיך אליינס
זייער א שיינע מעשה אבער עס האט נישט קיין הענט אין פיס
זייט ווען פירט א כופר א שבת טיש
איינער וואס איז מחלל שבת ווייל ער האט למשל יעצט געדארפט א לייט שוין ער איז א שטארקע בעל ניסיון מיט א שטארקע ייצר הרע פאלט דארך איין מאל יא אין איין מאל נישט דאס ווענט זיך ווי שטארק ער איז ביי זיך. אפולה ער פאלט דארך 100 מאל שבת איז ער א געהערגע איד מיט ניסיונ'ס. דאס איז נערמאל
פארשטייט זיך אז דאס אלעס וועט קימען מיט אביסל בושה דאס מיינט אז ער וועט מאכען זיכער אז קיינער זעט נישט וכ'
אבער אויב ער וועט גיין ברבים אין מחלל שבת זיין הייסט ער א כופר
ווייל א איד וואס גלייבט טיט עס נאר למחצה ושליש אבער ברבים קען עס נאר א כופר טין
אבער ווען איינער זאגט אז ער איז א כופר אין גלייבט נישט וועט קיינמאל נישט היטען קיין שבת אין כש"כ פירען א שבת טיש
עס איז דא מענטשן וואס גלייבען נישט אבער פין אינדרויסען ווילער הייסען א שיינער ערלעכער איד. ווייל ער וויל עפשער אמאל תשובה טין אדער ער שעמט זיך פין זיינע ארים
א כופר גייט נישט מחלל שבת זיין נאר ווען ער איז בעקוועם אין סתם א א איד אויכט נאר די חולק איז אז ער די כופר טיט עס בשיטה אין א איד טיט עס ווייל ער פאלט דארך
אבער פירען א שבת טיש זיכער נישט. איז די גאנצה מעשה לייגט זיך נישט אויף די שכל
אין להכאיס טיט נאר איינער דער וואס איז אויפגערעגט אויף זיינער בעל מכאנכם