הויפט זייט » שמועסן » אידישער געזעלשאפט » "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס

"הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס

33 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1295
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ב' יולי 11, 2016 1:46 am#1
"הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
m http://yiddish.forward.com/articles/197 ... tly/?p=all m

צניעות לפֿנים משורת הדין
How To Dress Very, Very, Very Modestly

ריקי ווײַזט אײַך ווי אַ ייִדישע טאָכטער דאַרף זיך אָנטאָן ווי געהעריק


פֿון ריקי רויז
Published June 30, 2016, issue of June 25, 2016.

דרוקט אָפּ
בליצפּאָסט
Share טיילט זיך
מער ווי איין זײַט

חשוב׳ע אידישע פרויען און מיידלעך! וויבאלד עס דערנענטערן זיך די זומער טעג, און די וועטער ווערט שוין אביסל ווארימער, ווילן מיר אייך דערמאנען צו זיין עקסטער פארזיכטיג אין משמרת הצניעות, און מאכן זיכער נישט חלילה צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט פון מענער!

קודם כל די לענג פון די קליידער דארף בלייבן די זעלבע ווי א גאנץ יאר. פיר אינטשעס נאך די קניען, פארשטייט זיך. און אויך די קאליר זאל זיין א טונקעלערע קאליר. ווייס, געל, אדער סיי וועלכע ליכטיגע קאלירן איז מער אויפאלנד, שרײַעדיק, און איז קעגן די הלכות פון צניעות! עס איז דא אזאנע סארט שעסלעך, האַלבקליידלעך, וואס איז פון א לייכטערע סחורה, עס רופט זיך סלינקי. זייט וויסן אז דאס איז גאר אומאיידל ווייל דאס קלעפט צום גוף און אנטדעקט די פארעם פון א פרוי. און א אידיש מיידל ברויך זיין באשיידן און באהאלטן. עס איז דא צו קויפן קליידער פון א לייכטערע קאטאן סחורה. די זעלבע מיט טי־שורטס.

טי־שורטס איז געמאכט פון אזא סארט מאטריאל וואס לייגט זיך אויס אויפן פארעם פונעם קערפער און דערפאר מעג מען נאר טראגן בלאזלעך. און אפילו מיט א בלאז דארף מען זעכער מאכן עס איז נישט צו געפאסט, צו ענג און אויך מוז עס זיין גענוג דיק אז עס זאל חלילה נישט זיין דורכזיכטיג און מען זאל קענען גוט שוויצן דערין. און עס דארף אויך זיין גוט צוגעדעקט ביים האלז. אויב איז דאס אביסל אויסגעשניטן קען מען צולייגן א גומי ארום און דאס צאמציען ביז מען דערשטיק זיך דערמיט און מען גייט אויס אויף קידוש השם.
אַ שווימקלייד


אוודאי און אוודאי אויב דערלעבט מען די דאזיגע זאכן מוז מען טראגן א סליפ אונטער די קליידער אז אויב חלילה וחס דער אויבערשטער זאל אפהיטן מען שטרעקט אויס די האנט און דאס בלאז הייבט זיך אויף, איז מען נאך אלץ פארדעקט. עס איז ראטזאם נישט אויסצושטרעקן די האנט בכלל, כדי נישט צוצוקומען אז א מאן זאל חס ושלום זעהן דעם אונטערמלבוש. אבער אויב האט מען נישט קיין ברירה כאטש וועט ער נישט זעהן מער פון דעם. אוודאי און אוודאי איז פארבאטן צו טראגן די 2־פּיס דאסטערס. דאס קען צוברענגען צו מכשיל ווערן ביים לייגן די קינדער אויפן באס. מען כאפט זיך נישט אבער ווען מען שטרעקט אויס די האנט צו מאכן „ביי‟ פארן קינד, צעטיילט זיך די אויבערשטע חלק פון די אונדערשטע און עס איז זייער אומצניעותדיג. (איך האב אמאל געהערט איינעם זאגן, „אההה, מען מעג נישט גיין מיט א טו פּיס? נו נישט קיין פראבלעם. טראג נאר 1 פון די 2 פיס‟).

שטרומפּ טאר אויסדריקליך נישט זיין דורכזיכטיג. די בעסטע איז די Palm 100. די וואס טראגן שווארצע שטרומפ, אשריך וטוב לך!

יעצט מיט שיך דארף מען אויך שטארק אכטונג געבן עס זאל נישט זיין אויפאלנד. נישט קיין ליכטיגע קאלירן אדער מוסטערס.

לאמיר נישט פארגעסן די טיכלעך (נאר שייך פאר חתונה געהאטע פרויען). מאכט זעכער עס זאל אויך נישט זיין צו שרייעדיג. קויפטס ענדערש איין מיט א לייכטערע פּינקע (ראזע) מוסטער ווי די אויפאלנדע שטארק פינקע. עס איז טאקע א גרויסע נסיון אבער די זכות וועט אייך ביישטיין.

