Re: דעם נייעם סיסטעם
בעקישע כתב:בנוגע דעם "לייק קנעפל" האב איך געשיקט א תגובה צו דער מנהל קלינער, און ער האט מיר היינט געענפערט דערוועגן, און ער האט געשריבן אז איך קען מפרסם זיין דער בריוו. ע"כ לתועלת הרבים דא אין פאליש שטעל איך אהער סיי מיין שאלה און סיי זיין תשובה
מיין שאלה:בעקישע כתב:לכבוד המנהל קלינער
אין דיין לעצטע תגובה וואס די האסט געשריבן ביי אלגעמיינער הודעות מאנטאג מאי 16 , 2016, האסטו געשריבן אז "די לייקס זענען נישט פארשוואונדען און דאס וועט צוריקגעשטעלט ווערן אין קורצן"
איך פארשטיי אז די הנהלה ווייסט אז עס וועט אסאך צוגעבן צום פאליש ווען דאס וועט טאקע צוריקגעשטעלט ווערן. און פון דעסטוועגן דאך איז שוין אנדערהאלבן חודש אדורך און עס איז נאכנישט געווארן. במילא פארשטיי איך אז עטס האטס עפעס א פראבלעם מיט דעם און עטס ארבייטס דערויף.
איז דא עפעס א טיים פרעים ווען דאס גייט געשעהן? אדער עס ווענדט זיך אין עפעס?
זיין תשובה:קלינער כתב:איך האלט זייער פון די לייק סיסטעם און פארשטיי אז דאס פיל צו צום שרייבער דא.
די אלטע לייקס זענען נישט פארלוירן, אבער די נייע מאדעל וועלכע מיר נוצן, האט נישט קיין אפדעיטד לייק סיסטעם, אויב לייגן מיר ארויף די אלטע נעמען מיר אונטער א ריזיקע פון אסאך פראבלעמען וואס די אלטע זענען כאין וכאפס קעגן די וועלכע מיר קענען האבן.
דעריבער ווארטן מיר אצינד ווען די סיסטעם וועט ארויס געבן זייער נייע ווערסיע אויף וועלכע זיי ארבעטן יעצט און דאס קען דויערן א וויילע.
אויב ווילסטו, קענסטו פאוסטן מיין רעספאנס אין די אשכול וואס רעדט וועגן לייקס.
יישר כח און א דאנק פאר אייער שיינע ארבעט דא.
עלה והצלח בשמי ובשם כל ההנהלה, מיר רעספעקטירן אייער ארבעט
רבותי, עס זעהט אויס אז עס גייט קומען א גוטס, לאמיר האפן אז עס וועט זיין ווי אומשנעלסטן
היות איך קען מיך אביסל אויס מיין איך אז עס איז דא 2 וועגן דערפאר. אדער דינגען א פרייוואטער דוועלעפער, וואס האט מאכן די לייקס ארבעטן אויף די נייעסטע ווערסיע פון phpBB (דאס איז די סיסטעם וואס פאליש ארבעט אויף). נאר דאס איז א טייערע אפציע, און די הנהלה וואס איז דא שלא על מנת לקבל פרס, איז די אפציע איז נישט אין באטראכט צו נעמען.
די אנדערע עצה איז: צו נוצען נישט די נייעסטע ווערסיע פון phpBB, אנשטאט צו טאנצען פון די אלטע גירסה (phpBB V2) צו די נייעסטע גירסא וואס עס איז נאר דא, און וויבאלד עס איז די נייעסטע, איז נאך נישט דא אלע plug-ins פאר די גירסה. איז די פשוט'סטע עצה צו נוצען די לעצטע גירסה וואס האט אוועלעביל אלע פלאג-אינס.