ביים גיין אין גאס דארף מען גאר אכטונג געבן צו זיין איידל און באשיידן. נישט מאכן קיינע הויכע גערודער און חלילה נישט לאכן הויך. אין אמת׳ן אריין האט א פרוי עכט זיך נישט וואס צו דרייען אין גאס בכלל. מען ברויך זיצן און שטוב, וואשן די וועש און קאכן עסן. אבער אז איז גאר וויכטיג ארויסצוגיין זאל מען זיין גאר פארזיכטיג און זיך איינקוועטשן דאס קערפער מיט הכנעה און איידלקייט. אויכעט זאל מען אכטונג געבן ווי מען קוקט. שמירת עיניים איז נישט נאר פאר מענער. מען זעהט א סיטי באס פארט אדורך קוקט מען גלייך אוועק נישט אנצוקומען צו קוקן אויף שמוציגע בילדער. און אז נעמט מען די קינדערלעך אין פארק זאל מען גאר אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין פריצות מיט אויסגעלאסנקייט אנוועזנד.

פאר די וועלכע גייען שווימען מאכט זעכער אייער שווימקלייד איז גענוג ברייט און לאנג. א בעידינג סוט איז א בגדי פירצה און איז פארבאטן אפילו אונטערן שווים קלייד.

און צום לעצטן וויל איך דערמאנען די פרויען וואס טראגן דעם זומער מאנטל. אט די פרויען זענען אונזער שטאלץ פאר כלל ישראל און אין זייער זכות וועלן מיר זוכה זיין צו אנטקעגן גיין משיח צדקינו און זיי וועלן מארשירן פארנט פון יעדן מיט זייער אנגעבויגענע רוקן און זייער זומער מאנטל אויף די פלייצע אזויווי די מצות אויפן וועג ארויס פון מצרים.
ב' יולי 11, 2016 1:53 am#2
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
די קורצע ערמעל איז צניעות'דיג?
ב' יולי 11, 2016 1:59 am#3
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ertykuman כתב:די קורצע ערמעל איז צניעות'דיג?



די ערשטע בילד מיט די קורצע ערמעל, איז פון א "שווים קלייד"

ליין די ארטיקל, וועסטו זעהן וואס עס מיינט
ב' יולי 11, 2016 2:32 am#4
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
איז די ווייבער גייען ביים שווימען מיט קורצע ערמעל?
ב' יולי 11, 2016 4:19 am#5
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ertykuman כתב:איז די ווייבער גייען ביים שווימען מיט קורצע ערמעל?



זעהט אזוי אויס. הגם איך קען נישט מעיד זיין דערויף פערזענליך, אבער אז ריקי זאגט אזוי, מן הסתם איז עס אזוי
ב' יולי 11, 2016 7:26 am#6
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ריקעלע, איך האב געליינט דיין ארטיקל נאך אינעם פארווערטס, וואס זאל איך דיר זאגן... דיין שפראך איז גאלד, דיינע ווערטער פערל, אדער ווי זאגט מען ביינונז צינאש, ראפאגאש, צוקער זיס, זאפטיג און געשמאק, ווי א קריספי וואסער מעלאן אין א הייסן זומער טאג

קיעפעראפ
ג' יולי 12, 2016 12:14 am#8
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
זייער שיין גערעדט איך האב מורא אז מאנכע וועלן זיך אזוי פירן ווייל זיי האבן דאס געליינט אין פאליש
ג' יולי 12, 2016 10:16 am#9
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
פון פאליש נעמט מען ארויס נאר וואס מ'האט נישט געוואוסט פארדעם..... ;)
ג' יולי 12, 2016 11:59 pm#10
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
איך האב בכלל נישט ליעב איר סטייל, אין איך ווייס נישט פון וועם זי מאכט חוזק אפשר פון איר פרומע משפחה
ד' יולי 13, 2016 9:28 am#12
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
טראכט און לאכט כתב:גיבט ארויס ביטע ווער איז די פערזענדלעכקייט? (;

באלאנגט אין "שאלות צו עבי שטיין" אשכול.
ה' יולי 14, 2016 3:55 pm#15
אויך מיר אַ וואַקאַציע - ריקי רויז - אידיש פארווערטס
אויך מיר אַ וואַקאַציע
דורך: ריקי רויז

אין א ראד פון בענקלעך און ניוגאד׳ס, ליגשטולן, אויפן גראז אין די קאנטרי, זיצט א גרופע אויסגעמוטשעטע אידענעס, פרויען און יענטעס און רעדן פון די קוראנטע געשעענישן און נייעס וואס איז נאכנישט אנגעקומען צו „קול מבשר‟ אדער וואס די מענטשן פון די מעשה ווייסן נאך אליינס נישט דערפון…

וועלכע לעפקאוויטש האט, למשל, א שידוך געטאן מיט וועלכע יאקאבאוויטש, אדער אויב זיי גייען א שידוך טאן… צי פרידמאן האט זיך צעשיידט, צי ווערצבערגער האט זיך געגט… דבורה יוכבד האט געקויפט א bugaboo וועגעלע אויף באָרג, און חנה צירל האט געקויפט א זעקס טויזענט־דאלערדיגע אנצוג (אוודאי און שווארץ)… ביילא שיינדלס טאכטער האט זיך „נעבעך‟ אויסגעטאן דאס שפיצל און אנגעטון א שייטל! (יעצט איז זי העפּי?!) ברכה משכט׳ס זון „נעבעך‟ קוקט אויס ממש ווי א שייגעץ מיט דעם קליינעם גויישן קאפל (אזוי דערציילט מיר א גוי, אז ער איז געווען אין תפילה און אלע גויים האבן געטראגן דעם קאפל!)

און פונקט ווען צפורה קריינדל מיינט שוין אז ענדליך ענדליך קען זי פארברענגען און לאכן אן א שטער, צעקלינגט זיך איר קליינע פינקע [ראזע] קינדער־מאניטער און עס הילכט אפ א יאמערליך געוויין פון די אנדערע זייט. מיט גרויס פאניק און יאגעניש הייבט זי זיך אויף פון איר באקוועמע זיץ און לויפט אריין אין באנגעלוי צו בארואיגן דאס קינד.

„הלוואי וואלט משה יענקל ווען דא געווען מיר ארויסצוהעלפן,‟ טראכט זי צו זיך, „נאך אזא שווערע טאג פון נאכלויפן אלע קינדער, זיי נאכקוקן אינעם שווים-באסיין, אויסהערן אלעס וואס זיי האבן צו דערציילן, און מאכן זיכער די קלייניקע נעמט נישט אריין סיי וואס און מויל, וואלט איך זייער געקענט נוצן אפאר מינוט זיך צו בארואיגן אויף די פרישע ליפט אן א שטער יעדע מינוט פון א צווייטע קינד.‟

און אויב איז דאס נישט גענוג האט זיך חיימל דאס צוויי־יעריגס דערוועקט און מיטגעהאלפן מיט דעם וויינענדיגן כאר. צפורה קריינדל קען זיך קוים באכלעפטשענען, זיך געבן אַן עצה, און פראבירט וויגן דאס קינד איינצושטילן אים אבער אן ערפאלג. האלטנדיג רייזעלע אין איין האנט און גלעטנדיג חיימל׳ס האר מיט די אנדערע הייבט זי אן זינגען „ראזשינקעס מיט מאנדלען‟ ביז די קינדער שלאפן ענדליך צוריק איין. רייזעלעס פנים גלאנצט און שיינט און זי שמעקט פון קינדער זאלב. עס חלומט זיך נישט אז פאר אפאר שעה צוריק האט זיך דאס קינד געוואלגערט אין מאראסטיקע בלאָטע און פארזוכט אביסל גראז. די מאמע גיט א קוש אויפן שטערן און אויפן שפיץ פונגער, און אן א פיפס גייט זי שטאטליך צוריק ארויס. וויבאלד די טיר האט זיך פארמאכט הינטער איר האט זיך דער כאר ווידעראמאל צעזינגען און דאס מאל איז שוין געווען א דריטער חזן אויך. דאס איז עס, היינט נאכט וועט זי שוין מוזן בלייבן מיט די קינדער. אפשר ווען משה יענקל וועט קומען פאר שבת וועט זי זיך קענען אפרוען אביסל.

ביז דערווייל זיצט זיך משה יענקל אין רעסטאראנט — צי איז דאס „גאטליבס‟ אדער „מיסטער בראדוועי‟ — און פרעסט אריין כיד המלך אן א שטער. און דערנאך פרעכעצט ער זיך אויס אין שוויץ, לאזט זיך וווילגיין, באקומט א פיינעם „בעזים‟ און א קוועטש אויפן רוקן און פארויכערט א לילקע ציבעך מיט א ביר אין די אנדערע האנט, פארגעסנדיג אז עס עקזיסטירט א ווייב און קינדער ערגעץ וואו אין די בערג.

ויהי היום, ס׳איז פרייטאג נאכמיטאג. והנה און אט, ער רוקט זיך אן. ער איז דא!

די טיש געדעקט, געביגלטע אויסגעפּרעסטע העמדער, עס שמעקט פון מאכלי שבת און די באנגעלוי איז ריין, אזש מען קען לעקן די ערד (ווייל אָך און וויי אויב נישט!). רואיגערהייט זעצט ער זיך עסן טועמיהו* אינדרויסן ווייל „ער האט אזוי שווער געארבעט א גאנצע וואך‟.

עס קומט שבת פּאָפט ער אוועק. מוציא שבת קומט אן די באוואוסטע תיקון חצות קומזיץ קאפעליע און מען זיצט נאכאמאל מיט ביר און ציגארעטלעך און מען זינגט א גאנצע נאכט.

נו פרעג איך אייך… ווער איז דא אויף וואקאציע?

@JewishMedia, from the Yiddish Daily Forward ( m http://goo.gl/Z7a5ia m )
ה' יולי 14, 2016 4:28 pm#16
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
יעדעס ווארט אמת!!!
אבער דאס איז נישט נאר זוממער אין קאנטרי!! דאס קומט פאר א גאנץ יאר!!!
ווער עס איז א דיקטעיטער אינדערהיים דוירכאויס'ן יאר פירט זיך אזוי אויף יעדן וויקענד......
און אויב אזוי.....איז דאך די ווייב יא אויף וועקעישן!!!!
ד' אוגוסט 03, 2016 6:34 pm#17
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
פאר די ריקי ראוז פענס, דא האט איר א שיינע קליפ ווי זי זינגט אראפ א שיין חזנות שטיקל

m https://www.facebook.com/yideoclips/vid ... =2&theater m
ה' אוגוסט 04, 2016 2:03 am#18
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
טויגליך כתב:פאר די ריקי ראוז פענס, דא האט איר א שיינע קליפ ווי זי זינגט אראפ א שיין חזנות שטיקל

https://www.facebook.com/yideoclips/vid ... =2&theater




great minds think alike

איך האב עס אויך נעכטן געלייגט דא:

l viewtopic.php?p=33596#p33596 l
ו' אוגוסט 26, 2016 4:32 pm#19
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
Published Wednesday, August 3, 2016

דער „ריקי‟־פֿענאָמען
The Riki Phenomenon

פֿון שׂרה־רחל שעכטער


מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַשלאָסן אַרײַנצוציִען מער פֿרויען ווי מיטאַרבעטער, וואָס זאָלן אונדז העלפֿן שאַפֿן נאָוואַטאָרישע מאַטעריאַלן פֿאַר דער וועבזײַט.

איינע פֿון זיי איז אַ 23־יאָריקע בלאָגערין אויף ייִדיש, מיטן קלינגעוודיקן נאָמען ריקי רויז. ריקי איז דערצויגן געוואָרן בײַ די סאַטמערער חסידים, און כאָטש זי טראָגט הײַנט אַ שייטל ווי אַנדערע פֿרומע ווײַבלעך, האָט זי אויך ליב צו זינגען, מאָדעלירן קליידער און שרײַבן פּער­זענלעכע אַרטיקלען פֿאַרן ברייטן עולם — זאַכן וואָס פֿרויען זענען נישט דערלויבט צו טאָן אין די שטאַרק־פֿרומע קרײַזן.


Eli Wohl/Yoeli Weiss

אַז איך האָב זיך באַקענט מיט ריקי, איז מיר צום מערסטן געפֿעלן איר נאַטירלעך ייִדיש־רעדן. בדרך־כּלל, ווען איך פּרוּוו כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש מיט אַ חסידישער אָדער געוועזענער חסידישער פֿרוי, ענטפֿערט זי מיר אויף ענגליש. בײַ ריקי איז פֿאַרקערט: נישט בלויז האָט זי ליב צו שמועסן און זיך וויצלען אויף מאַמע־לשון, נאָר זי ניצט עס אַפֿילו אויף אירע אָנזאָגן אין דער דיגיטאַלישער מעדיאַ. אויף „טוויטער‟ שרײַבט זי איר „העשטעג‟ (אַ וואָרט אָדער פֿראַזע וואָס באַשרײַבט די מעלדונג) אויף ייִדיש, ווי, למשל: #בייםברעגים [בײַם ברעג ים] אָדער #זאַמדאיבעראַל [זאַמד איבעראַל].

באַלד ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אײַנגע­פֿירט דעם בלאָג „דורך ריקיס אויגן‟ אויף דער וועבזײַט, האָט מען דערזען אַ חילוק: ריקיס אַרטיקלען און ווידעאָס ציִען צו פֿיר מאָל אַזוי פֿיל באַזוכער ווי אַ געוויינטלעכער מאַטעריאַל.

נאָך מער אינטערעסאַנט, איז וואָס אַ סך פֿון די באַזוכער זענען חסידישע. ווי ווייסן מיר דאָס? ווײַל אַ דאַנק Google Analytics — אַ וועב־באַדינונג, וואָס גיט איבער וויפֿל מענטשן באַזוכן יעדן אַרטיקל, אוידיאָ אָדער ווידעאָ אויף אַ געוויסער וועבזײַט — זעען מיר אַז אַ סך פֿון די לייענער און צוקוקער געפֿינען זיך אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל.

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז הײַנט האָבן ס׳רובֿ דערוואַקסענע חסידים „סמאַרטפֿאָנס‟, און ניצן די אינטערנעץ. אַפֿילו די וואָס האָבן אַ „כּשרן‟ טעלעפֿאָן, באַטייליקן זיך אָפֿט אין WhatsApp, וואָס דערלויבט זיי, אַפֿילו אָן אַ סמאַרטפֿאָן, זיך צו טיילן מיט טעקסט, בילדער און ווידעאָס וואָס קומען פֿון דער אינטערנעץ.

ריקיס בלאָג איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. איר ערשטער בײַטראָג איז געווען אַ ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי מע באַשמירט זיך מיט קאָסמעטיק אויף ייִדיש (איך האָב אַליין נישט געוווּסט, אַז דאָס ייִדישע וואָרט פֿאַר eyelid איז „אויגן־לעפּל‟). אַ צווייט מאָל האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן עסיי, וואָס באַשרײַבט ווי אַזוי זי און איר מאַמע פּרוּוון מיט אַלע כּוחות בלײַבן נאָענט, כאָטש ריקי ווייסט גוט, ווי אַנטוישט איז די מאַמע אין איר. די דריטע איז געווען אַ סאַטירע וועגן די צניעותדיקע קליידער וואָס ווײַבער און מיידלעך מוזן טראָגן אין די הייסע זומערטעג, און איר לעצטער — אַ פֿעליעטאָן וועגן דעם אונטערשייד צווישן דער וואַקאַציע פֿון אַ חסיד און דער וואַקאַציע פֿון זײַן ווײַב.

נו, ווער איז טאַקע די ריקי רויז? געבוירן אין וויליאַמסבורג בײַ אַ מאַמע פֿון בני־ברק און אַ טאַטע — אַ ניו־יאָרקער, האָט זי זיך געלערנט אין דער שול „בעקבי־הצאן‟ („נאָך מער עקסטרעם ווי סאַטמער‟, זאָגט זי). זי איז געווען צופֿרידן אין שול און האָט תּמיד געהאַט אַ סך חבֿרטעס, אָבער שוין ווי אַ יונג מיידל האָט איר פֿאַרדראָסן, וואָס זי קען נישט טראָגן געוויסע קליידער וואָס געפֿעלן איר.


ריקי ווי אַ יונג מיידל

„איך פֿלעג גיין אין די גויִישע ביליגע גע­שעפֿטן נעבן וויליאַמסבורג, אַזוי ווי ׳ריינבאָו׳, און אַלץ קוקן אויף די קליידער און טראַכטן: אַ שאָד, וואָס כ׳וועל עס קיין מאָל נישט קענען האָבן…‟

ווען זי איז שוין געווען אַ מיידל אין די יאָרן — 19־20 יאָר אַלט — האָט מען איר אָנגע­הויבן צוטראָגן שידוכים, אָבער ריקיס טאַטן איז עס נישט געפֿעלן געוואָרן. „ער האָט נישט גע­האַלטן, אַז קינדער זאָלן אַזוי יונג חתונה האָבן,‟ האָט ריקי געזאָגט. ס׳איז איר סײַ־ווי נישט גע­ווען גרינג צו געפֿינען אַ חתן, ווײַל זי האָט שוין דעמאָלט געהאַט גאָר אייגנאַרטיקע אינ­טע­רעסן פֿאַר אַ חסידיש מיידל. זי האָט ליב געהאַט צו זינגען, און אַליין געשריבן לידער אויף ייִדיש; אָדער בעסער געזאָגט — צוגעפּאַסט ייִדישע ווערטער צו „גוייִשע‟ לידער. אַ פֿרײַנד אירס האָט איין מאָל געוויזן אירע לידער צו אַ באַ­קאַנטן מוזיקער בײַ די חסידישע חתונות, יואלי ווײַס, זענען די לידער אים אַזוי געפֿעלן, אַז ער האָט גע­בעטן איר טעלעפֿאָן און איר געשיקט אַ טעקסט. אין גיכן האָבן זיי פֿאַרפֿירט אַ שמועס טעלע­פֿאָניש, וואָס האָט געדויערט מער ווי אַ שעה.

„כ׳האָב שוין געזען, אַז ער איז נישט ווי די אַנדערע בחורים, וואָס ווייסן בכלל נישט ווי צו שמועסן,‟ האָט ריקי געזאָגט. „ער איז טאַקע געווען פֿאַראינטערעסירט אין מײַן לעבן. האָב איך אים געפֿרעגט: ׳ווילסט אַרויסגיין מיט מיר?׳‟


ריקי און איר מאַן, יואלי ווײַס

אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די ליבע צווישן זיי, כאָטש זיי האָבן זיך תּמיד געמוזט טרעפֿן באַהאַל­טענערהייט. „כ׳האָב נישט געוואָלט וויי טאָן די עלטערן,‟ האָט זי געזאָגט. נאָך 1/2־2 חדשים האָבן זיי אָבער באַשלאָסן, אַז זיי ווילן חתונה האָבן.

„ווען איך האָב געזאָגט מײַן מאַמען האָט זי געהאַט אַ פּאַניק־אַטאַק, און דער טאַטע האָט בכלל נישט מסכּים געווען מיטן שידוך. האָבן מיר אַליין געמאַכט אַ ׳וואָרט׳ [פֿאַרקנסונג־שׂימחה], און אַ סך, אַ סך פֿרײַנד זענען געקומען. זיי האָבן מיך שטאַרק אונטערגעשטיצט, זיי זענען ממש געוואָרן מײַן משפּחה.‟

צוויי טעג נאָכן „וואָרט‟ איז אָבער פֿאָרגע­קומען אַן אומגעריכטע זאַך. ריקיס באָבע־זיידע, די עלטערן פֿון איר טאַטן, האָבן זיך געוואָנדן צו זייער זון, זאָגנדיק: „וואָס מאַכסטו זיך נאַריש?‟ און זיי האָבן שוין אַליין געמאַכט אַ וואָרט פֿאַר חתן־כּלה. מע האָט געמאַכט די תּנאים און גע­בראָכן טעלער, אַזוי ווי סע פּאַסט פֿאַר אַ חסי­דישער משפּחה.

מיט 1/2־2 חדשים שפּעטער האָט דאָס גליק­לעכע פּאָרל חתונה געהאַט. „ס׳זענען געקומען ממש טויזנטער מענטשן,‟ האָט ריקי באַמערקט מיט באַוווּנדערונג. „יואלי איז אַזוי פּאָפּולער, יעדער קען אים!‟

הײַנט אַרבעט ריקי פֿולצײַטיק אין אַ געזונט־קליניק אין באָראָ־פּאַרק, וווּ זי רעדט ייִדיש כּמעט אַ גאַנצן טאָג מיט די חסידישע פּאַציענטן וואָס קומען אַרײַן. ווען כ’האָב זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס אַנדערע חסידישע פֿרויען ענטפֿערן מיר אויף ענגליש, האָט ריקי געענטפֿערט, אַז בײַ די מענער איז ייִדיש „קול‟ — „אָבער פֿרויען קוקןּ אויף דעם אַראָפּ‟.

„פֿאַר וואָס זשע ביסטו אַנדערש?‟ האָב איך געפֿרעגט.

ענטפֿערט ריקי: „וועסט אפֿשר נישט גלייבן, אָבער ווען איך בין געווען ייִנגער, בין איך גע­ווען אַ שטיקל ׳טאָמבוי׳… די מענער האָבן גע­רעדט ייִדיש — און איך האָב געוואָלט זײַן אַזוי ווי זיי.‟


פון פארווערטס.
א' פברואר 26, 2017 9:37 pm#20
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
די קינדערישע קולות מאכט לכאורה איר מאן יואלי ווייס......................... אזוי שיינט מיר.
ה' מרץ 02, 2017 5:15 pm#21
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ריקי איז א גוטע עקזעמפל פון א היימיש מיידל וואס האט אפגעמאכט ביי זיך צו פיהרן איר אייגענע לעבען! כל הכבוד
ו' מרץ 03, 2017 1:56 am#22
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
משה לי כתב:ריקי איז א גוטע עקזעמפל פון א היימיש מיידל וואס האט אפגעמאכט ביי זיך צו פיהרן איר אייגענע לעבען! כל הכבוד

אבער פארוואס איז זי אייביג ביזי חוזק צומאכען ווען איז ציפרידען ווי אזוי זי איז געווארען
ו' מרץ 03, 2017 2:46 pm#23
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ווייל אזוי איז יעדער וואס טיט אנדערש ווי זיין טאטע אויך די
ו' מרץ 03, 2017 8:32 pm#24
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
אברהם דוד ישראל כתב:
משה לי כתב:ריקי איז א גוטע עקזעמפל פון א היימיש מיידל וואס האט אפגעמאכט ביי זיך צו פיהרן איר אייגענע לעבען! כל הכבוד

אבער פארוואס איז זי אייביג ביזי חוזק צומאכען ווען איז ציפרידען ווי אזוי זי איז געווארען


ווייל זי ווייסט נישט פון מער פון דעם.
מענטשן וואס וואקסן אויף ביי אונז זענען פוסט און ליידיג. זי קוקט אויס ווי א טאלאנטפולע מענטש, וואס וואלט געקענט אסאך אנקומען מיט א געהעריגע עדיוקעשן. אפשר סטענד אפ קאמעדיע אדער עקטינג. אדער מוזיק.
אבער מען לערנט נישט מיט אונז קיין נארמאלע קענטעניסן און מען אנטוויקלט נישט די טאלאנטן.
עס איז אבער נישט איר שולד. דאס איז די שולד פון חרדיסטאן.
ב' מרץ 06, 2017 10:06 pm#26
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
געלט גייציגער כתב:ווייל וואס פונטקליך לערנט מען אין פובליק סקול

איך האב מורא אז דו ביזט סארקאסטיש. מיט דיין טיפישע חרדישע גאוה האלסטו אז גויים שטופן סתם די צייט אין סקול. ניין?
נאר חרדים לערנען מוראדיגע טיפע באמבאסטישע חכמה, ווי למשל אויב את מיינט הטפל לבשרו אדער נישט? איי וואס דען טוט מען מיט די את? ענפערט די גמרא א געוואלדיגע חידוש! מען דרש'נט נישט דעם את! פלאי פלאים! א גויאישע קאפ קען עס גארנישט באגרייפן!

אבער גויים לערנען פלעין ענגליש, סייענס, ליטעראטור, מאטעמאטיק, בייאליזשי וכו. וכו. זאכן וואס יעדער חדר יונגעל ביי אונז קען.
ב' מרץ 06, 2017 11:07 pm#27
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
LOVE כתב:
געלט גייציגער כתב:ווייל וואס פונטקליך לערנט מען אין פובליק סקול

איך האב מורא אז דו ביזט סארקאסטיש. מיט דיין טיפישע חרדישע גאוה האלסטו אז גויים שטופן סתם די צייט אין סקול. ניין?
נאר חרדים לערנען מוראדיגע טיפע באמבאסטישע חכמה, ווי למשל אויב את מיינט הטפל לבשרו אדער נישט? איי וואס דען טוט מען מיט די את? ענפערט די גמרא א געוואלדיגע חידוש! מען דרש'נט נישט דעם את! פלאי פלאים! א גויאישע קאפ קען עס גארנישט באגרייפן!

אבער גויים לערנען פלעין ענגליש, סייענס, ליטעראטור, מאטעמאטיק, בייאליזשי וכו. וכו. זאכן וואס יעדער חדר יונגעל ביי אונז קען.

זיכער. ניינציג פראצענט פאבליק סקול סטודענטן ווערן ראקעט סייענטיסטס, און נאך זעכציג פראצענט ווערן דאקטוירים. (זאג עס איבער פאר א פובליק סקול סטודענט און ער/זי וועט אפי' נישט כאפן אז עפעס שטימט נישט)

נישט יעדע זאך וואס איז נישט חרדיש איז בעסער. קוק אויף די מארקס פון פאבליק סקול, אויף די פראצענט וואס ענדיגט נישט היי סקול ווייל זיי דראפן ארויס, און וואו די וואס ענדיגן יא קומען אן. פאר א סיבה שיקן רובא דרובא פארמעגליכע גוים צו פריוואטע סקולס.
און פאר א סיבה זענען גאר א גרויסער פראצענט לויערס, אידן.
(דער הויפט לויער פון די טראמפ ארגניזאציע (וואס נעמט אריין טראמפס אלע ביזנעסער) איז א פרומער איד, און בערך 50 פראצענט איינגעשטעלטע אין די מאנהעטן הויפטקוואטיר זענען אידן!)
ג' מרץ 07, 2017 3:39 am#29
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
חיים געציל כתב:
LOVE כתב:
געלט גייציגער כתב:ווייל וואס פונטקליך לערנט מען אין פובליק סקול

איך האב מורא אז דו ביזט סארקאסטיש. מיט דיין טיפישע חרדישע גאוה האלסטו אז גויים שטופן סתם די צייט אין סקול. ניין?
נאר חרדים לערנען מוראדיגע טיפע באמבאסטישע חכמה, ווי למשל אויב את מיינט הטפל לבשרו אדער נישט? איי וואס דען טוט מען מיט די את? ענפערט די גמרא א געוואלדיגע חידוש! מען דרש'נט נישט דעם את! פלאי פלאים! א גויאישע קאפ קען עס גארנישט באגרייפן!

אבער גויים לערנען פלעין ענגליש, סייענס, ליטעראטור, מאטעמאטיק, בייאליזשי וכו. וכו. זאכן וואס יעדער חדר יונגעל ביי אונז קען.

זיכער. ניינציג פראצענט פאבליק סקול סטודענטן ווערן ראקעט סייענטיסטס, און נאך זעכציג פראצענט ווערן דאקטוירים. (זאג עס איבער פאר א פובליק סקול סטודענט און ער/זי וועט אפי' נישט כאפן אז עפעס שטימט נישט)

נישט יעדע זאך וואס איז נישט חרדיש איז בעסער. קוק אויף די מארקס פון פאבליק סקול, אויף די פראצענט וואס ענדיגט נישט היי סקול ווייל זיי דראפן ארויס, און וואו די וואס ענדיגן יא קומען אן. פאר א סיבה שיקן רובא דרובא פארמעגליכע גוים צו פריוואטע סקולס.
און פאר א סיבה זענען גאר א גרויסער פראצענט לויערס, אידן.
(דער הויפט לויער פון די טראמפ ארגניזאציע (וואס נעמט אריין טראמפס אלע ביזנעסער) איז א פרומער איד, און בערך 50 פראצענט איינגעשטעלטע אין די מאנהעטן הויפטקוואטיר זענען אידן!)

כמעט א יעדע ווארט וואס דו שרייבסט איז א ראיה קעגן דיין אייגענע ווערטער.

וויאזוי זענען ד פופציג פראצענט איינגעשטעלטע אין די מאנהעטן הויפטקוואטירן אנגעקומען דארט? דאס איז דאך די גרעסטע ראיה צו @לאוו אז מען דארף טאקע טון וואס די מאנהעטענע אידן האבן געטון, טראמפ'ס לויער איז א פרומע איד וואס האט געהאט א גוטע עדיוקעישן, ער איז דאך נאר אנגעקומען דארט ווייל ער האט דיר נישט געפאלגט, ווען ער פאלגט ווען דיר ארבעט ער ווען יעצט אין מצה בעקעריי
אחד מאלף וואקסט עפעס אויס פון ישיבה, און אחד ממאה וואקסט עפעס אויס פון ריכטיגע עדיוקעישן. נו, וואס האסטו מיט פראצענטן פונקטליך?

נישט יעדע זאך וואס איז נישט חרדיש איז שלעכט, קוק וויפיל האבן עפעס אויפגעטון דורכאויס זייער בחורישע/כולל יארן, קוק וויפיל מוטשענען זיך פאר פרנסה, וויפיל טיי אווענטס עס איז דא אין איין טאג, וויפיל אידן האבן מורא'דיגע טאלאנטן וואס וואלטן געקענט מהנה זיין זיך, די משפחה, און אנדערע, און זיי קענען גארנישט טון דערמיט.

די פארמעגליכע גוים שיקן אין פרייוועט סקול'ס נישט ווייל זיי ווילן נישט לערנען וואס מען לערנט אין פובליק סקול, נאר ווייל דארט לערנט מען נאך בעסער און מען גיט זיך בעסער אפ מיט די לימודים וואס מען לערנט אין פובליק סקול.
ג' מרץ 07, 2017 4:33 am#30
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
ס'איז דא געניג היימישע אינגעלייט וואס ווערן עקאונטענטס וכדומא... דאס מיינט נישט אז ס'איז נישטא וואס צו פארעכטן אין אונזער קאמיוניטי, אבער מ'דארף געדענקן אז נישט יעדער אין די גוי'שע גאס איז א לויער
ג' מרץ 07, 2017 2:32 pm#31
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
דער וואס רעדט זיך איין אז יעדער ווערט א לויער דארף געדענקן אז נישט, עס מאכט אבער נישט אויס, און קומט דא בכלל נישט אריין, און איז נישט קיין תירוץ אויף גארנישט.
ג' מרץ 07, 2017 9:54 pm#32
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
די תירוץ איז סימפל, די אידן האבן אין עוורידש א היבש הויכע אייקיו, און נעם פאר עקסעמפל די אידן וועלכע שטודירן יא אין קאלעדזש ווערן גאר אסאך פון זיי גרויסע לויערס און דאקטוירים, אוודאי איז איבעראל די קלוגערע און ווייניגער קלוגע, אבער אין עווערידזש מה'דאך אזוי ווי ס'איז יעצט ווען בחורים קומען ארויס פון די 18 יאר ישיבה מיט כמעט גארנישט, און מיט דעם אלעם לערנען זיך אסאך אויס ענגליש, מאטעמאטיק, ביזנעס, פינאנץ ועוד, כ"ש ווען מ'לערנט ווען עפעס אלס בחור, דאנט געט מיר ראנג, איך האלט נישט אז מ'לערנט נישט גארנישט, ווייל למעשה די גמרא איז א לימוד וואס איז געבויעט אויסצושארפן די קאפ, און פונקט ווי אין די גויאישע סקול'ס לערנט מען זאכן וואס זענען נישט באמת נוגע, נאר ס'איז געמאכט צו שארפן די קאפ, די זעלבע איז ביי אונז, נאר וואס דען, ווען די עולם קען ווען די סימפל ענגליש און מעטה סקילס וואלט עס אסאך צוגעהאלפן
ד' מרץ 08, 2017 3:51 am#33
Re: "הלכות צניעות" פון ריקי רויז - געדרוקט אין פארווערטס
קען זיין אז גמרא שארפט מער די קאפ ווי סאשעל סטאדיס. אבער מאטעמאטיק און פיזיקס און אנדערע הארטע סייענסעס זענען הונדערט מאל מער קאמפליצירט און עדווענסד ווי גמרא.